☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #8305

אשכול אן א טיטל #8305

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8305

— » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:17 am

· #254419

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ירח בן יומו » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:39 am

· #254420
אנאנים, דו גייסט נישט אין מקוה?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:17 pm

· #254437
[ציטאט אראפגענומען]

ניין. איך זאג איהם א יישר כח. ער רירט אן זייער וויכטיגע נקודות פון פרשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין די אידישע גאס. דער עולם איז בארעכטיגט צו וויסן דעם הינטערגרונד און די סוף פון די אלע פרשיות וועלכע עזריאל האט דערמאנט...יישר כח, אנאנים...!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:19 pm

· #254439
ירח בן יומו
אנאנים, דו גייסט נישט אין מקוה?

וואסי פשט?.. אפשר ווען ער וואלט געגאנגען אין מקוה וואלט ער געהאט טהור'ע מחשבות און נישט קיין מחשבות פון מינות, ח"ו רח"ל מהאי דעתא... 🙄

פרייוויליג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:30 pm

· #254444
[ציטאט אראפגענומען]

און אפשר חיים שאולזאהן אליין?

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:12 pm

· #254459
לאמיר פראבירן אנצופאנגן מיט קראסנה.
די קראסנער איז געווען יונג מיט היציג בליט. דערצו האט ער געהאט די שטיצע פון די ראשי הקהילה - פישמאנס. בנוסף האט ער געפילט אז ער איז א זון און רש"ז איז א שוואגער.

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:21 pm

· #254460
איך בין נישט אויסגעקאכט אבער לאז מיר עפעס פרעגן
די שרייבסט "ער האט געפילט אז ער איז א זוהן" ער האט נאר געפילט ער איז נישט באמת גיוועהן?
און אויב איז ער באמת גיוועהן פארוואס שרייבסטו ער "איז גיוועהן יונג מיט היציג בלוט"? עס קומט זיך דויך אים איז וואס האט עס מיט היציג?

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:34 pm

· #254467
רבותי!!!
איך וויל נאר וויסן צו מעג מען רעדן לשה''ר אויף אינטערנעט איז דא א היתר פין די חפץ חיים .....................

פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:42 pm

· #254521
אנוכי וועלט
אלערט

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:00 pm

· #254589
לית דין בר נש
איך בין נישט אויסגעקאכט אבער לאז מיר עפעס פרעגן
די שרייבסט "ער האט געפילט אז ער איז א זוהן" ער האט נאר געפילט ער איז נישט באמת גיוועהן?
און אויב איז ער באמת גיוועהן פארוואס שרייבסטו ער "איז גיוועהן יונג מיט היציג בלוט"? עס קומט זיך דויך אים איז וואס האט עס מיט היציג?

סארי כ'האב נישט צוגעענדיגט די סענטענס. ער האט געפילט אז וויבאלט ער איז א זון און רש" ז איז א שוואגער, קומט זיך עס אים בתורת ירושה.
און דאס וואס כ'האב געשריבן אז ער איז געווען "יונג מיט היציג בליט", האב איך געוואלט ארויסברענגן אז כאטשיג ער האט געהאלטן אז ס'קומט זיך אים (און מיט רעכט) ווען ער וואלט אבער געווען עלטער, וואלט אים מסתמה נישט געווען אזוי גרינג זיך צו פארטשעפענען מיט זיין חשוב'ן פעטער.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:45 am

· #254626
[ציטאט אראפגענומען]


די ענטפער פון די אלע מחלוקה קשיות זענען ליידער... ווער עס האט די מאה, האט די דעה...

געלט (און כבוד) איז אלע מאהל אריינגעמישט. צו וויל ער דאס געלט אדער האט ער געגנבט דאס געלט אדער אפי' איינער אינטערגעשמירט מיט געלט.

און די זעלבע מיט כבוד. צו וויל ער דאס כבוד, אדער וויל ער אז דער אנדערער זאל "נישט" האבען דא כבוד. אדער האט ער צוגעזאגט צו געבען כבוד.

ווען מען באטראכט איעדע מחלוקה אויף די וועג קען מען אלעס פארשטיין.

chusid » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:26 pm

· #254693
.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:15 pm

· #254757
שמעון וואלף
לית דין בר נש
איך בין נישט אויסגעקאכט אבער לאז מיר עפעס פרעגן
די שרייבסט "ער האט געפילט אז ער איז א זוהן" ער האט נאר געפילט ער איז נישט באמת גיוועהן?
און אויב איז ער באמת גיוועהן פארוואס שרייבסטו ער "איז גיוועהן יונג מיט היציג בלוט"? עס קומט זיך דויך אים איז וואס האט עס מיט היציג?

סארי כ'האב נישט צוגעענדיגט די סענטענס. ער האט געפילט אז וויבאלט ער איז א זון און רש" ז איז א שוואגער, קומט זיך עס אים בתורת ירושה.
און דאס וואס כ'האב געשריבן אז ער איז געווען "יונג מיט היציג בליט", האב איך געוואלט ארויסברענגן אז כאטשיג ער האט געהאלטן אז ס'קומט זיך אים (און מיט רעכט) ווען ער וואלט אבער געווען עלטער, וואלט אים מסתמה נישט געווען אזוי גרינג זיך צו פארטשעפענען מיט זיין חשוב'ן פעטער.

זייענדיג אביסל אינוואלווד בשעתו, מיין אינוואלוומענט איז באשטאנען פון וואוינען בשכינות, דאכט זיך מיר אז דער פייט האט אנגעהויבן דער פעטער.

דער נעפיו איז געווען רב הצעיר, און מען האט אים געוואלט ארויסעסן דערפון, און דער סך הכל איז געבליבן אז דער אינגערמאן איז געווארן קראסנא רב, און דער פעטער האט געקליבן א נאמען.

טראכטענדיג אויף צוריק, פארוואס האט ער נישט געקליבן קראסנא 43....

למעשה איז ער געבליבן מיטן אלטן אריגינעלע בנין הביהמ"ד