☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חסדי השם כי לא תמנו: מעיאר איז מבטל מציצה בפה גזירה!

חסדי השם כי לא תמנו: מעיאר איז מבטל מציצה בפה גזירה!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8341

ישמעאל הכהן » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:40 pm

· #255679
חסדי השם כי לא תמנו: מעיאר איז מבטל מציצה בפה גזירה!
יעצט קומט אריין די נייעס אז דיבלאזיא האט אגריט צו דראפן די פארלאנג פון א קאנסענט פארום איבער מציצה בפה.
DTF

ישמעאל הכהן » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:46 pm

· #255681
Chasdei Hashem: Mayor @BilldeBlasio just agreed to drop consent form against Metzitza B'Peh, at meeting with Huaskon R'Moshe Duvid Niderman, Rabbi Zwiebel, Robert Simins and other Askunim who fought this Gzeira. Klal Yisroel is tremendously thankful and will remember Mayor's act to stop senseless gzeira. Thanks to steadfast stand of Hisachdus Harabunim and other plaintiffs, the Gzeira is history.
-------------

@KolHaolam: NEW YORK: JUST IN - NYC Mayor @BilldeBlasio decided to annul the regulation enforced by the Bloomberg administration for Metzitzah B'peh. JP

קאסטנער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:06 pm

· #255705
די סקווערע נעמען די קרעדיט, זיי זאגן אז די סקווערער האט זיך געטראפן מיט אים א טאג פארדעם אין געבעטן ער זאל עס מבטל זיין.

מאטי » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:15 pm

· #255706
וואס גייט פאסירן מיט די אלע צוזאמגעקליבענע געלטער וואס ליגט נאך אין די קאסע?

יאיר » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:15 pm

· #255707
ב"ה דער בירגערמייסטער האט אראפגענומען זיינע לאפעס פון דער גע'רודפ'טער אידישער קהילה און מען וועט מער נישט מוזן מאכן די בריתים פארשטופט אינעם קעלער מיט א שומר ביים טיר אז די זשאנדארן זאלן זיך נישט אריינכאפן.
דערביי ווילן מיר מעורר זיין אז די אלע אידן וואס האבן זיך נישט גע'מל'ט משום שעת הסכנה, אזוי ווי די פוסקים נעמען אן אז אויב מען קען נישט מאכן מציצה בפה זאל מען אפשטופן די ברית, קענען יעצט זיך מל'ען כהלכה. באסעס וועלן פארן פון ליע קארנער מארסי מ'בעט דעם עולם קיינער זאל זיך נישט שטופן ס'דא גענוג צומיס פאר יעדן.

קאסטנער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:20 pm

· #255710
מאטי
וואס גייט פאסירן מיט די אלע צוזאמגעקליבענע געלטער וואס ליגט נאך אין די קאסע?


וואס א חילוק? די ביזט במילא נישט אויפן ליסטע צי זען אפילו א טריקענע גראשן פארוואס זיך זארגן אימזיסט?

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:20 pm

· #255711
יעצט איז די שאלה ווען די ארונים האבן אים אינדארסירט ביים מעמד זכור ברית, האט ער שוין געהאט צוגעזאגט עס מבטל צו זיין אדער איז עס זיי פשוט געלונגען?

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:33 pm

· #255716
כמיין אז ער האט געזאגט אז ער האלט נישט דערפין, נישט ממש צוגעזאגט.

