☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווען די ציונים האבן אונטערגעקויפט די אמעריקאנער מידיא

ווען די ציונים האבן אונטערגעקויפט די אמעריקאנער מידיא

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8343

נח בער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:35 pm

· #255727
ווען די ציונים האבן אונטערגעקויפט די אמעריקאנער מידיא
זכורני ימים מקדם, ווי ס'האט אויסגעקוקט א פראטעסט קעגן דער טריפה'נער מדינה. מיט וואספארא תמימות די סאטמארער אידן האבן איבערגעלאזט זייערע דזשאבס און אריינגעפארן קיין מאנהעטען, זייענדיג איבערצייגט אז נאך דער היינטיגער פראטעסט פאלט צוזאם די מדינה! דאס איז עס! יעדער היימלאזער גוי וואס האט זיך אפגעשטעלט פרעגן וואס דא גייט פאר, האט זיכער געמוזט זיין א רעפארטער פונעם ניו יארק טיימס און ס'האבן זיך תיכף גרופירט ארום אים א גאנצע כאפטע יונגעלייט. יעדער האט מיט זיין צעקאליעטשטן ענגליש אים פרובירט צו איבערצייגן אז אין ארץ ישראל גראבט מען קברים. ס'טייטש, ביי די האלאקאסט האט מען דאס נישט געזען.

ביים סוף פון דעם פראטעסט האט זיך ארי' לייב גלאנץ אויפגעשטעלט און אויסגערופן מיט פאטאס, "די פאליציי האט יעצט געמאלדן אז ס'זענען געווען פופציג טויזנט אידן ביי דעם היינטיגן פראטעסט". אלעמענ'ס מיילער און אויגן האבן זיך ברייט צעעפנט, און יעדער האט געשמייכלט מיט א געוואלדיגע הנאה. דאס איז עס! די פאליציי האט אליין געמאלדן אז די מדינה איז אויס!

אויפ'ן וועג אהיים פון דעם פראטעסט האבן אפילו די פרומסטע אנגעצינדן זייערע ראדיאס, ווארטנדיג צו הערן די "ברעיקינג ניוס" מיט'ן פזמון. דער עולם זיצט צעדרוקט אין די סטעישאן וועגאנס, קעפ אויף קעפ, מען ווארט און מען ווארט און מען ווארט, און גארנישט! מען האפט, אפשר איז עס פשוט א קאמיוניקעישאן פראבלעם. איין אלצווייסער טיילט מיט אז פאר גענוי אזא חטא, מיט'ן זיין שפעט צו פארציילן אז קענעדי איז געשטארבן, האט א בארימטער ראדיא פיגור פארלוירן זיין דזשאב. "כ'זאג ענק קעפ וועלן פליען!"

ענדליך, קומט אן דער אכטער מינוט, און עעענדליך אביסל נחת. דער טראפיק רעפארטער דערמאנט אז אויף סעקנד עוועניו איז דער טראפיק אביסל שווער צוליב עפעס א ראלי.

און?!

"רבינו הקדוש!" דאס אלעס? די מעכטיגע דעמאנסטראציע? די אלע סיינס וואס די בחורים האבן ארויפגעקלעבט אויף די באסעס? די טויזנטער צעטלעך אין ענגליש וואס מען האט אויסגעטיילט פאר די כינעזער טוריסטן? די פאליציי האט אפילו אליין געמאלדן! ארי' לייב האט אזוי געזאגט!

פופציג טויזנט אידן קומען זיך צוזאם אין מאנהעטען. כ'מיין ווען האט מאנהעטען דאס לעצטע מאל געזען פופציג טויזנט מענטשן ביי א פראטעסט? ביי וויעטנאם איז געווען 500 מענטשן, אפשר, און די מידיא האט גערעדט דערפון א גאנצן טאג.

און דאן עפנט דער דרייווער זיין מויל און אלע שפיצן אן זייערע אויערן. ס'טייטש, ער איז א דרייווער, א געלערנטער מענטש!

"זייטס נישט קיין נאראנים!" זאגט ער מיט שפאט. "עטס רעדטס דאך אזעלכע שטותים....... די מדינה האט זיי אונטערגעקויפט אז זיי זאלן גארנישט זאגן. וועגן דעם רעדן זיי נישט דערפון! יא! די ציונים ימ"ש צאלן מעלאנעס פאר די מידיא און וועגן דעם זענען זיי אזוי פאר די מדינה הטמאה."

די ידיעה האט זיך פארשפרייט פון מויל צו אויער און געווארן א פאקט ביז מינוטן אויפצומארגנס האט אפילו דער אויפגעקלערטער אלבערט פר"מ געשריבן אז די מדינה האט אונטערגעקויפט דאבעליו סי בי עס נישט צו רעדן פון דעם פראטעסט.

בר דעת » דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:40 pm

· #255729
אייזן!!

נח בער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:41 pm

· #255731
איינמאל ביי א פּראטעסט האט מען געזאגט פאר רבינו הקדוש אז די ציונים שטייען מיט גאנס גרייט אים צו שיסן. דער רבי זעכיסויוגיינאוליינו האט אויפגעריסן זיין וועסטל און געשריגן, "כ'האב נישט מורא! שיס!"

די ציונים האבן זיך אזוי דערשראקן פון זיין גבורה אז זיי האבן אים נישט געשאסן.

פון די מעשה לערנען מיר ארויס צוויי זאכן.

ערשטנס: דעם רבי'נס וועסטל איז געווען בולעט פרוף, ווייל אנדערש פארוואס האט ער עס געדארפט עפענען, ער האט דאך עס געקענט לאזן פארמאכט...

צווייטנס, די מעשיות וואס מען דערציילט אז דער רבי איז געפארן קיין ארץ ישראל מיט א שיף ווייל ער האט מורא געהאט צו פליען איז שקר. פון די אויבנדערמאנטע מעשה זעט מען אז דער רבי איז בכלל קיין פחדן נישט געווען.

נופת צופים » דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:59 pm

· #255740
קיין סאטמארע בין איך נישט, און איך בין קיינמאל נישט געוועהן. (איך נעם אן פון דיר אז בוזט א געוועזענער) אבער יו העד מי ראולינג.

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:11 am

· #255773
אריין אין שמייכל פארום

בן נריהו » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:17 am

· #255774
די דאזיגע ווערטעל - גאר גוט איז עס!

פלאוויוס » מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:41 pm

· #255851
אויסגעצייכנטער הומאריסט!! הערליך און זיס!

נח בער » דינסטאג מערץ 3, 2015 9:48 pm

· #257012
די מדינה האט געלאזט וויסן די מידיע אז דעם פראטעסט מעגן זיי קאווערן
📎 IMG-20150303-WA0581.jpg