☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8284

אשכול אן א טיטל #8284

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8284

— » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:38 am

· #253661

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כוכב » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:43 am

· #253664
אנאנים איז שוין היינט א באקאנטע ברענד אין קאווע שטיבל אלס א ניק געבענטשט מיט כל מדות ומעלות שמנו בו חכמים.
זייט קאפקע האבן מיר נישט געהאט א נייע ניק וואס זאל זיין אזא עססעט צו די שטיבל ווי אייער מאיאסטעט.
חילך לקאווע שטיבל!

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:44 am

· #253665
אני לדודי ודודי לי,
כמים פנים אל פנים,
מיר ליבען אייך אויך פון טיפן הארצן, אנגעקומען שטיל איידל ווי א גראדע מעכעלע, און שטילערהייט גענומען שרייבן איבעראל פון אלץ און אלעמען, מלא וגדוש, קנקן חדש מלא ישן, מיר באלעקן זיך מיט דיינע שיינע אשכולות און הודעות, אלץ מיט די ברילן אויף די שפיץ נאז קוקנדיג אין א ספר,

אלזא האלף לך מעכעלע, דעזערווסט טויזענט לייקס און נאך מער, האלט אן מיט דיין שיינעם פעדער מיר זאלן ווייטער קענען נהנה זיין מאורך הבהיר.

כוכב האקט.

פליקער » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:51 am

· #253668
מורהדיגע שיינע מידה, הלוואי אויף מיר געזאגט, דערפרייט יעדען מיט זיין לייק, האקט תגיבות ווי ס'ברויך צי זיין מיר ווערן אלע געבעיטן זיך צי לערנען פון זעלעכע

יאיר » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:10 am

· #253689
קאנגראטולאציעס, אנאנים. עס איז מיר א שטאלץ און א כבוד צו שרייבן אויף איין פארום מיט דיר און מיט אלע חכמים ונבונים וועמען דו האסט צוזאמגעלייקט.

ישמעאל הכהן » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:34 am

· #253694
פליקער
מורהדיגע שיינע מידה, הלוואי אויף מיר געזאגט

גאר א גרינגער ''הלוואי''. עס איז מונחת בקרן זוית, ס'פעלט זיך בלויז אויס איין קליינע דרוק מיטן מייז

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:04 pm

· #253800
כוכב
אנאנים איז שוין היינט א באקאנטע ברענד אין קאווע שטיבל אלס א ניק געבענטשט מיט כל מדות ומעלות שמנו בו חכמים.
זייט קאפקע האבן מיר נישט געהאט א נייע ניק וואס זאל זיין אזא עססעט צו די שטיבל ווי אייער מאיאסטעט.
חילך לקאווע שטיבל!

כוכב: דא האסטו א טיילווייזן לייק (איך בעט נישט קיין טשענדזש... 😂 (. ווייל איך בין נאר טיילווייז מסכים מיט דין אפשאצונג. וועלכע טייל זאג איך נישט.... 😛

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:07 pm

· #253801
אנאנים: איך האב אדורכגעליינט אלע קאטעגאריעס וואס דו רעכנסט אויס. איך האב מיך נישט געזעען אין קיין איינס פון זיי. אפשר האסטו א נייע קאטעגאריע פאר מיר. איך בין גרייט צו הערן אדער ליינען מיט גרויס שפאנונג...!

שעפטל » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:11 pm

· #253802
בעל הסמיילי'ס

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:15 pm

· #253803
שעפטל
בעל הסמיילי'ס

מלפנים בעל הסמיילי'ס
אדער
בעל הסמיילי'ס ז"ל

שעפטל » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:15 pm

· #253804
אזוי מלפנימיג האט ער נאך ממש צוויי דריי תגובות ארויף אריינגעריקט צוויי שטיק

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:48 pm

· #253811
שעפטל
אזוי מלפנימיג

👍