דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8299
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8299
רב וואזנער'ס פאטווא.
קאשוי רב האט אויך אזוי געהאלטן.
איך בין נישט באקאנט מיט די וועג פון די אפעראציעס פון די לאנדאן שומרים, קען איך נישט זאגן קיין מיינונג צו זיי האנדלען יא אדער נישט ריכטיג. אבער די ניו יארק שומרים, וועלכע שליסט איין ב.פ., וויליאמסבורג און פלעטבוש פונקציאנירט אויף א וועג וואס איז אין פולשטענדיגן קאאפעראציע און מיט די הסכמה פון די פאליס דעפארטמענט. אדרבה. די פאליס זענען צופרידן אז די שומרים העלפן זיי צו אין זייער ארבעט. ממילא איז עס בכלל נישט קיין התגרות באומות.
איין הערה, איבער די לאנדאן שומרים: ס'איז מעגליך אז דער פאקט וואס זיי נוצן קארס וועלכע זענען אינגאנצן ענליך צו די פאליס קארס, ברענגט ארויס דעם כעס פון די גוי'אישע באפעלקערונג. וועלכע טייטשן אריין דערין אז זיי האבן די זעלבע פאוער און מאכט וואס די געהעריגע פאליס. וואס דאס איז מסתמא נישט אמת. אפשר, אויב זיי וואלטן גענוצט פשוט'ע, אנ-מארקעד קארס וואלט דער זעם פון די גויים נישט געווען אזוי שטארק...!

ער האט א פראבלעם מיט התגרות באומות? ער האט א פראבלעם מיט ככל הגוים בית ישראל!
און גראדע האלט איך ער איז גערעכט. ער פארשטייט אז שומרים איז א סעלושען (אויך מיר א סעלושען) צו א פראבלעם וואס וועט נאר עלימינירט ווערן ווען ס'וועט געשען איינע פון די צוויי. אדער ווען התגרות באומות וועט מותר ווערן בב"א אדער וועט מיר וועלן זיך עמאנציפאטן.

הירץ אייכל גומפרץער האט א פראבלעם מיט התגרות באומות? ער האט א פראבלעם מיט ככל הגוים בית ישראל!
און גראדע האלט איך ער איז גערעכט. ער פארשטייט אז שומרים איז א סעלושען (אויך מיר א סעלושען) צו א פראבלעם וואס וועט נאר עלימינירט ווערן ווען ס'וועט געשען איינע פון די צוויי. אדער ווען התגרות באומות וועט מותר ווערן בב"א אדער וועט מיר וועלן זיך עמאנציפאצירן.
ר' הירץ אייכל: במחכת"ה איז די תשובה שלא מן הענין. ווייל דער גאנצער טעם פארוואס שומרים האט זיך געגרינדעט איז, ווייל ס'איז געווען זייער א הויכע קריים ראטע אין די אידישע געגנט פון סטאמפארד הילל. און ביז די פאליס זענען אנגעקומען אויפ'ן פלאץ זענען די קרימינאלן שוין לאנג אנטלאפן. נאכאמאל. איך ווייס נישט פונקטליך דעם אופן פון זייער אפעראציע. אבער, למשל דאהי אין ניו יארק ווייסן די קרימינאלן אז שומרים וועט לייגן א האנט אויף זיי און איבערגעבן פאר די פאליס. ממילא האלטן זיי זיך אין א סאך פעלער צוריק פון באגיין קרימינאלע אקטן...!
ניין, ס'פאנגט זיך אן אזוי.