petergrifin » דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:52 pm

· #255757
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/2015/02/24/nyc-jews-circumcision_n_6748188.html?ncid=txtlnkusaolp00000592">http://www.huffingtonpost.com/2015/02/2 ... lp00000592</a>

outspoken » דינסטאג פעברואר 24, 2015 11:22 pm

· #255762
let's celebrate with 32 ounce cup of coke

Kool man » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:31 am

· #255816
ניחום אבלים
דער עולם ווערט געבעהטען צו גיין טרייסטען אונזער אויסגעשפראכענער חבר השטיבעל וועלעכער האט שטענדיג גע'יובל'ט און זיך געפרייט ווען אימער ס'איז ארויסגעקומען נאך א שלב אקעגען די מצוות ברית מילה, ער פלעגט מיט שרייענדיגע קעפלעך באגריסען דעם דל גאה - אלטער סעלפיש אנגעפרעסענער בעטשלער, וועלכער האט געטרייט מיט אלע זיינע כוחות צו צושטערען ברית מילה כהלכה, טראץ וואס ער איז אליין א יוד - און יעדע מאהל ס'איז געוועזען א נעגעטיווע אנטוויקלונג אויף די שלעכטע גזירה, האט ער טריאומפירט און געטריבען שאנד און שפאט אויף די תורה און יודישע מנהגים, [אזש ער האט פיהל מאהל מיט זיינע שפאטיגע ארטיקלען אונז דערמאנט פון די אמאליגע נארישע משכילים]

אצינד אז אין דעם פרייליכען מזל'דיגען חודש אדר פור המן נהפך לפורינו, און ביי די אלע וואס האבען נישט ליב דעם דת איז תשעה באב במספר גדול, דעריבער וועלען מיר אלץ א חברי השטבעל גיין מנחם זיין דעם צעבראכענעם שארבען וועלכער באהאלט זיך יעצט אין א טיפען מויזען לאך. 🤓

Kool man » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:32 am

· #255817
outspoken
let's celebrate with 32 ounce cup of coke


עמוק! 👍

בן נריהו » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:38 am

· #255818
דער משרד הבריאות - אזוי האבעך געלעזט - זיין צושטימונג מוז ער געבן. איז די פרייד נישט פריצייטיג - איז מיין פראגע אצינד?

Kool man » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:40 am

· #255820
און וואס איז מיט חיי שעה? 😉

בן נריהו » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:42 am

· #255821
א טרייסט פאר א גוסס - איז די פוסטקייט פון "חיי שעה".

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:46 am

· #255822
יונה כהן זאגט אויף קול מבשר אז בדרך הטבע וועלן זיי עס באשטעטיגן. נאכדעם וואס דיבלאזיא וועט סיי וויי נישט אינפארסירן די געזעץ האט נישט קיין פשט אז עס זאל סתם בלייבן אויף די ביכער.

Kool man » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:50 am

· #255825
בן נריהו
א טרייסט פאר א גוסס - איז די פוסטקייט פון "חיי שעה".


יפה דברת, קוקט אויס דא אז די גזירה איז די גוסס, ב"ה פאר דעם, א מפלה פאר אלע שונאי ישראל, חודש אדר. 😎

מאטי » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:07 pm

· #255829
outspoken
let's celebrate with 32 ounce cup of coke

Or a cup of breastfeeding milk.

היסטאריקער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:47 pm

· #255836
ק״פ פון אנ״ש סאטמאר
חסדי השם כי לא תמנו.

מיט פרייד און התרגשות נעמט כלל ישראל אויף די פריידיגע בשורה וועלכע האט באטראפן דאס יהדות החרידית ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, אז דער הויעכגעשעצטער ניו יארק סיטי מעיאר ביל דיבלאזיא יר"ה האט טאטאל אנולירט און מבטל געווען דער קריאזע און זינלאזע גזירה אויף מציצה בפה וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארן דורך דער קאלט-בלוטיגער מייקל בלומבערג, א פרייער איד וועלכע האט אויך געדינט אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי.

הארט בעפאר די וואלן איז אנטשטאנען א צומישעניש ביי ביידע סאטמאר'ע פראקציעס פאר וועלכע קאנדידאט מען זאל ארויסגיין שטימען.

סאטמאר מהר"א (ארוינים) לאגער האבן דאן באשלאסן בעת דער פארמעסט איז געווען שמאל ארויסצוגיין שטימען פאר קאנדידאט דיבלאזיא וועלכע האט קלאר ארויסגעוויזן פארשטענדעניש און סענסיוויטעט צו די געברויכן פון די חרדישע אידן.

