☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע

מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8281

יאיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:15 pm

· #253604
מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע
אין א לעצטן פרואוו צו ראטעווען דעם באלאגאן, וויל איך עפענען א פרישער אשכול צו דן זיין איבער די חילוקים צווישן מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע. און איך בין מוסר מודעה אז דער יעניגער וואס וועט פרובירן אויסצוניצן דעם געלעגנהייט פאר שטעכווערטער, ליצנות, ציניזם, טשעפען, און פערזענליכע אטאקעס בין איך מגלה דעתינו דעת תורה אז זיין וויין איז יין נסך, זיין קידושין איז נישט קיין קידושין, און זיין פאעזיע איז נישט קיין פאעזיע, מיומא דנן ולעלם.
אין אן אנדערן אשכול האט אונזער פריינט שלום בערגער געשטעלט די פאלגנדע שאלה:
שלום בערגער
אױב חסידישע פּאָעזיע איז אַ זאַך פאַר זיך, און מיר דאַכט, אַז יאָ –

װאָס מאַכט אַ חסידישע דיכטונג פאַר אַ גוטער? צי אַ שלעכטער?

עס געפעלט מיר בדוקא דער טערמין "חסידישע" פאעזיע, כאטש דער אמת איז אז פאעזיע וואס איז היינט פאפולער ביי חסידים האט נישט א פארמאלע שטייגער, דאך זענען זיכער פארהאן כללים דערביי, (באוואוסטזיניג אדער אומבאוואוסטזיניג). אלזא, לאמיר פרובירן טאקע צו דערגיין ווי אזוי דער טיפישער חסיד מעסט א געלונגענע פאעזיע. צום ביישפיל, פנחס וועבער ווערט באטראכט אלס א גאר געלונגענער גראמער, דארף מען דאך דערגיין פארוואס.
מיר זעט אויס אז די צוויי עיקרים פון חסידישע פאעזיעס זענען 1) גראמען 2) געדאנק. א חסידישע פאעם וועט (כמעט אייביג) גראמען, און אין דעם וועט אריינגיין גאר אסאך פון די כוחות. פנחס וועבער למשל הייסט א שטארקער בדחן ווייל ער שאפט אריגינעלע גראמען. אזוי אויך איז גאר וויכטיג אז דער פאעם זאל זאגן א קלארער און גוטער רעיון, צומאל פארקליידעט אין א משל ונמשל. אויב דער געדאנק איז אומפארשטענדליך איז דאס נישט א שוואכער פאעם, נאר אינגאנצן נישט א פאעם. ווייל דער עיקר מעסעזש פון דעם פאעם איז "וואס" מען זאגט, און לאו דוקא "ווי אזוי" מען זאגט עס - אויסער בנוגע די גראמען.
דאס זעען מיר אויס די צוויי יסודות פון חסידישע פאעמס, פון וויפיל איך האב געהערט און געזען.
צו מאדערנע פאעזיע פארשטיי איך נישט צו גוט, וועל איך לאזן גרעסערע מומחים ווי מיר זאגן זייערע מיינונגען. אבער ביטע, מיט רעספעקט צו יעדן איינעם.

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:29 pm

· #253613
וואס מיינט דאס חסידישע פאעזיע און אין וועלכער וועג איז דאס א קלאס פאר זיך? כ'האב אזא מין הרהור כפירה אז חסידישע פאעזיע איז אזא שיינע ווארט פאר פאעזיע פון מענטשען וואס פארשטיין נישט צו פאעזיע.
צו זאגען אז כדי זיך צו פארופען א פאום איז גענוג אז עס גראמט (כלומר די לעצטע ווארט פון יעדער שורה גראמט, נישט קיין חילוק ווי מאדנע מען פארדרייט די ווערטער אנקומען צו דעם, און אן זיך רעכענען מיט די אלע אנדערע הגדרות פון גראמען ווי meter, וואס פעלט אויס אז א גראם זאל האבען טעם, אפילו די אלע אלטע אידישע גראמען האבען דאס עס האט גארנישט מיט נישט מאדערנקייט), און אז עס האט א פשט. נו פאר דעם אז די ווערטער זאלן האבען א פשט האבען מיר דאך פראזע, די מהות פון פאעזיע וואס איז עס מבחין פון פראזע איז אין דעם וואס די פרעזענטאציע פון וויאזוי מען זאגט עס איז אזוי וויכטיג ווי די תוכן וואס מען גיט אריבער, און אז דאס ערמעגליכט איבערגעבן געוויסע עמקים און דקויות פון הרגש וואס גלאט תוכן קען נישט איבערגעבן.

יאיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:35 pm

· #253616
העי לעיקוואוד, איך האלט אינמיטן אויסהאמערן א פייער שטילשטאנד און דא קומסטו גאר אטאקירן איינע פון די צדדים אויף אזא שארפער פארנעם? דאס איז דאך ממש ווי קערי זאל זאגן אז דער פאלעסטינער פאלק עקזיסטירט אפילו נישט 😛
ברענגזשע בעסער ארויס וואס איז "באמת" פאעזיע און פון דעם וועט מען שוין אליין פארשטיין אויב חסידישע פאעזיע איז טאקע א זשאנרע פאר זיך אדער נישט.

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:40 pm

· #253618
פארשטייט זיך עס איז דא א מקום פאר די טענה פון אסטעטישער רעלאטעוויזם, און שרייען ווער האט מחליט געווען עס איז דא אזא זאך ווי פאעזיע, און ווער זאגט עס איז בכלל דא אזא לייטער וואס מען קען אויף דעם דן זיין ארט און זאגען דאס איז טיפער בעסער אדער מער פארגעשריטען ווי א צווייטער, אפשר טאקע די קאטשקערייען פון מיין טאכטער זענען פונקט אזוי חשוב ווי די פון רעמבראנדט, והא ראיה איך בין עס מעריך איך גיב איר אפ שבחים אויף דעם און איך הענג עס אויף מיין פרידזש, און וואסארא רעכט האט רעמבראנדט צו האלטען אז דאס איז קינדעריש און דאס איז ארט, א מין חוצפה ער פארשטייט בכלל נישט די קולטור פון מיין שטוב און מיין טאכטער'ס פלעיגרופ וואסארא ארט זיי האבן ליב, זי פארשטייט בכלל נישט זיין טיפע פעינטינגס, אירע קרעיאן קאלארינג באק פארשטייט יעדער עס דארף בכלל נישט קיין פירוש.
דאס איז א שיינע טענה, אבער לויט דעם קען מען פארמאכען דער גאנצער שמועס פאר עס הייבט זיך אן. העכסטנס קען מען רופען עפעס א מאדערן פערפארמענס ארטיסט זאל שטיין אין טיימס סקוויר מיט א קאווע שטיבל גראפיטי לעבן א פארשטינקענע הונט און שרייען קאווע שטיבל ארט איז ארט.

מאטי » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:42 pm

· #253619
יאיר דיין באווייז אז חסידישע פאעזיע מוז האבן גראמען וויבאלד פינקי וועבער - אדער וועלכע אנדערע בדחן - איז אייביג גראמיג קוקט מיר נישט אויס צו זיין אויסגעהאלטן. א בדחן איז כשמו כן הוא א גראמער און אויב ס'גראמט נישט באקומט ער נישט באצאלט. מ'דארף זוכן אנדערע פלעצער דארט ווי פאעזיע פארנעמט דאס ארט, אולי די מעלות, אדער אנדערע אויסגאבעס וואס שרייבן צומאל אזעלכע פאעמעס.

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:44 pm

· #253622
יאיר

ברענגזשע בעסער ארויס וואס איז "באמת" פאעזיע און פון דעם וועט מען שוין אליין פארשטיין אויב חסידישע פאעזיע איז טאקע א זשאנרע פאר זיך אדער נישט.


אקעי, דאס איז די ערשטע כלל פון פאעזיע לענ"ד: לאמיר מסכים זיין אויף דעם אדער דן זיין אויף דעם.
לעיקוואד
פאר דעם אז די ווערטער זאלן האבען א פשט האבען מיר דאך פראזע, די מהות פון פאעזיע וואס איז עס מבחין פון פראזע איז אין דעם וואס די פרעזענטאציע פון וויאזוי מען זאגט עס איז אזוי וויכטיג ווי די תוכן וואס מען גיט אריבער, און אז דאס ערמעגליכט איבערגעבן געוויסע עמקים און דקויות פון הרגש וואס גלאט תוכן קען נישט איבערגעבן.

יאיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:45 pm

· #253623
לעיקוואד, דער שמועס איז נישט געאייגנט צו דן זיין "אויב" גרונם אדער געצל האט א רעכט זיך צו רופן א פאעט. דער שמועס איז געאייגנט פאר די וואס האלטן אז זיי פארשטייען אדער זענען באקאנט מיט א געוויסע פארעם וואס געוויסע קולטורן רופן פאעזיע צו זאגן די כללים דערפון און וואס מאכט עס פאר א שיינע שטיקל פאעזיע. שפעטער וועט מען שטעלן א בית דין וואס זאל פסק'נען ווי הויך אדער נידריג אויפ'ן לייטער פון קונסט יעדער קאטעגאריע באלאנגט, לויט די כללים וואס די מומחים האבן אראפגעשטעלט. דו מאכסט אבער אפ נאך פאר דער שמועס האט זיך אנגעהויבן אז יענער האט בכלל נישט וואס אריינצורעדן אין דעם שמועס און פארלייגן זיין צד.

בן תמליון » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:46 pm

· #253625
יאיר דערמאנסט מיר פון קופערניקעס זכר צדיק לברכה מיט זיינע דיפלאמאטישע אויסהאמערנישן ביים וועבערמאן סומאטוכע וכדומה. לענינו זעמיר דן צו עס איז בכלל פארהאן אזא בריה ווי היימיש פאעזיע, אפשר לאמיר אנהייבן פון אנהייב. איז בכלל דא געשריבענע דיכטן דורך פרומע שרייבער פארן קריג? ענטהאלט נישט למשל יום טוב ערליכ'ס ווערק ארגינעלע פאעזיעס? זענען געווען אנדערע פאעטיקער ביי אונז דא נאכן קריג? ווערט ערגעץ געשריבן אויסער קאווע שטיבל.

טייל מאל איז דא כמו פאעזעס אין מעלות וכדומה וואס איך מיין איז לכולא עלמא פשוט גראמען.

שלום בערגער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:49 pm

· #253626
ישראל שטערן, אהרן צייטלין
איר האלט פון אזעלכע דיכטער? איר וואלט זיי געהאלטן פאר אייער טיפ ווערק?

דאס אויבנדיקע שאלה פון בן תמליון איז העכסט אינטערעסאנט....

מאטי » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:51 pm

· #253628
איז נישט קטלי קניא א כמו פאעט?

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:53 pm

· #253630
איך מאך גארנישט אפ איך פראביר צו פארשטיין פון וואס דו פראבירסט דא צו רעדן.יעדער מעג זיך רופען וואס ער וויל ווילאנג די טיטלען קאמיטי מישט זיך נישט אריין, אבער פון וואס רעדט איר פונקטליך? די רעלאטיביסטישער הנחה וואס איר מאכט מיין איך אז עס איז א חידוש וואס קיינער האלט נישט. אוודאי קאטשקערייען זענען א מדרגה פון ארט און פינקי וועבער א מדרגה פון פאעזיע. עס וואלט אבער געווען גאר מאדנע פראבירען געבען דר קינדערגארטן ארט א מין הגדרה פאר זיך ווי כאילו עס איז נישט שוואכער פון בעסערע וויבאלד עס האט זיך איר אייגענע קרייטיריע. יא אין קינדערגארטן איז דא קרייטיריע וועלכע קינדער מאלן שענער אבער דאס איז די זעלבע לייטער פון איבעראל, נאר אויף די לעוועל וואס איז דארט שייך, עס איז נישט אן אנדערע לייטער. פונקט אזוי וואלט מיר געווען מאדנע צו הערן אז פינקי וועבער זאל מיינען אז זיינע גראמען האבען זיך נישט וואס צו שעמען פאר א וועלט בארימטע פאעט וויבאלד ער האט זיינע אייגענע קרייטיריע. ער זאגט גוט פאר וואס ער איז אין זיין קלאס ער האט אבער נישט קיין אייגענע לייטער צו מעסטן. און וועט מסתמא נישט נפגע ווערן (אויב האט ער שכל) אז ער הערט אז עס איז דא בעסערע פאעטן פאר עם. פונקט ווי די משל פון קינדערישע בילדער. אויב וויל מען האבען אן אינטעליגענטע שמועס וועגן עפעס מוז מען אננעמען אז עס איז דא איין לייטער פון וואס יעדער רעדט נישט אז יעדער האט זיך זיין אייגענע - דאס איז סתם מבטל די מעגליכקייט צו האבען א שמועס.

יאיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:10 pm

· #253636
ספר הברית.
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

מאטי » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:12 pm

· #253637
[ציטאט אראפגענומען]

מעכל דיין שאלה איז נישט אין פלאץ. סייענס איז נישט קולטורליך אויסגעפארעמט. פאעזיע איז יא, אזוי ווי מוזיק, און אויף חסידיש'ע וואן מען בענד מוזיק קען געפרעגט ווערן דיין שאלה.

