☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פארוואס וויל נישט אבאמא אנערקענען "איסלאמישער טעראר"?

פארוואס וויל נישט אבאמא אנערקענען "איסלאמישער טעראר"?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8311

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:26 pm

· #254678
פאר די זעלבע סיבה זענען אויך די מאדערן ארטאדאקסן "יא נארמאל"?

יואב » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:35 pm

· #254680
דער בעסטער מהלך איינצושפאנען מעסיגע מוסלומענער, איז לכאורה אויב אמעריקע יאגט אפ פון דאנען, וכשיטת ראן פאול וחבריו.
מ'האקט דאך פון זיי קעפ. אזא סאודיע אראביע, איראן און נאך לענדער האבן א גענוג שטארקער ארמיי צו צעשטויסן אייסיס. נאר אז אמעריקע טוט דאס, פארוואס זאלן זיי דאס טאן. די מוסלומענער מוזן האבן א ברודער-קריג, און זאלן זיי דאס טאקע טאן.

אמעריקע מוז האפן פאר "זייער" קאאפאראציע? כאילו אויב אייסיס אטאקירט אמעריקע וועט אמעריקע זיך בעטן ביי איראן פאר הילף. זיי, וועלכע זענען אין געפאר, זאלן האפן אויף דער הילף פון אמעריקע.

דאס איז כלפי דיין סברה פון קאאפאראציע, נישט צו עצם נאמען מיט זיינע ידות און כינויים.

פליקער » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:56 pm

· #254688
איך גלייב אז דאס איז א טאקטיק פונעם פרעזידענט, ער שטעלט אן א לעקיש פנים, ווי לא ידע אם קם, אבער מען הערט גריסן אז ער מארדערט אויס די אייסעס חברה ווי ס'ברויך צו זיין, ווען בוש האט אויסגעריפן יעדע מערדעריי יעדע שריט האט דאס נאר דעברעינגט בייז בליט, ווי די פראטעסטן, אקיופיי וואל סטריט ועוד, ער וויל נישט מאכן דעים טעות טוט מען עס בהסתרה, און ווי די רבי האט שוין דערויף מגיב געווין אינעם ניגון.

chusid » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:57 pm

· #254700
[ציטאט אראפגענומען]

דיין סברא איז גאנץ פשוט און יעדער בר דעת קען פארשטיין אז דאס איז א סטראטעגישער שריט, איז וואס איז פשט פון די עקסטרעמע איגנאראנץ פון די ריפאבליקאנע ווען זיי קוויטשען כאילו מ'רעדט מיט א קליין קינד איז מען איז'ם מסביר פשוטע לאגיק ??
📎 10356025_10152679279102543_7083411495090388022_n.jpg

סימפל » פרייטאג פעברואר 20, 2015 10:26 am

· #254898
Ben Shapiro: The Myth of the Tiny Radical Muslim Minority
<a class="postlink" href="http://youtu.be/g7TAAw3oQvg">http://youtu.be/g7TAAw3oQvg</a>

יואליש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:02 am

· #254901
סימפל
http://youtu.be/g7TAAw3oQvg


בען שפירא אדרעסירט נישט "איסלאמישע טעראר". ער פרובירט צו צייגן אז רוב מוסלעמענער זענען "ראדיקאל." די ווערטער שפיל איז זייער וויכטיג. ווער איז אריינגערעכענט אין בען'ס דעפענישאן פון א ראדיקאל?

איינער וואס וויל זיין לאנד זאל ווערן געפירט ע"פ הלכות איסלאם
איינער וואס האלט אז מסירות נפש אין מלחמה קען זיין אמאל אן אויסגעהאלטענע מיטל
איינער וואס האלט אז מיתת בי"ד פאר א זונה איז צומאל אויסגעהאלטן
איינער וואס איז נישט זיכער אויב בין לאדין'ס קאמפ איז קלאר אומאויסגעהאלטן

בען שפירא אלס אן ארטאדאקסישע איד וואס דאווענט דריי מאל א טאג השיבה שופטינו כבראשונה איז לויט די דעפענישן א ראדיקאל זשאו. איך פארשטיי אז בען האט היסברים, אבער אפשר האט די מוסלעמער אויך היסברים, פונדעסטוועגן בויט ער א תורה אויף קורצע אנטקעטע פראגעס וואס ערלויבט נישט פאר היסברים.

ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:17 am

· #254905
זיינע טרוקענע ציפערן זענען אויך פיק ענד טשוז, גענומען ווען די ענטפערס זענען געווען דאס מערסטע עקסטרעם (צום ביישפיל גלייך נאך די איראקער אינוואזיע, אדער ביי די הויכפונקט פון די סעקטעריען שלאכטן אין איראק) און נישט פון איין אנקעטע אדער איין צייט.

קינד_אן_קייט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:33 am

· #254907
מענין לענין באותו ענין, קומט דאס פאר אביסל מאדנע אז בשעת וואס רוב וועלט (בעיקר די מידיא) רופט אן אייסיס בשם ISIS, האלט זיך אבאמא ביי זיינ'ס און רופט זיי אן ISIL.

ווארשיינליך, האט אבאמא רעכט, ס'איז אבער פארט טשיקאווע.

פלאוויוס » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:28 pm

· #254922
די טענה פון די רעפובליקאנער קעגן אבאמא'ס סטראטעגיע איז, אז כאטש מ'דארף טאקע נישט איינוויקלען אלע מוסולמענער אינעם ליילעך, דארף מען פארט אנערקענען אז ס'איז אן איסלאמישער ענין, וויבאלד דער צוגאנג צו א לעזונג איז געוואנדן אינעם אנאליז.

צו נעמען א ביישפיל: אויב אנערקענט מען נישט אז ס'האט מיט א ראדיקאליזאציע פון א ספעציפישער רעליגיע (אין דעם פאל איסלאם), מוז מען דאך אויסזוכן אנדערע סיבות צו דעם טעראר. דא מוז מען בעל-כרחו אריינקוועטשן דעם פסיכאלאגישן הסבר אז "עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעמען" דערפירן צו טעראר. אויב איז דער לעצטער הסבר ריכטיג, קומט אויס אז מ'דארף זיך פארלייגן צו פארבעסערן דעם סאציאל-עקאנאמישן מצב אין די אראבישע און מוסולמענישע מדינות.

דא טענה'ן אבער די געגנער פון אבאמא, אז די ציפערן ווייזן אז אייסיס שליסט אן מענטשן פון אלע שיכטן אין דער געזעלשאפט, אפגעזען פון רייכקייט, ארעמקייט, אדער סאציאלער שטאנדפונקט. בכן טענה'ן זיי, איז נישט יושר צו באציען דעם שורש פונעם פראבלעם צו עפעס וואס איז נישט ריכטיג, און מ'וואלט יא געדארפט אנערקענען אז ס'איז א פראבלעם פון ראדיקאלער איסלאם (כאטש מ'דארף אנערקענען אז דאס איז נישט איסלאם ווי א כלל). רעפובליקאנער ווייזן אן אז דער פרעזידענט פון מצרים, אליין א מוסולמענער, האט יא אנגערופן דעם פראבלעם ביים נאמען, אויסרופנדיג אז איסלאם דארף דורכגיין א רעפארמאציע, כדי "זי זאל נישט פראדוצירן" מער אזעלכע ראדיקאלן. מ'קען זיך דינגען מיט דער פארמולע פונעם עגיפטישן פרעזידענט, אבער עפעס לאגיק איז מסתמא דא אין דעם.

די געגנער פון אבאמא ווייזן אן אז פרעדינט א-סיסי פון עגיפטן האט, נאכ'ן אנאליזירן דעם פראבלעם, באשלאסן צו באקעמפן די צרה דורכ'ן אריינברענגען שינויים אין דעם קאריקולום אין די שולעס. אט דאס איז א פאסיגע לעזונג צום פראבלעם "נאר אויב מ'איז מסכים אז ס'האט צוטון מיט רעליגיעזע אינדאקטרינאציע", אבער כל זמן מ'אנערקענט דאס נישט, וועט מען בכלל נישט צולייגן קאפ צו פאסיגע לעזונגען, נאר מ'וועט זיין פארנומען מיט פאלשע לעזונגען.