העקני איז א געגנט וואו ס'וואוינען אסאך ארימע מינאריטעטן, אימיגראנטן און לאווער קלאס, [און נאטורליך ציהט דער געגנט צו חרדים צוליב די הויכע בענעפיטס און סאושל הילף וואס מ'קריגט אין דעם בארא.] א קאמבינאציע פון דאס און נאך סיבות האבן ביסלעכווייז ארויסגעשטופן די נאטיוו ענגלישע פון אירע גרעניצן און געהויבן קריים ראטע אין די געגנט, אינפילטריט די לאקאלע אויטאריטעטן מיט אינטערעסע דריווען אגענדעס א"נ. יעצט פון די וויקטעמס אף קריים האבן ספעציעל די חרדים געליטן דאס מערסטע. און דא ליגט די הינט באגראבן. ווען אנדערע קאמיוניטיס אין שטאט זאלן אזוי פיהל ליידן, פרעצענטואליש ווי די חרדים אדער ווען ס'זאל זיך גרינדן א כמו-שומרים ארגיניזאציע מיט וואלונטירן פון אלע ראסן און קהילות אין שטאט וואס ארבעטן צוזאמען ארויסצוהעלפן די פאליציי כאפן קרימינאלן אגרי איך מיט דיר.
אבער יעצט אז רב וואזנער האט שוין געזען פאר וויכטיג ארויסצוטרעטן קעגן זיי איז א סימן אז ווארשיינליך פאנגען זיי אן צו גיין אויף א גוטן ריכטונג.
-------
געוואגטער אינגל האקט

ווי די וועלט זאגט: א געווארענער איז מער ווי א געבוירענער. רב וואזנר וויל פשוט ווייזן אז ער איז אויסכעקאכט אין די סאטמערע שיטה
די אויספירליכע בריוון פון דעם הרב וואזנער יעדן שני וחמישי אויף דברים של מה בכך צייגט נישט אויף קיין איבערגעטריבענע חכמה און דאס אוועקגעבן מלחמה פולווער פאר לופט וועט אים אין דער ענדע צוריקפאטשן אין פנים מיט'ן ביישטייערן נאך איין שטיינדל צום סתימת הגולל פונעם ללעג ולקלס'דיגן כח הרבנים.
אלנפאלס, מיר זעט אויס אז ער גלייכט זיין שיינעם שריפט און ער איז אויסן זיך צו פאטאגראפירן דערמיט ווען אימער א געלעגנהייט.
אלנפאלס, מיר זעט אויס אז ער גלייכט זיין שיינעם שריפט און ער איז אויסן זיך צו פאטאגראפירן דערמיט ווען אימער א געלעגנהייט.
ווי אזוי ווילסטו ער זאל ארויסגעבן 12 בענדער שרביט הלוי אויב נישט פון אזוינע בריוון?
לית דין בר נשווי אזוי ווילסטו ער זאל ארויסגעבן 12 בענדער שרביט הלוי אויב נישט פון אזוינע בריוון?
לית דין בר נש: דיין קאמענט איז עולה על כולנה... 😂
הער איך אז דער רב פון חברת שומרים הגאון ר' יוסף פאדווא איז געווען נעכטן ביים סאטמאר-לאנדאן רב און זיי פרובירן צו פארהאנדלן איבער דעם.
מער פרטים נעקסטע וואך ווען דער רב וועט זיין צוריק פון אנטווערפן
מער פרטים נעקסטע וואך ווען דער רב וועט זיין צוריק פון אנטווערפן
פונעם נ.ב. אינעם בריוו זעט מען אז ס'איז פשוט א פאוער גרעב, ער וויל קאנטראלירן די שומרים. ווי אויך זוכט מען צו פוינטער פינגערס און באשולדיגן שומרים אויף די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם, ווען די עכטע אויפברויז איז געקומען ווען עקסטרעמיסטן האבן אויפגעהאנגן שילדן וואס הייסן פרויען גיין אויף די אנדערע זייט גאס.