נהורא נפישא » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:21 pm

· #253639
כדי צו מעסטן די שטאפלן פון קונסט דארפן מיר קודם דעפינירן וואס איז דאס אזאנס קונסט, אפגעזעהן מאדערנע, אלטמאדישע, און אפילו אזאנס וואס איז נאכנישט נתחדש געווארן, די דעפיניציע פון קונסט איז אין מיין מיינונג א)שיינקייט ב)קונץ
לאמיר זאגן ס'איז דא א געוויסט מעלעריי וואס יעדער ווערט מודה זיין אז ס'איז נישט שיין, דאן קומט איינער און מאלט אפ גענוי דאס זעלבע מיט גענוי די זעלבע דיטאלן, יענער האט אפשר באוויזן גאר א גרויסע קונץ אבער דאס איז נאכאלס נישט פארוואנדלט געווארן אין א שיין שטיקל ארט, הגם יענער קען ווען געשעצט פאר זיין טאלאנט.
יעצט וואס שיינקייט איז קען מען דאך נישט מעסטן, יעדער איינער מעסט שיינקייט לויט זיין פערזענליכע געשמאק, ווידעראום קונץ איז דוקא יא אזאך וואס מ'דארף צו קענען מעסטן, אלזא די שוועריגקייט צו מעסטן ארט איז די שיינקייט שבו, וואס איז לדעתי נאר נוגע פאר די וואס שאין איר פאר איר שיינקייט, משא"כ די קונץ שבו דאס איז שוין אזאך וואס דארף יא צוזיין מער אוניווערסאל, הגם אפשר קען מען מחולק זיין איבער וואס איז א גרעסערע קונץ ?

מאטי » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:21 pm

· #253640
רעדנדיג וועגן חסידישע מוזיק איז מיר בייגעפאלן די פאלגענדע געדאנק. חסידישע פאעזיע, מוזיק, ליידן לכאורה פון די זעלבע שוואכקייטן, אבער די מוזיק, ווי יעדער קען זיך איבערצייגן, ווערט בעסער און בעסער פון יאר צו יאר, נישט אז זי ווערט ענדליכער צום מאדערנער סטיל, נאר איר אייגענער כאראקטער ווי זי איז פארבעסרט זיך.

יעצט לגבי די שאלה פון יאיר און וואס לעיקוואד האט מעורר געווען וואלט איך געזאגט אז יעדע קולטור איז בארעכטיגט צו איר אייגענעם כאראקטער ליטעראטור, מוזיק וכדומה. אבער אין אנהייב ווען ס'איז נאך רוי און אומגעצייטיגט וועט דאס זיין פראבלעמאטיש אפילו לויט איר אייגענעם כאראקטער. אבער ווען ס'צעוואקסט זיך ווערט דאס בעסער און מער פראפעסיאנעל און מעג ווערן אנערקענט אלס ארט און באקומען א פלאטפארמע וואס, ווי איך דענק, גייט חסידישע מוזיק איין טאג באקומען.

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:24 pm

· #253642
(איך האלט נישט אזוי מיט מיט חסידישע מוזיק אבער מיין פילינג איז אז די לעצטע יארן ווערט זי דווקא יא נענטער צו'ם אלגעמיינער סטייל. אויך בין איך נישט זיכער מיט וואס די חסידישע מוזיק פון צוואנציג דרייסיג יאר צוריק שטייט אונטערשטעליג פון די היינטיגע. אפשר די ערעינדזשמענטס. אבער כ'בין נישט א מבין אויף דעם איך וואלט געוואלט הערן וואס איר זאגט)

לעיקוואד » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:36 pm

· #253644
@מאטי, און @נהורא נפישא איר זענט מיר מעורר צו פארשטיין אזוי.
פארהאן צוויי באזונדערע זאכן, די סטייל, און די איכות. סטיילס זענען דא אסאך, אזא סטייל מאלעריי אזא סארט שרייבעריי וכו', און נישט אלעמאל קען מען מחליט זיין דער סטייל איז מער פון דער צווייטער. מען קען זינגען למשל רעפ און מען קען זינגען דזשעז. דאס זענען צוויי אנדערע סטיילס אינגאנצן וואס אפשר קען מען טענה'ן איינס איז טיפער פון צווייטען אבער דאס איז שוין זייער סוביעקטיוו.