מאנכע האבן עס באטראכט אלס א ריזיקאלישע שריט וויבאלד זיין קעגנער טאמפסאן איז געשטאנען גאר שטארק, אבער די עסקנים אין שפיץ פון העסקן ר' נפתלי משה אינדיג האבן דאן באשלאסן ארויסגיין מיטן גאנצן שטיצע פאר דיבלאזיא.

הארט בעפאר די וואלן איז אפגעראכטן געווארן פארענט פון סאטמאר הופפער ביהמ"ד א הערליכער מעמד אונטערן נאמען זכור ברית, ווי דער מעיאר איז אראפגעקומען און געגעבן א ווארעמע רעדע, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א הארציגער רעדע פון הרב נפתלי משה אינדיג וועלכע האט זיך געבעטן צום מעיאר מבטל צו זיין דעם גזירה, און אין די זעלבע צייט אויסגערופן מיט דרייסט, אז דיבלאזיא איז דער איינציגסטער קאנדידאט וועלכע האט פארשפראכן מבטל צו זיין דעם גזירה, און פארענדיגט מיט האפפענונג און זיכערקייט: "און ער וועט אנולירן דעם גזירה"...

די ארוינישע פראקציע זענען טאקע ארויסגעגאנגען שטימען אין די מאסן פאר דיבלאזיא בעת הרב משה דוד נידערמאן האט פארלאנגט פון די וויילער אין יענעם לאגער ארויסצוגיין שטימען פאר טאמפסאן.

ארויסגעשטעלט האט זיך אז אדאנק די פשרה'לאזע און ריזיקאלישע באשלוס פון די עסקנים אין די ארוינישע לאגער אין שפיץ פון ר' נפתלי משה אינדיג און זיין שותף לדבר מצוה ר' יצחק עזיאל סופר צו שטימען פאר דיבלאזיא האט דיבלאזיא געוואונען דעם פארמעסט און זיצט היינט אויפן מעיאר-שטול.

דער מעיאר האט באלד ארויסגעצייגט א געוואלדיגער הכרות הטוב, און נישט געהאט קיין ווערטער זיך צו באדאנקן פאר הרב אינדיג און די טויזענטער וויילער וואס אדאנק די ארוינים שטימען האט דיבלאזיא געוואונען דעם פארמעסט, און היינט איז ב"ה געקומען די פריידיגע בשורה אז דער מעיאר האט גענצליך אנולירט דער גזירה, און ער האט איינגעשטעלט אנשטאט זאכליכע שכל'דיגע אינטערנעמונגען צו פארמיידן אינפעקציעס.

בשעת כלל ישראל זינגט שירה לאל חי' און דרוקן אויס א שבח והודי' האבן אבער מאנכע אינעם מהרז"ל לאגער געשפירט באקריוועדעט איבער דער סוקסעספולע שתדלנות פוו סאטמאר ארונים, האבן דעריבער עטליכע אינגווארג גענומען דער בילד פון איינע פון די פילצאליגע זיצונגען וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן איבער דער גזירה, ווי עס האבן זיך באטיילוגט פארטרעטער פון עטליכע קהילות און ארגאניזאציעס און ארויסגעשניטן דעם ענערגישער עסקן הרב יצחק עזיאל סופר, וועלכע פארטרעט סאטמאר מהר"א, אז מען זאל מיינען אז דער זיצונג איז גאר געפירט געווארן דורך הרב משה דוד נידערמאן (וועלכע האט אינדארסירט ביל טאמפסאן פאר מעיאר) און די אגודה. און קיין איין ארוינישער פארטרעטער האט זיך דארט נישט געפינען.