ווי ר' בערל שרייבט אויבן, כ'געדענק נאך ווען שומרים האט זיך געגרינדעט, נאכן ליידן ציפקע צרות פון די גוי'אישע שכנים וועלכע האבן טעראריזירט די אידישע שכונה אין וויליפעסט, און ווען מען האט געקאלט די פאליציי זיי אויפצואוועקן פון זייער שלאף זענען זיי קודם געגאנגען אויספאסטן אויף אפאר סלייסעס פיצא, און זענען אנגעקומען ווי א שירעם נאכן רעגן, די קריים ראטע איז ארויף סכנה'דיג הויך, האט מען דאן געגרינדעט די שומרים אלס "זעלבסט-שוץ", זעלבסט פארטיידיגונג, נישט צוליב התגרות באומות, נאר איה"נ אנגעהויבן האט זיך עס אז זיי פלעגן בכבודם ובעצמם דערלאנגען די שקצים מיט די פויסטן כראוי וכיאות, דאס איז טאקע געווען אביסל טו-מאטש (הגם באותה שעה איז עס געווען העכסט פאסיג און וויכטיג), היינט צו טאגס העלפן זיי נאר די פאליציי, און נאך פונקציעס ווי העלפן זוכן פארלוירענע מענטשן, עפענען טירן פאר אויסגעשפארטע (חברים האט שוין אפשר איבערגענומען דעם חלק) אא"וו, ממילא די ווארט התגרות באומות קומט נישט אריין דא, קיינער זוכט נישט צו רייצן קיין פעלקער, לא מיני' ולא מקצתי', אדרבה מי יתן והי' עס זאל זיין רואיג און מען זאל לעבן בשלום.
געפילטע פישפונעם נ.ב. אינעם בריוו זעט מען אז ס'איז פשוט א פאוער גרעב, ער וויל קאנטראלירן די שומרים. ווי אויך זוכט מען צו פוינטער פינגערס און באשולדיגן שומרים אויף די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם, ווען די עכטע אויפברויז איז געקומען ווען עקסטרעמיסטן האבן אויפגעהאנגן שילדן וואס הייסן פרויען גיין אויף די אנדערע זייט גאס.
אבער איינס פון די נקודות וואס דער אנטיסעמיט האט ארויפגעברענגט איז אז די שומרים נוצן קארס וועלכע זעען אויס די זעלבע ווי די פאליס. אפשר דאס קען מאכן די גוי'אישע שכנים אויפגערעגט, כמו שאמרתי...!
צום מערסטן געפעלט מיר די לעצטע שורה "ובזה הננו מגלים דעתנו שאין לנו שייכות לחברה זו, ואין היא על דעתנו, והם אינם שליחינו". דערמיט גלייבט מסתמא הרב וואזנער אז ער האט אפגעטון דעם חרון אף פון די גויים.
באלד קומט שוין אריין נטרונא אינעם בילד, צו לאזן הערן דעם מעסעדזש קבל עם ומלואו...
#פאליטיק-באזירט-אויף-תמימות
באלד קומט שוין אריין נטרונא אינעם בילד, צו לאזן הערן דעם מעסעדזש קבל עם ומלואו...
#פאליטיק-באזירט-אויף-תמימות
העמיר זעהן אויב זיי וועלן דארפן צוקומען צו די שומרים אויב זיי וועלן טאקע נישט האבן קיין שייכות.
ר' משה בער בעק האט געשריבן וועגן דעם א גאנץ חיבור מיטן נאמן שוא שקד שומר.
פלאוויוסצום מערסטן געפעלט מיר די לעצטע שורה "ובזה הננו מגלים דעתנו שאין לנו שייכות לחברה זו, ואין היא על דעתנו, והם אינם שליחינו". דערמיט גלייבט מסתמא הרב וואזנער אז ער האט אפגעטון דעם חרון אף פון די גויים.
באלד קומט שוין אריין נטרונא אינעם בילד, צו לאזן הערן דעם מעסעדזש קבל עם ומלואו...
#פאליטיק-באזירט-אויף-תמימות
פלאוויוס: ייש"כ. דו האסט מיר ממש אויסגעכאפט די ווערטער.נאר איך וויל עס שוין נישט איבערחזר'ן ווייל איך סאונד ווי א צובראכענער רעקארד אדער סי.די.
אבער דאך. דא קענמען זעהן באידרא זוטא ווי ווייט צו דער זאך דער מעסעדזש פון נטרונא איז... 🙄
ידידינו ר' שמעקעדיג האט שוין א ביסל בארירט די נקודה...
עס איז דא 2 באזונדערע ענינים דא:
א) צו עס פעלט בכלל אויס א שומרים.