ווידער איז דא די איכות פון די יצירה. עס איז דא גוטע רעפ און שוואכע רעפ פונקט ווי עס איז דא גוטע דזשעז און שוואכע דזשעז. די גוטקסייט מול שוואכקייט פון ביידע איז די זעלבע הגדרה, איינער איז מער אמעאטוריש און איינער איז מער פראפעסיאנאל. איך ווייס נישט פונקט וויאזוי מען וועט דאס מגדיר זיין, אפשר אז די איכות איז אין יעדער סטייל אדער זשאנר ווי גוט עס קומט נאך די כללים פון יענער סטייל.

יעצט די מחלוקת וואס איך האב מיט יאיר איז אויב חסידישע פאעזיע איז בכלל א זשאנר פאר זיך אדער סתם שוואכערע אלגעמיינע פאעזיע. מיר קוקט אויס אז עס איז סתם שוואכע פאעזיע. מסתמא האט עס זיינע אייגענארטיקייטען און קולטור, אבער באופן כללי זעהט מיר אויס אז עס פראבירט צו זיין דער זעלבער קאטאגאריע, נאר עס פעלט על פי רוב סאפיסטיקיישין. יאיר און אנדערע פראבירען טענה'ן דאס איז א זשאנר פאר זיך.

פארשטייט זיך אפילו עס איז א זשאנר פאר זיך קען שלום בערגער נאכאלץ טענה'ן אז קאווע שטיבל פאעזיע איז קינדעריש, און יום טוב ערליך למשל ער איז טאקע א גדול אין דער חסידישער זשאנער. אפשר קען דער עולם ברענגען דא אנדערע נעמען וואס מען קען ארויפקוקען אין דער זשאנער. (קטלא קניא שרייבט מאדערן נישט חסידיש). מ'קען אויך פראבירען צו טענה'ן אז דער זשאנר בכלל איז שוואכער, דאס איז אבער לכאורה שווערער מסביר צו זיין.

כוכב » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:47 pm

· #253645
נאך אזא אשכול פארשטיי איך בכלל נישט ווי שלום קען בכלל קלערן אז מיר פארשטייען נישט צו פאעזיע. 😉

נהורא נפישא » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:30 am

· #253657
יעצט לאמיר זיך א מינוט שטעלן וואס איז דאס שיינקייט, שיינקייט איז אפטמאל פארבינדן מיט ארדענונג און סדר, הגם נישט יעדער ווערט נתפעל אדער איז מחשיב א געוויסע סדר, ווי אויך איז דאס טיילמאל פארבינדן מיט אן אנדערע סארט הנאה און בארואיגונג בהסכם מיט געוויסט פאראויס באשטומטע הנחות, צבש"פ גאלד און זילבער זענען שיין ווייל דאס גיט ארויס א גלאנצנדיגן שיין וואס ברענגט דעם מענטש אן הנאה, אבער וואס איז שענער צעווישן זיי, און אלגעמיין גאלד איבער זילבער, און דאס איז לכאורה נאר פארדעם וואס מיר וויסן אז גאלד איז זעלטענער און דער פאר טייערער, און דערפאר איז זי שוין שענער אויך.
אלזא, קונסט איז הנאה פון שיינקייט, און התפעלות פון טאלאנט, וואספארא סארט הנאה איז דאס הנאה פון שיינקייט, און אלגעמיין קען מען זאגן אז ס'איז א געוויסע הנאה פון ערווארטונגען וואס ווערן ערפילט (און אין דעם שטעקט קולטוראלע חילוקים, אבער דוכט זיך אין זייער אסאך פעלער אוניווערסאל) לאמיר נעמען א משל גראמען, גראמען איז אגעוויסע הנאה ווי ס'ווערט ערפילט א געוויסע ערווארטונג פון אייניגקייט פון קלאנגן, וואס דאס איז אן ערווארטונג פון ארדענונג און סדר.
אלזא דער קינסטלערס אויפגאבע איז אריינצושטיפן וואס מער שטריכן פון ארדענונג אין א געוויסע ווערק וואס דאס מאכט דאס קונצליך, און נישט נאר דאס, נאר איינס איז גאר משלים דאס צווייטע, לאמיר זאגן אז גראמען איז נישט קיין גרויסער קונץ, ספעציעל אויסגעדראשענע וואס מ'כאפט שוין נישט קיין התפעלות, דאן פארלירט דאס אטאמאטיש איר שיינקייט, יעצט חרוזים אליין נישט קיין גרויסער קונץ, פלוס משקל שוין א גרעסערע קונץ, פלוס רעיון נאך א גרעסערע קונץ, פלוס מליצה נאך א גרעסערע קונץ, פלוס אריסתכון נאך א גרעסערע קונץ, נעמט אין אכט אז וואס מער באגרעניצונגן אלס שווערער אין פילפאכיג קונצליכער זי ווערט וכן להלאה

שמערל » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:17 am

· #253676
אין ליכט שטראלן איז דא זייער שיינע פאעטן, ראובן האט אמאל ארויפגעלייגט די וואונדערליכע מעשה מיטן מלמד וואס האט געלערנט דעם ביאור.

