☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ירושלים מיין שטאט פון גאלד

ירושלים מיין שטאט פון גאלד

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8307

נופת צופים » מיטוואך פעברואר 18, 2015 4:52 pm

· #254502
ירושלים מיין שטאט פון גאלד
קלארע לופט װי װיין לויטער
די שמעק פון סאסנע װינקט
געטראגען מיט די אװנט װינטער
די קלאנג פון גלעקער קלינגט

א שטילער שלאף די בוים און שטיינער
אין חלומ'ל פארכאפּט
דער שטאט װאס זיצט אליין איינער
אינדערמיט א װאנט עס טאפּט


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט



די װאסער גריבער טרוקן אלע
אין מארק נישט דא קיינער
אין אלט שטאט אויף דעם הר הבית
אפילו נישט איינער

אין טיפע היילן אין די פעלזן
יאמערט דארט די װינד
צום ים המלח פון יריחו
גייט קיינער נישט אצינד


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט



קומענדיג צו דיר היינט זינגען
באקרוינען דיר מיט עהר
בין איך נאך קלענער פון דיין יונגסטע
די לעצטע ליד זינגער

דיין נאמען װי א קיש פון שרף
פארברענט די ליפּן גיך
ירושלים די שטאט פון גאלד
כ'קען נישט פארגעסן דיך


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט



צוריקגעקערט צו די גריבער װאסער
צוריק צום מארק געשװינד
אויף הר הבית טוט א שופר שרייען
אין אלט-שטאט שוין אצינד

און אין די היילן אין די פעלזן
טויזנט זונען שיין
אויפ'ן װעג דורך יריחו
צום ים המלח גיין


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:05 pm

· #254508
דארף מען אודאי דערמאנען אז די מקור פונעם 'פידל' איז אין ר' יהודה הלוי'ס 'ציון הלא תשאלי'.

וְעֵת אֶחֱלֹם שִׁיבַת שְׁבוּתֵך, אֲנִי כִנּוֹר לְשִׁירָיִךְ.

נופת צופים » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:15 pm

· #254511
ונבנתה העיר
דארף מען אודאי דערמאנען אז די מקור פונעם 'פידל' איז אין ר' יהודה הלוי'ס 'ציון הלא תשאלי'.

וְעֵת אֶחֱלֹם שִׁיבַת שְׁבוּתֵך, אֲנִי כִנּוֹר לְשִׁירָיִךְ.


ריכטיג. אויף וויקיפעדיע האט איר מקורות פון נאך חלקים פונע'ם ניגון.

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:23 pm

· #254514
@נופת צופים שמך נאה לך ואתה נאה לשמך

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:29 pm

· #254515
בכלל איז דא רומערס אז נעמי שמר, די קאמפאזיטארין פון דעם שיר האט עס בעצם (די ניגון) געגנב'ט פון א פאסטוך פון באסק...!

יאיר » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:41 pm

· #254520
הערליך שיין.
berlbalaguleh
בכלל איז דא רומערס אז חנה שמר, די קאמפאזיטארין פון דעם שיר האט עס בעצם (די ניגון) געגנב'ט פון א פאסטוך פון באסק...!

סוף ימיה האט זי מודה געווען דערין.
ימים אחדים לפני מותה, בחודש יוני האחרון, התוודתה המלחינה והמשוררת, כלת פרס ישראל, נעמי שמר, כי לחן "ירושלים של זהב" - שירה הנודע מ-1967 - מבוסס על שיר ערש מחבל הבאסקים שבספרד. לדבריה, היא השתמשה בשיר הבאסקי "בבלי דעת", וכשנזכרה בכך נכנסה לפאניקה: "אני חושבת את כל העניין לתאונת עבודה מצערת, עד כדי כך מצערת שאולי בגלל זה חליתי", כתבה לידידה המלחין חתן פרס ישראל, גיל אלדמע, שיזם את חיבור 'ירושלים של זהב'. "אתה האיש היחידי בעולם - נוסף למשפחתי - שצריך לדעת את האמת על 'ירושלים של זהב' והנה האמת", כתבה שמר.

ב-1967 פנה אלדמע לשמר וביקש ממנה לכתוב שיר לפסטיבל הזמר של אותה השנה, והיא חיברה את השיר "ירושלים של זהב" (מקור שמו של השיר בתכשיט שאותו נתן רבי עקיבא במתנה לרעייתו רחל). השיר הושמע לראשונה בפסטיבל הזמר בירושלים במוצאי יום העצמאות 1967, והקסים מיד את שומעיו, בין היתר הודות לביצועו בפי הזמרת שולי נתן - אז עדיין זמרת אלמונית, שעליה התעקשה שמר שהיא המתאימה לבצע את השיר.