ב) צו עס הייסט התגרות באימות.
לאמיר אנפאנגען מיט ב' וואס מיינט התגרות באימות?
זייער א סאך מענטשען האבן ארויס דאס התגרות באימות זייער נישט קלאר. מען מיינט אז התגרות באימות מיינט מרבה זיין אנטיסעמעטיזם, עס איז בכלל נישט ריכטיג, מרבה זיין אנטיסעמעטיזם איז נישט אזוי ווייט קיין איסור, עס איז א מער פארברעך קעגן די מענטשהייט, אריין לייגן כלל ישראל אין א סכנה גייט אריין בגדר רציחה ממש..... אבער נישט דאס איז די איסר פון התגרות באימות....
דער איסור פון התגרות באימות איז א פיליאלע פונעם איסור שלא ימרדו באימות, וואס איז פון די שביעות וואס דער אייבישטער האט באשוואוירען די אידן אין גלות.. אז מען טאר נישט רעוואלטירן קעגען דעם גזירות הגלות און ארויס ווייזען נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט, אויב אבער מען ווייזט נישט ארויס קיין נאציאנאלקייט און אראפווארפן פון זיך דעם עול הגלות, איז עס נישט אין דעם גדר פינעם איסר פון התגרות באימות.
איצט אזוי: שומרים ווייזט נישט ארויס קיין אראפווארפן עול הגלות. אדער קיין נאציאנאלקייט, דעריבער איז אומפארשטענדליך פארוואס מאנכע שרייען התגרות, וואס יא? עס איז מרבה אנטיסעמעטיזם!, דער גוי וואס צאהלט שטייער און באקומט פראטעקציע און שוץ פון די פאליציי קען נישט דערליידען דער פאקט אז פאר די אידעלעך מיט די האדעסיס איז נישט גענוג גוט די אלגעמיינע פאליצייאישע שוץ, ניין זיי זענען מער זיי מיזן האבן מער שוץ, זיי מיזן האבן אייגענע לעלוס, ווי פארשטענדליך קען עס א נארמאלער שטייערצאהלער גוי נישט פארליידן, און עס גיבט אים נישט צו קיין ליבשאפט צום איד......
יעצט לאמיר גיין צום ערשטען....
אין די כ' יארן ווען הרב משה האפמאן האט מייסד געווען די שומרים איז דער מצב אינעם טריבען געטא וויליפעסט געווען כאאס, די מצב אין וויליפעסט געווען איום ונורא, עס האט בכלל דאן געהערשט אן הפקרות אין די וועלט די אמעריקאנער יונגווארג האט אנגעהויבן אוועק צו ווארפן דעם אנצוג מיטן נעקטיי, מיטן הוט, און זיך אנגעהויבן צו באקליידן מיט צוריסינע דשינס און מאדענע טי שערטס, און אויער רינגלעך אויף די נאניעס, און שרעקעדיגע שלענג טאטוס אויפן גאנצען גוף, און זענען פארוואנדעלט געווארן פאר הפקר און גזעץ לאזע יונגען, דאס האט אנגעברענגט א פארפלייצונג פון פארברעכען אין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן..... גניבות און רציחות זענען געווען רוטין.... און די געזעץ היטער זענען געשטאנען הילפלאז.....
דער ר' משה האט נישט געקענט צו קיקן ווי אידיש געלט ווערט גערויבט, און ווי געשעפטן ווערן געפילדערט דירך די יונגע שקוצים, און זקינים ונערים ווערן צו שלאגען אין די גאסען, זיין אידיש הארץ האט דאס נישט געקענעט פארנעמען, דעריבער האט ער גרופירט א גרופע ערענסטע מענטשען, און נגעהויבן צו פאטראלירן די גאסן, און אויב האט מען געכאפט א גוי דירך פירן א גניבה, האט מען אים מכבד געווען מיט אזאנע מכות, אדש אז דער אותו איש זעלבס צו וועם דער גוי האט געשריגען פאר זיינע צרות, איז כמעט פארטויבט געווארן, און נאך בעפאר די פאליציי איז נאר אנגעקומען צום כאפצעם צענע, איז שוין נישט געווען קיין זכר פון די שומרים מעמבער, זיי האבן בס''ה געדארפט רופן אן שטאטישער אמבעלונס וואס זאל דעם צומזיקטען ערל אריין פירן קיין בעלוויו (אויב ער איז נאך געווען צווישען די לעבעדיגע) אזוי ארום האבן די יונגע שקצים אנגעהויבן איינצוזעהן, אז דדירך פירן א גניבה אין וויליפעסט, מיינט אהיים צו קומען א מרוח אשך אן קיין ציין, און א אויסגעשאסען אויג.... אזוי ארום האט ארדענונג ציריק אנגעהויבן הערשען אין געטא.....
