דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8280
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8280
ווען זי בעיט נאכאמאל, זאג איר אז די וועסט איר לאזן וויסן און נאכדעם שיק א מעסעזש מיט איר קינד זאל זאגן פאר די מאמע אז די אינטערנעט ביי עזריאל איז אוועילעבעל.
יו דיין שכן, איך וואלט וועין געטיען אזוי, אויסגעשטעקט ס'ינטערנעט, געלאזט ניצן, זי וואלט געזאגט אז עפעס טויג נישט, גוגל באווייזט נישט די ווינדער, אויפדעים וואלט איך איר געזאגט, אז זעיט אויס אז זי דריקט אזעלכע קנעפ וואס די פילטער לאזט נישט דורך, ווייל ביי מיר ארבייט אלעס פיין.
איך קען דיר זאגן וואס איך האב גיענטפערט מיין שכן
איך בין נישט דיין שבת גוי
ער האט מיר מער קיינמאל גיבעטן
איך בין נישט דיין שבת גוי
ער האט מיר מער קיינמאל גיבעטן
נעה. האסט א פשוטע עצה, אינסטאליר קעי ניין, אסור אפ אלע שאפינג, ווען זי קומט וועט אויפקומען אז עס איז געבלאקט און וועט בעטען פאר פעסווארד, זאג אז מען ברויך רופען טעג. ושלום על ישראל.
מיינע צוויי סענט
זיי אפן מיט אים, ער קומט דיר בעהטן צו נוצן די אינטערנעט, פרעג אים אפן "כ'האב נישט קיין פראבלעם דיר צו לאזן עס נוצן, אבער די האלט'ס מיר דאך פאר גוי, דיינע קינדער לאזטו נישט האבן קיין שייכות מיט מיינע, סא די ווילסט איך זאל זיין דיין שבת גוי??"
וואס וועט געשעהן איז איינע פון די צוויי,
אדער וועט ער אנהייבן צו שטאמפלען, און זיך פארענטפערן ער האט נישט געמיינט דאס און יענץ. דעמאלט נעם אן זיין תירוץ לאז אים עס נוצן, און די וועסט זעהן אז ער וועט שוין לאזן שפילן זיינע קינדער מיט דיינע.
אדער וועט ער זיך טאקע אפזאגן פארשעמטערהייט פון נוצן דיין אינטערנעט, דעמאלט קענסטו זיין רואיג אז ס'איז די לעצטע מאל וואס ער האט דיר עס געפרעגט