צום ביישפיל, אויב וואלט אבאמא אנערקענט אז ס'איז א פראבלעם מיט איסלאם, בכל אופן שהוא, מיט וועלכן נאמען מ'זאל עס נישט וועלן געבן, וואלט ער אפשר אויפגעשטעלט אדער געשטיצט א קערפערשאפט פון איסלאמישע טעאלאגן וואס זאלן באקעמפן די ראדיקאלע אידעען. ער וואלט אויך געקענט באצאלן פאר אזעלכע טעאלאגן וואס זאלן זיצן אויף דער סאציאלער מידיא און צוריקשלאגן זיך קעגן אלע "פארפירערישע" דעות אין איסלאם, וואס מאכן נאר שאדן פאר'ן איסלאם. ווילאנג אבער אבאמא איז נישט גרייט צו אנערקענען דאס אלעס, וועט מען קיינמאל נישט פארן אין דער ריכטונג.

איך אליין קען נישט געהעריג מכריע זיין בין ההרים הגדולים, אבער איך זע כאטש זייער א שטארקער ארגומענט קעגן אבאמא'ס צוגאנג.

יאיר » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:31 pm

· #254923
בכלל איז גאר מאדנע אז א כלומר'שטער קריסט און ווארשיינליכער אטעאיסט זאגט דעות איבער ווער עס איז יא אדער נישט א מוסלעמענער.

קינד_אן_קייט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:33 pm

· #254943
@פלאוויוס, ס'איז קלאר נישטא קיין איינצעלנער אורזאך אדער לעזונג, אבער אויב ברויך מען אנטשיידן איינס פון די צוויי אלץ איבערוועגנד איז לכאורה דא שטערקערע נייטונגען צו אבאמא'ס מהלך (סאציאל/עקענאמיש, אאו"ו).

קודם, איז דער יסוד פון "וישמן ישרורון ויבעט" א מענטשליכער פענעמענאן, אפגעזעהן פון ראסע. און אז מ'קוקט אויף די היסטאריע פון איסלאמישע ראדיקליזם (אדער ראדיקליזם אין אלגעמיין), איז איבערצייגנד וויאזוי עס שפרודלט דוקא אין באפעלקערונג'ן ווי ארימקייט און קיין לעבנ'ס האפענונג הערשן בערבוביא.

ס'איז אויך עטוואס מער פראקטיש אין טעאריע צו לייזן, זינט אינפילטרירן אן עקזיסטירענדע רעליגיע מיט'ן פרואוו איר צו מאדערניזירן שאפט געווענליך דאס פארקערטע (א שטייגער ווי אין אונזערע רייען איז א חוכא וטלולא ווען דרויסענדיגע פרובירן פארצושלאגן מען זאל אדאפטירן יסודי התורה צום היינטיגן שטייגער).

הקטן » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:37 pm

· #254947
די מהלך וואו אזוי אייסיס ריקראט איז דארך איסלאם. קימט אבמא און זאגט הייבט זיך נישט אן, איך זעה נישט דא קיין איסלאם, דאס איז איינפאכע טערעריסטען.
די נערישקייט דערפין איז אז דער וואס ווערט ריקראטעט צי אייסיס ווייסט זייער גיט וואס דער אמת איז אין די קינדירישע סעמענטעקס מאכט בכלל נישט אויס

קינד_אן_קייט » פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:51 pm

· #254952
איסלאם איז א רעליגיע, זי קען קיין שונא נישט זיין און מען מען קען איר אויך נישט קיין קאפ קערצער מאכן.

chusid » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:14 pm

· #254960
פלאוויס, איך קום יעצט פון מקוה און איך זע ווי ממש יעדער היימישער מיט ר"ת גאקעס..פארשטייט די פשוטע לאגיק וואס דער טיפש אבאמא קען נישט כאפן אפילו נאך פופציג מאל מסביר זיין....
מיין פוינט איז אז אבאמא און די סטעיט דיפארטמענט פארשטייען פונקטליך וואס יעדער ריפאבליקאנער פארשטייט אזוי קלאר ווי טאג, וואס דען עס איז א סטראטעגישער שריט און אויב ווילסטו דיך מחילוק זיין דארפסטו אנהייבן פון ווי ער האלט נישט כאילו ער כאפט עפעס נישט וואס די ראדני יודן פארשטייען. ...