הייינט אבער איז די שומרים א אומווירקזאמע ארגענעזאציע, וואס קיינער דארף נישט און קיינער שעצט נישט, די לעלוס מיט וואס זיי שמייסען ווען א מאדענאויסזעהנער ערל באווייזט זיך אין געטא, עקעלט און גרוילט פאר די מענטשהייט, עס איז שוין העכסט צייט דאס אויסצוראטען מיטן ווארצעל...... זאלן די לעלא שטינקערס זיך טרעפן אנדערע אופנים ווי אזוי ארויף צו ברענגען אויף זיך, דאס אויפמערזאמקייט..... די פאליציי מאכט היינט א גוטע ארבייט און קומען אן גאר שנעל, און די פארברעכן ראטע איז גאלד קעגן אמאהל...... מיר צאהלן שטייער פאר פאליצייאישע שוץ, לאמיר געניסען דערפון..........

יא יא ווארט נאר איין מינוט דיין ...............
או וויי איך וואלט ענדערש געדארפט איגנאאירן......
או וויי איך וואלט ענדערש געדארפט איגנאאירן......
געפילטע פישפונעם נ.ב. אינעם בריוו זעט מען אז ס'איז פשוט א פאוער גרעב, ער וויל קאנטראלירן די שומרים. ווי אויך זוכט מען צו פוינטער פינגערס און באשולדיגן שומרים אויף די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם, ווען די עכטע אויפברויז איז געקומען ווען עקסטרעמיסטן האבן אויפגעהאנגן שילדן וואס הייסן פרויען גיין אויף די אנדערע זייט גאס.
אינטרעסאנט אז אין די אפיציעלע לעטער זענען זיינע ווערטער פון אונטן -- וואס טוען פארשלאגן א וועג ארויס אויב וועלן זיי קומען פארהאנדלען און מאכן תנאים והגבלות -- אוועקגענומען. מסתמא האבן די פארטיי סטראטעגיסטן אים אזוי געצה'ט.
אנאנים: ייש"כ. דו האסט ריכטיג ארויס דעם מצב מיט די שומרים. דאס וואס ר' קאך-לעפל זאגט אז היינט פעלט שוין נישט אויס שומרים, איז א ביסל מוגזם. כמו שביארת...!
נאר איך טענה נאכאלץ, אז איינס פון די סיבות וועלכע רייצן אן די גוי'אישע אנטיסעמיטן אין לאנדאן, איז אז די דארטיגע שומרים פארן ארום מיט קארס וועלכע זעען אויס ממש אינגאנצן ווי פאליס קארס. און דאס צושפיעלט די פאנטאזיע ביי די גויים אז די אידן האבן די זעלבע מאכט ווי די פאליס. וואס איז דאך זיכער נישט אמת. און ס'איז טאקע אן איבעריגע זאך. ווייל זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט ארומפארן מיט זייערע אייגענע, אן מארקעד קארס. אזוי ווי די שומרים אין ניו יארק...!

[ציטאט אראפגענומען]
שוין געזאגט: עיין שם... 😂
אנאנים: איך זעה אז דו ביסט אן אונגערישער... וועל איך עס היינט (נאכאמאל) מסביר זיין. אפשר וועסטו עס כאפן אין א צוויי וואכן ארום.