ר' שלמה אבן גבירול » זונטאג פעברואר 15, 2015 10:43 am

· #253719
די כלל ביי גראמען, אויב נעמט אראפ די גראמען בלייבט עס איבער מיט פשוטע שורות, וועט די גראמען עס נישט מאכן פאר פאעזיע, ס'וועט זיין שיינע גראמען.

חסידישע פאעזיע, מוז נאך אלץ זיין פאעזיע, פונקט וואו חסידישע נגונים, וועסטו נישט קומען זאגן אז ווען איינער האלט א דרשה און ער רעדט אויף גראמען, וועסטו נישט זאגן אז דאס איז חסידשע נגינה, נאר וואס דען, ס'מוז זיין ניגון, אבער אן אנדערע סארט ווי די אלגעמיינע. אבער א ניגון מוז עס זיין. די זעלבע איז ביי פאעזיע, קענסט נישט נעמען פשוטע גראמען און זאגן אז דאס איז חסידישע פאעזיע, ס'מוז זיין פאעזיע, טאקע פון אן אנדערע טייג געקנאטן ווי אלגעמיינע פאעזיע, אבער פאעזיע מוז עס פארט זיין

דוכט זיך (קען זיין איך בין נישט גערעכט) ווען די וועסט אראפנעמען די גראמען פון פינקי וועבער'ס גראמען, וועט עס סך הכל זיין א שיינע ארטיקל מיט א גוטע רעיון.
ביי יו"ט ערליך נגונים ,קען מען גראדע יא טרעפן מער פאעזיטישע אויסדרוקן

שלום בערגער » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:23 pm

· #253752
א מעגלעכער מרא-מקום
א דאנק פאר דער לעבעדיקער דיסקוסיע - כ'לערן אפ א סך דערפון. עמעצער האט מיר געפרעגט אפ-ליסט פאר וואס איך באטייליט זיך ניט, נאר היות ווי מע האט מיך שוין באצייכנט ווי "טראל" און וואס ניט איז אפשר כדאי זיך צוצוהערן שטילערהייט.

איין זאך האב איך יא געוואלט טיילן. דאס איז א סעלעקציע אינטערוויוען מיט פאעטן מיט אוידיא-קליפס. דאס נעמט אריין קאמענטארן פון ה. לייווייק, י. גלאטשטיין און א. לעיעלעס, דריי גדולים פון דער מאדערנער דיכטונג. ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אייערע אפרופן דעראויף. פאראן נאך שרייבערס וואס מע קען אפלאדן זייערע אינטערוויוען, צו"ב א. סוצקעווער און נאך א סך.

yiddish.forward.com/articles/174871/yiddish-poets-speak-about-themselves-and-their-poe/

נאך א פראגע: אוואו איז דאס קול פון דער חסידתטע? איך קען א פאר שרייבערינס נאר דא, אויב איך בין זיך ניט טועה, געפינען זיך נאר מאנצבילן. אזוי ווי זייער שטים און סטיל איז כדי ארויסצוהייבן אנדערש ווי די זכרים, בין איך נייגעריק וועגן אזא פרט.

א דאנק
שלום

פלעין יודיש » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:01 pm

· #253787
נאך יעדער מאל דורכליינען א תגובה'לע פון דעם בערגער, טשעק איך שנעל אויס אויב מיינע ציינער זענען נאך גאנץ.....

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:03 pm

· #253788
שרייבערינס זענען פארהאן דא, אבער די באהערדע ערלויבן נישט קיין ניק-נעמען וואס זאלן אנדייטן אז איינע איז א פרוי.

אפגעזען צי דאס איז ריכטיג מחמת סיבה זו או אחרת, איז דאס גוט אזוי אז ס'זאל נישט צוקומען צי קיין נארישע גענדער געפעכטן ווי סאיז געווען אין אנדערע פארומ'ס.

דרך אגב, קיינער האלט נישט אז איר זענט א טראל.