אבער אייניגע מינוטן נאך דער פארשפרייטונג פונעם געשטיקלטן בילד, איז באלד פאבלוצירט געווארן דעם ארגינעלער בילד ווי מען זעהט דער באטיילוגונג פון הרב סופר וועלכע האט דא געשפילט א וויכטיגע ראלע האבענדיג א פריוואטער געשפרעך מיטן מעיאר ווען ער איז געקומען באזוכן אין די סאטמארע ביהמ"ד אויף הופפער ביי די חתונה פוו אן אייניקל פון סאטמאר מהר"א רבי'ן.

דער מעיאר האט אויסגעפירט זיין פארשפרעכונג פאר די צוויי סאטמאר'ע פארטרעטער הרב אינדיג און הרב סופר, און גענצליך אנולירט דער גזירה פון מציצה בפה.

דער פריידיגע אויסגאנג איז אן קיין ספק די קרעדיט פון די ארוינישע פארטיי און זייערע פירער וועלכע האבן גלייך געעפענט דעם טיר, און זיך ארויסגעשטעלט אין שטיצע פונעם מעיאר, נישט קוקענדיג אויף מעגליכע קאנסעקווענצן. און ווי אלע פאליטישע קעפ, און אנאליזן זענען עדות איז דאס געווען א גוט אויסגערעכנטער און אחריות'דיגע שריט פון די ארוינישע פראקציע.

אידישע קינדער דאנקן דעם אויבערשטן און זענען דאנקבאר פארן מעיאר יר"ה, צווישן זיי די אנדערע עסקנים ושתדלנים וועלכע האבן פרובירט וואס אימער צו מבטל זיין די גזירה, ווי הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן, מ'יו-דזשעי-או, און די טייערע אידן פון די אגודה וועלכע האבן נישט געשפארט קיין צייט און מיה.

ישמעאל הכהן » מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:40 pm

· #255850
רעדסט ווי א ריכטיגער באזיגטער פאליטישאן וואס באגריסט זיין ארכי שונא און קעגנער, די נאכט נאך די וואלן...

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:53 pm

· #255854
איך האב מורא אז מ'מאכט דא א געזונטע מיסטעיק.

די מעשה איז געווען, סקווערע רעבע האט געבעטן די מעיאר דיבלאזיא ער זאל מבטל זיין די גזירה, האט די מעיאר געזאגט, סאָק מי, האט עמיצער פון די גבאים שלעכט פארשטאנען און מ'האט עס תיכף פארשריבן און די גליון "אם תעירו ואם תעוררו" יוצא ל- אור-אַל-י די חסידי סקווירא.

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:12 pm

· #255861
מאטי
וואס גייט פאסירן מיט די אלע צוזאמגעקליבענע געלטער וואס ליגט נאך אין די קאסע?


איך האב טאקע נישט געגעבן (אפשר א פינעווער יא). כ'האב געזאגט פאר די עסקנים אז כ'האב געגעבן פאר הצלת יהודי תימן דריי יאר צוריק און זיי קענען נעמען מיין געלט וואס איז דארט געבליבן.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:27 pm

· #255867
טאמבעלע דו דארפסט א דאקטאר 😂 😂

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:51 pm

· #255876
נאך א מזל. ווייל גוואטעמאלא האט לעצטנס באקאנט געמאכט אז זיי לאזן מער נישט אריין טשיילד אביוזערס צו זיך אין לאנד.

איש את רעהו » מיטוואך פעברואר 25, 2015 3:43 pm

· #255887
ישמעאל הכהן
רעדסט ווי א ריכטיגער באזיגטער פאליטישאן וואס באגריסט זיין ארכי שונא און קעגנער, די נאכט נאך די וואלן...