והנה: דו זאגסט אז מ'קען זאגן יישר כח אויף א קורצן וועג. דהיינו. געבן א "לייק". האביך דיר געענטפערט אז כ'האב שוין אזוי געטון...קאפטשאל...?
נאר עטליכע פון די לייקס זענען פליישיג. און א פאר אנדערע זענען פארווע. די פליישיגע קענסטו נעמען און אריינווארפן אין טשאלנט אריין... 😂

מפי השמועה שמענו אז ר׳ יוסף בנימין האט זיך פארשטענדיגט מיט ר׳ יוסל פאדווא, דער אפיציעלע רב פון די לאנדאנער שומרים, און ער האט צוריק געצויגן.
[ציטאט אראפגענומען]
עס ווענדט זיך. אויב סאקמר אדער זייער נאך פאלגער האבען עס געגרינדעט, מוז מען זאגען ניין. ווייל ווי מיר אלע ווייסען אז נאר "זיי" מעגן און אויב איינער אנדערש טוהט סיי וואס צו לטוב אדער ח"ו פארקערט רוקען זיי זיך אן מיט זייער פרומע שטיק
מיין מאגן איז לעצטנס ערנסט פארדארבן פון די ציבעלע קוגל
איטשעמפי השמועה שמענו אז ר׳ יוסף בנימין האט זיך פארשטענדיגט מיט ר׳ יוסל פאדווא, דער אפיציעלע רב פון די לאנדאנער שומרים, און ער האט צוריק געצויגן.
איך קען נישט גלייבן ער האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו אהן רעדן צו די רב פון די ארגיניזאציע פריער? הזאת נעמי?
שמעקעדיגווי ר' בערל שרייבט אויבן, כ'געדענק נאך ווען שומרים האט זיך געגרינדעט, נאכן ליידן ציפקע צרות פון די גוי'אישע שכנים וועלכע האבן טעראריזירט די אידישע שכונה אין וויליפעסט, און ווען מען האט געקאלט די פאליציי זיי אויפצואוועקן פון זייער שלאף זענען זיי קודם געגאנגען אויספאסטן אויף אפאר סלייסעס פיצא, און זענען אנגעקומען ווי א שירעם נאכן רעגן, די קריים ראטע איז ארויף סכנה'דיג הויך, האט מען דאן געגרינדעט די שומרים אלס "זעלבסט-שוץ", זעלבסט פארטיידיגונג, נישט צוליב התגרות באומות, נאר איה"נ אנגעהויבן האט זיך עס אז זיי פלעגן בכבודם ובעצמם דערלאנגען די שקצים מיט די פויסטן כראוי וכיאות, דאס איז טאקע געווען אביסל טו-מאטש (הגם באותה שעה איז עס געווען העכסט פאסיג און וויכטיג), היינט צו טאגס העלפן זיי נאר די פאליציי, און נאך פונקציעס ווי העלפן זוכן פארלוירענע מענטשן, עפענען טירן פאר אויסגעשפארטע (חברים האט שוין אפשר איבערגענומען דעם חלק) אא"וו, ממילא די ווארט התגרות באומות קומט נישט אריין דא, קיינער זוכט נישט צו רייצן קיין פעלקער, לא מיני' ולא מקצתי', אדרבה מי יתן והי' עס זאל זיין רואיג און מען זאל לעבן בשלום.
איך געדענק נאך ווען אידישע קינדער האבן געליטן פון פאגראמען און רציחות אין פוילן און רוסלאנד, האט מען אפגעמאכט מען מוז גיין קיין ארץ ישראל און זיך מאכן אן אייגענע לאנד און זיך אליין באשיצן. מען האט טאקע דעמאלט געגרינדעט די הגנה, און יעדער איינער וואס האט געשטערט דאס זיכערקייט פון דעם לאנד האט מען צוריקגעגעבן מנה אחת אפים. סאיז טאקע געווען אביסל צופיל, אבער התגרות באומות קען מען דאס נישט רופן ווייל סאיז געווען אין זעלבסטשוץ. מי יתן אידן זאלן לעבן בשלום ובשלוה און מען זאל קענען אראפלייגן דאס געווער.
