☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א לאנד איז צום לעבן געמאכט

א לאנד איז צום לעבן געמאכט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8292

שלום בערגער » זונטאג פעברואר 15, 2015 10:39 pm

· #253908
א לאנד איז צום לעבן געמאכט
א לאנד איז צום לעבן געמאכט

נישט אײך געהערט די ערד.
נישט אײך געהערן די מענטשן.
נישט אײך װעט דער אײבערשטער
הױך און כעסיק
אזױ גיך בענטשן.

א לאנד איז צום לעבן געמאכט
נישט צו שלמותדיקע טרױמען.
לעבן זאָל מען באשײדן, רעאל,
זיך װײניק לױבן.

א איד זײט איר? זײט באגריסט.
ברענגט א קרבן תודה.
נאָר בעסער נישט קױלען אומזיסט
אפילו בײ „זײ“ איז די מאָדע.

ישראל קאפקע » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:42 pm

· #253928
וועמען מיינט איר מיט דעם "זיי"?

איך אויך » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:43 pm

· #253930
וועם מיינסטו מיט דעם ''איר''?

פידלער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:10 am

· #253936
"
This we know: The earth does not belong to man..."

Lovely poem. Thank you for sharing

פלאוויוס » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:26 am

· #253951
א לאנד איז צום לעבן געמאכט
א לאנד איז צום לעבן געמאכט.
לאזן די פאעטן און קינסטלער
אין פארזיכערטע גרעניצן פון לעבן
הייבן די פאָן פון שטאַט.

בראשית-וואסערן
ארום זאמדן פארזעצט
כעס'יג, רוישיג.
לאזט די גרעניץ צעפראלט.
ווערט ס'לעבן ווי אין בליץ
פארווישט.

איבער מויער פון אייזן
טורעם אין שטאָל
הענג די בשורה פון לעבן.
איבערן קנויל פון ביקס
קעגן ביקס
פון תוהו ובוהו.

א איד זייט איר? שטעלט אן קטורת.
אסור נאר אליין צו גיין
אויף מזבחות פון פרעמדע
קרבנות פון "זיי".
לאזן אונזערע פאעטן
פארזיכערטע אין גרעניץ פון לעבן
הייבן די פאָן פון שטאַט.

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:04 am

· #253959
וואס מיינט טרוימען

בן תמליון » מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:45 am

· #253962
איחוד פעלד
וואס מיינט טרוימען


טרוימען איז ריין אידיש. עס מיינט גרויס השגות, הויכע ערווארטונגען.

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:02 am

· #254005
טרוימען איז ריין דייטש

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:20 pm

· #254107
פידלער
"
This we know: The earth does not belong to man..."

Lovely poem. Thank you for sharing



פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה.

מיר בויען עס אויף און מיר מאכען עס חרוב. עס באלאנגט בפירוש יא צו אונז בני אדם.