☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:

אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8270
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:08 am

· #253144
אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:
אין די ליכט פון די לעצטע געשענעניש, וואס א מנין היימישע אידן האבן זיך ליידער פארהאנקערט מיטן געזעץ איז צייט זיך מתבונן צו זיין וואס לערנען מיר זיך ארויס פון די דאזיגע פרשה.

אין דער אלטער היים האט דער אלגעמיינער איד זיך פארמאגט זיין פעלדל, זיין וויינגארטאן, זיינע פאר קיהען, ציגן, און עופות פון וואס ער האט אין אלגעמיין געצויגן זיין חיונה, די מער געריבענע זענן טאקע געפארן קיין לייפציג אדער קיין לעמבערג ווי מען האט איינגעקויפט סחורה וואס מען קען נישט באקומען אין זייערע שטעטליך, אין גרויסע קוואנטימס פאר גוטע פרייזען, און עס דערנאך אהיים געברענגט צו פארקויפן און געמאכט גוטע געשעפטן.

נאך דעם וואס בא היטלער ימ''ש ובילבל את העולם און כלל ישראל האט גענומען דעם וואנדער שטעקן, און מאסנווייז אומערגרירט דא קיין אמעריקא, און זיך ע''פ רוב באזעצט אין די גרויסע שטעט, און דאס האבן א ווירטשאפט פון פעלדער אדער בהמות איז כמעט פאראומעגליכט געווארן, האט דער פרנסה ברענגען אנגענומען א נייעם כאכאקטער, דער עולם האט אדער געארבייט אין די שאפס פון אויפדערפרי ביז אויף דער נאכט, מען איז אפגעזעצן אין די שאפס איבערגעבויגען איבער די מאשינען, אונטער דער אויפזיכט פון דעם שטרענגען באס און אהיים געברענגט פרנסה, אדער האט מען זיך געפענט א געשעפטל אויף האטשעסן סטריט אדער אויף לי עווניו אדער אין אנדערע מקומות און אזוי אהיים געברענגט פרנסה פול מער בדרך כבוד.

דער עיקר סיבה פארוואס דער עולם האט זיך נישט פארנומען מיט מסחר, און נישט פארמאגט קיין פראפאסענאלע שטעלעס, איז געווען צילוב דער אומוויסענשאפט און אומבאהאווענקייט אין די גויאישע שפראך און קולטור, דעריבער האט מען זיך נישט געפינען דאס ארט אין דעם אלגעמיינער עולם המסחר.

און דער עולם האט זיך געלעבט שטיל און צופרידן, יעדער איז געווען פארנומען מער מיט זיינע געשעפטען ווי מיט יענעמס, און מען האט חתונה געמאכט די קינדער און זיך אפגעלעבט די יארן במנוחה ושלוה, און אין פיל פעלער נאך איבערגעלאזט ירושה אויך....

אין די סויף ל' יארן האט זיך אלעס דראסטיש געטוישט.

עס איז אונטער געוואקסען א נייעם דור, וואס זענען שוין נתגדל געווארן און נתחנך געווארן דא אויפן אמעריקאנעם באדן, און האבן שוין מער פארשטאנען די לאנדס שפראך און קולטור, דאס האט פארגרינגערט פאר אונזערע יונגעלייט דאס אריין צו גיין אין עולם המסחר, און באזעצען פראפעסענאלע אמטען, און א שיין חלק פון אינזערע יונגלייט זענען געווארן סוקסעספולע ביזנעס לייט.

אזוי ארום האט זיך אנגעהויבן צו פארמירן א נייער קולטור, דער עולם איז געווארן איינגעטיילט אין צוויי קלאסען:

א טייל פון די העכערע קלאס, פון די ביזנעסלייט און פראפעסענאלע פאזיציע באזיצער , און די מער מיטל קלאס פון ארבייטער און קליינע געשעפעטן באזיצער.

אבער דער מצב הפרנסה איז נאך געווען גאנץ בחסד, די ביזנעס לייט האבן געקענט זייער פאך, און געמאכט גוטע און אויסגעהאלטענע געשעפטן, מען האט כמעט נישט געהערט פון קיין אידן וואס זאלן זיך פארהאנקערן מיטן געזעץ, און די ארבייטער וואס האבן אהיים געברענגט זייער געהאלט וועכנטליך.

אין די לעצטע 20 יאר האט זיך דער טעכעלאגיע דראסטיש אנוטוויקעלט, און די קולטור ביי אונז האט זיך גאר שטארק פארענדערט, דער עולם האט זיך אנגעהויבן צו שעמען צו זיין פון די מיטל קלאס ארבייטער, יעדער וויל געהערן צו די העכערע קלאס, יעדער וויל זיין פון די עליטע, יעדער וויל זיין א ביזנעס מאן און פארוואנדעלט ווערן פאר עושר איבערנאכט, דער עולם לעבט מער פאר יענעם ווי פאר זיך, יעדער קליינע ראצער וואס קען קוים אונטער שרייבען זיין נאמען רעכט, און האט נישט קיין השגה בחייכון וביומייכון אין מסחר, פראקאלאמירט זיך אלס א ביזנעסמאן, ארבייטען ביי א צווייטען פאסט אים נישט, און פירן א לעגעטימע ביזנעס קען ער נישט, וואס טוהט מען? ער מיז זיך דאך אהערשטעלן אלס אן עושר און א סוקסעספולע ביזנעסמאן? ער מיז דאך ווייזען פאר זיינע חבירים אז ער איז א גבר בגברין?