זינט ווען איז התגרות באומות אן איסור? וויפיל מאל ווערט זי געברענגט אין ספרי קודש פאר די תקופה פונעם סאטמאר רב? סאטמארער חסידים זאלן טאקע נישט גיין, אזוי ווי סקווערע חסידים זאלן נישט גיין אין א פלאץ ווי מען עסט נישט צוויבל קיגל, אבער וואס איז דא די וויכוח כאילו אז התגרות באומות איז א הלכה אין שולחן ערוך? עס איז בסך הכל א אגדתא גמרא און נאך סאך ווייניגער וויכטיג ווי די גמרא וואס מיר האבן געלערנט אלס קינד אז הנותן מתנה לחברו צריך להודיע און דעריבער ווען א שכן געט א פינאט באטער סענדוויטש זאל ער אנשמירן פינאט באטער אויף די שטערן. יא, עס איז א גמרא אבער כלל ישראל האט נישט אנגענומען אלס א וויכטיגע מצוה נאר אלס אזא עניין וואס אויב איינער דערמאנט ער זיך טוט ער עס. זיכער איז שלאגן כפרות הארבער ווי התגרות באומות ווייל עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך מה שיש לוקחים כפרות אין לעשות כן. בקיצור, א סאטמארער איד דארף לשיטתם נישט זיין א שומרים מעמבער אבער עס האט גארנישט מיט כלל ישראל
איך האב אמאל געהאט א ווערבאלע, ציווילע געפעכט מיט אן ערל וועגן ביזנעס, די טענער זענען טאקע געווען הויעך אבער ס׳האט ווייט נישט געהאלטן ביי ״הענט און פוס״
מיר האבן שוין כמעט געהאלטן ביים זיך דורעכקומען ווי נארמאלע מענטשן, ווען פלוצלינג רוקן זיך אן אומגעבעטן די הויעכגעשעצטע לעלוס מיטן גאנצן טאראראם, בלאקן אפ די גאס מיט זייערע קארס, און הייבן אן צו קאמאנדעווען ווי א מענעזשער אין בי ענד עיזש.
״וואטס גאוינג אן״ פרעגן זיי מיט א טאן פון אוטאריטעט און תוכד״ד רופן זיי שוין פאר ״בעקאפ״
צו מאכן די געשיכטע קורץ, ״געגעבן די קאלטע פלייצע״ איז א אונטערמעלדונג, איך האב זיי שיין משלח געווען פאר די אויגן פון די נייגעריגע אודיענץ.
ווער ס׳האט זיי גערופן איז פארבליבן א מיסטעריע ביזן דיזן טאגע
יא התגרות נישט התגרות, שוין די העכסטע צייט צו פארמאכן די רעליגיעזע פאליציי.

לית דין בר נשאיטשעמפי השמועה שמענו אז ר׳ יוסף בנימין האט זיך פארשטענדיגט מיט ר׳ יוסל פאדווא, דער אפיציעלע רב פון די לאנדאנער שומרים, און ער האט צוריק געצויגן.
איך קען נישט גלייבן ער האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו אהן רעדן צו די רב פון די ארגיניזאציע פריער? הזאת נעמי?
הוא אשר דברתי/כתבתי: ״מפי השמועה שמענו״.
למעשה איז עס בבחינת היינו טעמא דוועלוויל שמעלצר, היינו טעמא דשומרים.
וועלוול שמעלצער מאן דכר שמיה?