לדברי שמר במכתבה לאלדמע, היא שמעה את השיר הבאסקי באמצע שנות ה-60, מפי ידידתה, הזמרת המנוחה נחמה הנדל. "כנראה באחת הפגישות האלה נחמה שרה לי את שיר הערש הבאסקי הידוע והוא נכנס לי באוזן אחת ויצא מהשנייה", כתבה שמר. "בחורף 1967, כשהתלבטתי בכתיבת 'ירושלים של זהב', כנראה שהשיר ההוא זחל אלי בבלי דעת. גם לא ידעתי שיד נעלמה הכתיבה לי שינויים במקור: המעבר למז'ור בתיבה הרביעית, הסקוונצה השלישית במילים 'הלא לכל שירייך' והסיום. יוצא שמישהו כאילו הגן עלי וסיפק לי את שמונה התיבות שלי שמקנות לי את הזכויות לגירסה משלי על שיר העם. אבל כל זה נעשה, כאמור, בבלי דעת".

שלושה שבועות לאחר פסטיבל הזמר פרצה מלחמת ששת הימים, והצנחנים שהגיעו לכותל שרו את השיר על הר הבית וליד הכותל המערבי.

מאז היה השיר למעין המנון לאומי והיה למפורסם ביותר מבין שיריה של שמר. לאחר המלחמה הוסיפה שמר לשיר בית נוסף שנפתח במילים: "חזרנו אל בורות המים..."

במשך השנים נשאלה שמר לא אחת אם השתמשה בשיר הבאסקי ותמיד הכחישה זאת בכעס. בסיום מכתבה לאלדמע כתבה: "הנחמה היחידה בשבילי היא שאני מספרת לעצמי שאולי זאת מנגינה של האנוסים ובסך הכל החזרתי עטרה ליושנה. עכשיו אתה, גיל, יודע את האמת ואני מרשה לך לפרסם אותה ברבים".

מערכת וואלה! מוסיפה:

משפחתה של נעמי שמר מסרה בתגובה: "אנחנו אוהבים את גיל ומברכים על החלטתו לפרסם את המכתב. מן המכתב עולה שזה היה גם רצונה של אמא. שלא כמשתמע מהכותרות המטעות, אנחנו חושבים שכדאי לפרסם ולקרוא את המכתב במלואו, כדי להדגיש שהדמיון הקל בין המנגינות, שכל כך ייסר את אמא, אירע בבלי דעת." תגובת המשפחה הועברה באמצעות משרד האמרגנים "מיתר קוטלר".

פלאוויוס » מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:14 pm

· #254544
זייער אינטערעסאנט יאיר. כ'האב געוואוסט פון די שמועות, נאר כ'האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס אזא גאונ'טע ווי שמר זאל דארפן נאשן פון דער פרעמד. ס'איז א רחמנות אויף איר אז זי האט געהאט אזא מיאוס'ן עקסידענט. אויף אלע שונאים געזאגט...

יואליש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:20 pm

· #254545
דא האב איך געברענגט די יוא טיפ קליפס פון די גנבי ישראל און גזל עכו"ם.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/252333">viewtopic.php?p=252333#p252333</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:34 pm

· #254572
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים:יישר כח פאר ברענגען דעם קליפ און דעם ניגון. דאס ברענגט מיך אריין אין א מאאד פון התעוררות און באטראכטונג איבער די היסטאריע פון דאס אידישע פאלק. אין די זעלבע צייט כאפט מיך אן א כעס און אן עקל צו אלע שונאי ישראל למיניהם...!

נופת צופים » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:29 pm

· #254584
זייער אינטערעסאנט. איך האב גארנישט געוואוסט אז עס איז שוין דא אויף אידיש. איך האב עס אפגעשריבן אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. דער ניגון איז מיר נישט ארויס פון קאפ די גאנצע וועג, האב איך געמוזט טרעפן א וועג עס ארויסצוגעבן.

נופת צופים » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:44 pm

· #254600
מיינסט אודאי דיין סאטמארע חינוך.

איך אויך » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:29 pm

· #256790
נופת צופים
זייער אינטערעסאנט. איך האב גארנישט געוואוסט אז עס איז שוין דא אויף אידיש. איך האב עס אפגעשריבן אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. דער ניגון איז מיר נישט ארויס פון קאפ די גאנצע וועג, האב איך געמוזט טרעפן א וועג עס ארויסצוגעבן.