עס איז נישט צום באגרייפען די צער און ווייטאג וואס עס הערשט יעצט ביי די אידן וואס האבן איינמאל פאר אלעמאל געוואלט צופיקסען די ערליכע אידן וואס היטען על מסורת ומנהג אבותיהם ורבותיהם

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 25, 2015 3:58 pm

· #255891
ברוקלין - די עקסטאז און שמחה וואס זעט זיך אן ביים היימיש-אידישן עולם אין ניו יארק איז אומבאשרייבליך, ווי נאר די בשורה אז די גזירה איז בטל געווארן האט דערגרייכט דעם היימישן לאגער האט זיך די עולם ארויסגעלאזט אין טענץ אין די גאסן, א ליהודים אטמאספערע האט זיך פארשפרייט איבעראל. טרעפיק האט זיך אפגעשטעלט ווען אידן יונג און אלט האבן איבערגעלאזט די אוטאמאבילן אינמיטן שאסיי און זיך אנגעכאפט איינער אין צווייטן מיט א לעבעדיגע טאנץ און א געזאנג פון שירה פאר ג-ט ב"ה פארן אפטוהן די שרעקליכע גזירה פון זיין פאלק'ס קעפ. מוזיקאנטן זענען אויך אנגעקומען אין שטאטס מארק, ווי דער שוחט האט מסביר געווען פאר א קופקע פעדלער אז די נס אום חודש אדר פאסט שטארק אריין אינעם וששון - זו מילה, ווען ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם.

אין פילע מיסט קאסטענעס אין שטאט זעט זיך אן די שק ואפר וואס ווערן ארויסגעווארפן, די אלע אידן וואס זענען ארומגעגאנגען מיט זעק זינט דעם 'תורה תורה חגרי שק' עצרת ווען די גזירה איז אריין אין קראפט אטעמען אפ פריי אז זיי ברויכן מער נישט טראגן די קרעציגע מאטריאל פון די זעק, און קענען זיך ווידעראמאל אנטוהן די נארמאלע קליידער.

די אינסטאנצן געבן איבער אז ס'טוט זיך יעצט א מאסן מציצה'ריי, יעדער וואס האט נאר א מויל אדער הערפיס גייט ארום מוצצ'ן וויפיל מ'קען נאר. אפאר ווילדע ישיבה בחורים האבן אויפגעהאנגן א גרויסן שילד מיט א בילד פונעם אלטן בירגערמייסטער בלומענבערג, מיט די אויפשריפט "!TAKE THAT SUCKERS"

ישמעאל הכהן » מיטוואך פעברואר 25, 2015 4:06 pm

· #255894
?The Onion

היסטאריקער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 4:10 pm

· #255895
איש את רעהו
ישמעאל הכהן
רעדסט ווי א ריכטיגער באזיגטער פאליטישאן וואס באגריסט זיין ארכי שונא און קעגנער, די נאכט נאך די וואלן...

עס איז נישט צום באגרייפען די צער און ווייטאג וואס עס הערשט יעצט ביי די אידן וואס האבן איינמאל פאר אלעמאל געוואלט צופיקסען די ערליכע אידן וואס היטען על מסורת ומנהג אבותיהם ורבותיהם



מסתמא איז דא אזעלעכע וואס פארשטייען וואס ער שרייבט

ווייל איך נישט

Kool man » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:26 am

· #256089
מ'שמועסט אז געוויס גייען זיך יעצט די גוטע מענטשען, די פארזארגערס פון די געזונט פון די אמעריקאנער געזעלשאפט, נעמען איבער אסר'ן דיזני לענד, אדער לכל הפחות מאכען חתמ'ענען א גילוי דעת פאר'ן אריינגיין אהין, ווייל חוץ די אומגליקען וואס פאסירען דארט [גלייך ווי אלע אמיוזמענט פארקס] יערליך, איז דארט א מקום מסוכן וואו מ'קען לייכט איבערכאפען פארשידענע ווירוסען, ווי מ'אט יעצט געזעהן ביי די מיזעלס אויסברוך..

נאר בדרך אולי ואפשר, ובדרך רמז, ואכמ"לל 😐

Kool man » זונטאג מערץ 1, 2015 10:55 am

· #256381
און וואס זאגט די טיימס בנוגע צו אסר'ן דיזני?