איך קען א רב אין ב"פ וואס ער האט געסטראשעט הצלה אויב זיי וועלען עם נישט נעמען אלס איינס פון זייער רבנים וועט ער ארויסקימען קעגען זיי
ער איז א באקאנטער נוקם ונוטר
ער איז א באקאנטער נוקם ונוטר
בר דעתזינט ווען איז התגרות באומות אן איסור? וויפיל מאל ווערט זי געברענגט אין ספרי קודש פאר די תקופה פונעם סאטמאר רב? סאטמארער חסידים זאלן טאקע נישט גיין, אזוי ווי סקווערע חסידים זאלן נישט גיין אין א פלאץ ווי מען עסט נישט צוויבל קיגל, אבער וואס איז דא די וויכוח כאילו אז התגרות באומות איז א הלכה אין שולחן ערוך? עס איז בסך הכל א אגדתא גמרא און נאך סאך ווייניגער וויכטיג ווי די גמרא וואס מיר האבן געלערנט אלס קינד אז הנותן מתנה לחברו צריך להודיע און דעריבער ווען א שכן געט א פינאט באטער סענדוויטש זאל ער אנשמירן פינאט באטער אויף די שטערן. יא, עס איז א גמרא אבער כלל ישראל האט נישט אנגענומען אלס א וויכטיגע מצוה נאר אלס אזא עניין וואס אויב איינער דערמאנט ער זיך טוט ער עס. זיכער איז שלאגן כפרות הארבער ווי התגרות באומות ווייל עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך מה שיש לוקחים כפרות אין לעשות כן. בקיצור, א סאטמארער איד דארף לשיטתם נישט זיין א שומרים מעמבער אבער עס האט גארנישט מיט כלל ישראל
דאס איז טאקע די שאלה, אויב נעם איך אן יא וואו סאטמער רב איז דאס אויך ניכלל אין התגרות באומות אדער נאר אויב מען איז זיך מתגרר מיט א פאלק און נישט מיט אן איינצעלע גוי
וואו וועט זיין די הלכה אויב קאנגראס האלט מיט דער איד אין די פרעזידענט האלט אנדערש -
דאס אלס זענען open ends וואס סאטמער רב האט געלאזט אז מיר זאלן דאס קענען דיבעטן
און וואס איז די הלכה אויב איין גוי'שע אומה צווינגט אידן על פי חוק צו התגרות אויף א צווייטע גוי'שע אומה, און אויב מ'פאלגט נישט, ווערט אן התגרות אויפן ערשטן אומה.
בר דעתוועלוול שמעלצער מאן דכר שמיה?
וועלוועל מאכט שוין עטליכע יאר ניטל, עפעס א פרעזענטעישען פאר קינדער בהסכמת הרבנים והמנהלים.
דעמאלטס האט רי״ב אויך געהאנגען זיין נעגעטיווע מיינונג אין דער גאנצע שטאט (הגם דאסמאל האט ער עס נאר געהאנגען אין סאטמאר - דאכט זיך, אז ס׳האט גאר געהאנגען ביי ביידע פראקציעס).
לויט ווי איך האב געהערט איז געווארען שרעקליך די מצב אין ענגלאנד וועגן שומרים געוויסע גוים וואס וואוינען אין די געגנט האבן אנגעהויבן פארפלייצען די אינטערנעט מיט רופן צו פראטעסטן אקעגן יודען זיי שרייבן אז זיי זענען אין גלות ביי די יודען למשל פורים שפארען שומרים אפ די גאסען און זיי מישן זיך אריין אין סכסוכים פון גוים מיט גוים, זיי האבן צושפרייט אנטעסעמיטישע לאזנגען אקעגן יודען נאך פון די צייטן פון מיטל אלטער, און ווען הרב וואזנער האט געהערט פון עסקנים די מצב האט ער זיך אריין געלייגט דערין און ער האלט אז די שומרים טוען וואס זיי ווילן אן קיין שום רבנישע אויטאריטעט און זיי זענען שוין ארויס פון די גלייזען און מ'דארף זיי שטעלן אין פלאץ.
הקטןר' משה בער בעק האט געשריבן וועגן דעם א גאנץ חיבור מיטן נאמן שוא שקד שומר.
ריכטיג, הרב בעק איז דעמאלץ ארומגעלאפען צו אלע רעכטע און עקסטרעמע רבנים און אדמורי"ם, און קיין איינער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם מערכה, קיינער האט נישט געהאלטען אז ס'איז התגרות, קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שומרים.
קאך לעפעל, לדיוקא בעלמא, שומרים איז נתייסד געווארען אין די פריע תש"מ יארען [נישט כ' יארען].