☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דאס איז א פשוט ליד

דאס איז א פשוט ליד

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8282

שלום בערגער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:43 pm

· #253620
דאס איז א פשוט ליד
דאס איז א פשוט ליד
וואס יעדער קען פארשטיין.
די באגריפן זיינען איינפאך
און אלע ווערטער קליין.

מע ווערט צו ערשט געבוירן.
דערנאך שטארבט מען אוועק.
די רגע'ס זיינען שווערע
נאר שווערע אויך די טעג.

רעד צו מיר נאר איידל
כ'וויל ניט קיין קריטיק.
אלץ וואס איך טו איז ריכטיק.
(חתימה: אזא ניק)

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:46 pm

· #253624
"די רעגס זיינען שווערע" טייטש?

נהורא נפישא » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:52 pm

· #253629
מסתמא מיינט ער רגע'ס (רגעים), לאמיר הערן פון אים אליין

שלום בערגער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:59 pm

· #253632
זייט מוחל פארן.פעלער

כוכב » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:52 pm

· #253647
זיי נישט קיין צרוי'
מאך דיך נישט טעמיש
קאווע שטיבל פאעזיע
איז בכלל נישט אזוי בהמיש
פילייכט האט איר געליינט
נאר די פאר נארישע
דעריבער האט איר געמיינט
אז אלע זענען די זעלבע בהמישע
אויב ווילט איר קריטיקירן
מוזט איר זיין אויפריכטיג
צונעמען א פאעזיע צוויי אזוי זיך פירן
וואלט געווען זייער ריכטיג
סתם שרייען אלעס איז דרעק
פאסט נישט פאר חכם ווי אייך
דער פייער וועט נעמען אן עק
און צו אן עמק השוה א דערגרייך.

איחוד פעלד » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:09 am

· #253653
"נאר שווערע אויך די טעג"

וואס דארף דאס צו מיינען?

נהורא נפישא » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:35 am

· #253660
איחוד פעלד
"נאר שווערע אויך די טעג"

וואס דארף דאס צו מיינען?

קען זיין מען ברויך אים נאכאמאל פארריכטן
"נאך" שווערער אויך די טעג (נאר דער "אויך" איז אביסל דחוק)

ישראל קאפקע » דינסטאג מאי 5, 2015 11:00 am

· #272656