הקטן » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:27 pm

· #254962
איזי איזי, ס'דא געניג ריפאבליקאנער (און אוך דעמעקראטן) וואס טראגן נישט קיין ר"ת גאקעס אין כאפן נישט וואס די כאפסט

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:34 pm

· #254963
עפעס דערמאן איך זיך אלץ אין דער ארטיקל
<a class="postlink" href="http://www.newyorker.com/humor/borowitz-report/growing-pressure-obama-something-stupid">http://www.newyorker.com/humor/borowitz ... ing-stupid</a>

פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:44 pm

· #254965
לעיקוואד
עפעס דערמאן איך זיך אלץ אין דער ארטיקל
<a class="postlink" href="http://www.newyorker.com/humor/borowitz-report/growing-pressure-obama-something-stupid">http://www.newyorker.com/humor/borowitz ... ing-stupid</a>

א שיינע תורה... במציאות, נאכ'ן "טראכטען" אזוי לאנג, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אבאמא האט טאקע יא ריספאנדעט "סטופיד" צו ליביע, סיריע, מצרים, און נאך. א האלבע וועלט איז איבערגענומען געווארן דורך ראדיקאלען צוליב זיין עקשנות און אומקאמפיטענץ.

איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:51 pm

· #254988
העי, אונז האבען נישט קיין געלט זיך אליין צו סאפארטען, לאז געמאכט פירען מלחמות אין יעדעס אראבישע מדינה און פראבירען אריין שטעלען א פעלערהאפטיגע דעאמקראטיע ווי אין איראק.

לאז זיי זיך אויסהרג'נן און טאמער די מאכט גייט אריבער צו אייסיס טו בעד, וועט מען זיי באמבאדירען פין אויבן. גענוג סאלדאטען געהרג'ט אויף די מלחמות. אונז זענען פשוט נישט אומשטאנד. די אראבער ווייסען נישט וויאזוי צו האלטען דעמאקראטיע.

פישלע העררינג » פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:02 pm

· #254995
איחוד פעלד
העי, אונז האבען נישט קיין געלט זיך אליין צו סאפארטען, לאז געמאכט פירען מלחמות אין יעדעס אראבישע מדינה און פראבירען אריין שטעלען א פעלערהאפטיגע דעאמקראטיע ווי אין איראק.

לאז זיי זיך אויסהרג'נן און טאמער די מאכט גייט אריבער צו אייסיס טו בעד, וועט מען זיי באמבאדירען פין אויבן. גענוג סאלדאטען געהרג'ט אויף די מלחמות. אונז זענען פשוט נישט אומשטאנד. די אראבער ווייסען נישט וויאזוי צו האלטען דעמאקראטיע.

הא ניחא ווען ער מישט זיך טאקע נישט. דעמאקראטיע ארבעט נישט אין די איסלאמישע לענדער, אבער קאדאפי ארבעט גוט פאר זיי. מובאראק ארבעט גוט פאר זיי. אסאד ארבעט גוט פאר זיי. איז אבאמא גענומען און די ערשטער צוויי פארטריבען פון די מאכט און איבערגעלאזט א חלל וואס די ראדיקאלען האבן ממלא געווען, נאר אסאד לאזט זיך דערווייל נישט פון אבאמא'ס מאניפיולעישאנס.

petergrifin » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:09 pm

· #255049
שוין, איך װעל מוזען זײן דער טראלל און זאגן ״Its Bush's fault"."
😃

קרעקער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:18 pm

· #255067
אבאמא איז נישט קיין טיפש דעס איז כולי עלמא מודי
עפעס וויל ער דא
איך גלייב נישט אז ער שטיצט מוסלעמס

chusid » זונטאג מערץ 1, 2015 3:32 pm

· #256467
קאנסערוואטיווער העלד--דער 12 יעריגער חכם האלט ווי זשוליאני
1.2 מיליאן זע'ערס!!

פלאוויוס » זונטאג מערץ 1, 2015 4:05 pm

· #256481
ער איז אזוי זיס. וואס ער זאגט איז נישט אזוי אינטערעסאנט, נאר דער אופן וויאזוי ער זאגט עס איז צום קושן.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:08 am

· #256637
[ציטאט אראפגענומען]


אוף איהם איז נישט קיין שאלה ער איז דאך אן אראבער און א שכר אויך.

א סאך א גרערסרע קשיא און אסאך שווערער איז ווי אזוי קענען "אזוי גערופענע" פרומע ערליכע אידן פארן קיין אירן זיך צו לעקען מיט המן אליין

בן אדם » דאנערשטאג מאי 18, 2017 12:19 pm

· #371542

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 18, 2017 12:27 pm

· #371543
מען דארף ווארטן אויף מער פרטים. ס'קען נאך זיין א ווייסע רעכטער.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 18, 2017 12:34 pm

· #371545
גערעכט, אפשר עריק טראמפ.