איך אויך

די מעשה גייט אז דער מלחין פון די באקאנטע ולירושלים עירך רב"צ שענקער ני"ו לאיוש''ט איז געפארן מיט א פליגער תיכף נאך די זעקס טאגיגע קריג און דעמאלס האט יעדער גערעש'ט מיט דעם ירושלים של זהב פון נעמי שמר, האט ער מחבר זיין ניגון אלס פרומע תשובה דערויף.


גרעיט מיינדס טינק עלייק.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 24, 2017 12:19 am

· #372211
ארויפגעברענג לכבוד היום.

שבת אחים » מיטוואך מאי 24, 2017 1:29 am

· #372217
היינט איז יום ירושלים???
חוץ די גאלדענע שטעקן און בעכערס פון בעלזער רב און גורער רבי און די רינדיעכיגע גאלדענע דום אויפן הר בית, איז קיין גאלד אין די שטאט נישט פארהאנען...

און די רביס שטעקענס זענען אפילו נישט פון קיין גאלד נאר זילבער...

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 24, 2017 7:34 am

· #372226
די וויזניצע שטיבל איז נישט קיין רינגעלע אין די וויזניצע גאלדענע קייט??

איך מיין נישט צו פארדרייען די אשכול, אבער וויזניץ קומט איבעראל אריין. מיין טאטע האט מיר בפירוש געזאגט אז מרדכי חנה האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויפן רבי'ן די אהבת ישראל. נישט קיין חילוק וואס איך האלט לגבי אחדות ומציאת הוי"ה ברוך הוא, איז אבער די וויזניצע רבי געוועהן א קדוש וטהור, און די וויזניצע בתי מדרשים זענען די ריכטיגע ירושלים של זהב.

שבת אחים » מיטוואך מאי 24, 2017 1:39 pm

· #372246
קאווע טרינקער
די וויזניצע שטיבל איז נישט קיין רינגעלע אין די וויזניצע גאלדענע קייט??

איך מיין נישט צו פארדרייען די אשכול, אבער וויזניץ קומט איבעראל אריין. מיין טאטע האט מיר בפירוש געזאגט אז מרדכי חנה האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויפן רבי'ן די אהבת ישראל. נישט קיין חילוק וואס איך האלט לגבי אחדות ומציאת הוי"ה ברוך הוא, איז אבער די וויזניצע רבי געוועהן א קדוש וטהור, און די וויזניצע בתי מדרשים זענען די ריכטיגע ירושלים של זהב.


עליו הכתוב אומר:

רדיפה אחת דוחה מאה ליצנות...

cictim » מיטוואך מאי 24, 2017 3:11 pm

· #372262
שבת אחים
קאווע טרינקער
די וויזניצע שטיבל איז נישט קיין רינגעלע אין די וויזניצע גאלדענע קייט??

איך מיין נישט צו פארדרייען די אשכול, אבער וויזניץ קומט איבעראל אריין. מיין טאטע האט מיר בפירוש געזאגט אז מרדכי חנה האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויפן רבי'ן די אהבת ישראל. נישט קיין חילוק וואס איך האלט לגבי אחדות ומציאת הוי"ה ברוך הוא, איז אבער די וויזניצע רבי געוועהן א קדוש וטהור, און די וויזניצע בתי מדרשים זענען די ריכטיגע ירושלים של זהב.


עליך הכתוב אומר:

ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות ...

מרדכי ישראל » מיטוואך מאי 24, 2017 9:31 pm

· #372291
שבת אחים
היינט איז יום ירושלים???
חוץ די גאלדענע שטעקן און בעכערס פון בעלזער רב און גורער רבי און די רינדיעכיגע גאלדענע דום אויפן הר בית, איז קיין גאלד אין די שטאט נישט פארהאנען...

און די רביס שטעקענס זענען אפילו נישט פון קיין גאלד נאר זילבער...

די ניגון רעדט נישט פון קיין גאלד אין ירושלים נאר פון א תכשיט און די שעיפ פון ירושלים

עובדיה » מאנטאג מאי 10, 2021 3:28 am

· #472819
לכבוד יום ירושלים

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 10, 2021 7:31 am

· #472820
Re: ירושלים מיין שטאט פון גאלד
עובדיה
לכבוד יום ירושלים
ייש"כ פאר'ן ארויפברענגען, קיינמאל פריער נישט געזעהן דעם איבערזעצונג, הערליך הערליך! Wow