מען גיבט זיך אן עצה, מען באשעפטיגט זיך מיט צווייפלהאפטיגע און קרימע געשעפטן, מען באגייט זיך מיט אומלעגאלע מעטאדן, און מען איז מקיים דעם גניבות עכו''ם וואס איז אסור ע''פ הלכה מיט אלע הידירים, און וואס איז דער סויף? מען קומט אן אין חד גדיא, און דרור שטעלט צו אדוואקאטען, און מען מאכט פדיון שביים אקציעס.

אינגערמאן! לערן דיך א פאך, און האנדל ערליך, אפי' די וועסט נישט ווערן ווי דער יעניגען מיט די שיינע קאר און מיט די 17 טעלאפאנען אנגעבינדן אויפן פאסיק, מיט 13 בלוטוטס אין די אויערן, די מיזט נישט ווערן קיין עושר איבערנאכט. אדער גיי ארביייטען ביי א צווייטען און ברענג אהיים פרנסה, נישט נאר פרעסטיזש...........

יואב » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:36 am

· #253153
איידער איך גיב א לייק מוז איך וויסן איין זאך פון אייך ערעב קאך-לעפל: וואס איז אייער מיינונג איבער דאס גיין אין קאלעדש? ועוד, וואס איז אייער מיינונג בנוגע א טאטע זאל ברויכן שיקן זיין בחור'ל אין קאלעדש, טאקע יא צו קענען אונטערשרייבן זיין נאמען און טאקע יא צו קענען געזעץ. און אז האלט איר נישט פון דעם צווייטן, דאן וואס איז אייער מיינונג אז ישיבת זאלן איינשטעלן א לימודי חול קאריקולום און דער בחור זאל ארויסקומען ותלמידו בידו, מיט תורה און דרך ארץ און זיין בעסער פון א נבילה אדער רבי?

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:53 am

· #253158
יואב
איידער איך גיב א לייק מוז איך וויסן איין זאך פון אייך ערעב קאך-לעפל: וואס איז אייער מיינונג איבער דאס גיין אין קאלעדש? ועוד, וואס איז אייער מיינונג בנוגע א טאטע זאל ברויכן שיקן זיין בחור'ל אין קאלעדש, טאקע יא צו קענען אונטערשרייבן זיין נאמען און טאקע יא צו קענען געזעץ. און אז האלט איר נישט פון דעם צווייטן, דאן וואס איז אייער מיינונג אז ישיבת זאלן איינשטעלן א לימודי חול קאריקולום און דער בחור זאל ארויסקומען ותלמידו בידו, מיט תורה און דרך ארץ און זיין בעסער פון א נבילה אדער רבי?

קודם שכוח הער גענעראל פארן וועלן געבן א לייק...... דער גענראל דארף זיך נישט אנשטרענגען צו שלעפן דעם שווערן קומפיוטער מייזעל ביז דער פינגער אויף ארויף צייכן...... יעך וועל מיך באגיין אן דעם:

צום ענין:

מען טאר נישט גיין אין קאלעדש - וועגן די רבנים האבן עס געאסערט.
מען טאר נישט לערנען מער לימודי חול אין ישיבות אדער אין חדרים - ווייל רבנים האבן עס געאסערט.
מיז מען קענען וואס מען לערנט אין קאלעדש וואס איז נוגע פאר ביזנעס? יא!
ווי אזוי מען קען דאך נישט גיין אין קאלעדש? זייער גוט געפרעגט....

פונק ווי א קהלה שטעלט צו א מקוה, מצה בעקעריי, פארברענן חלה, שמות טראק אד''ג, "מיז" יעדע קהלה צו שטעלן פאר אירע מעמבערס קלאסן אז א יונגערמאן זאל קענן באקומען זיין MBA על טהרת הקודש, פינקט ווי אין קאלעדש, און נאך מער.
דער רעגירונג האט פראגראמען פאר דעם.... אבער ליידער נעמט מען די געלט דערפאר, און מען שטעלט נישט צו די סערוויס, דער געלט ווערט פארניצט פאר צוועקן וויל ווייניגער וויכטיג וואו דאס.... וכדי בזיון וקצף.....

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:55 am

· #253160
זאגסט א שטארקע נקודה, קאכלעפל. די לימודים פון קאלעזש וואס זענען פראבלעמאטיש פון א חרדישן שטאנדפונקט פעלן באמת נישט אויס פאר ביזנעס. מען וואלט רואיג געקענט אויסארבעטן א סעקולערע קאריקולום אין די היימישע מוסדות וואס זאל זיין אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין לכל הדעות.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:58 am

· #253161
[ציטאט אראפגענומען]

פארשנעלרן דעם פרעצדור? ווי אזוי געזעצליך? נאך מער וואס איז די געאיילעניש? פארט איר דירך א רויט לייט וויל איר יאגט זיך?
זייט נישט אזוי להוט נאכן דאללאר..... ווארט מיט געדילט צו ווערן אן עושר..... גיי מיטן געזעץ..... האב א ביסל אחריות און שכל........

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:59 am

· #253162
מיין עניית דעתי איז ווי פאלגענד

גיין אין קאלעזש נאך די חתונה? אויב האט מען א ציל, יא.
א טאטע זאל שיקן די קינד אין קאלעזש? ניין

דאס איז געזאגט געווארן בדרך כלל. א בחור האט נישט קיין עול פרנסה און טאמער האלט ער נישט ביים לערנען אין ישיבה וועט ער מסתמה אין קאלעזש נאר שטיפן צייט. א יוצא מן הכלל איז איינער וואס האט א ציל, למשל ער וויל אויסוואקסן א דאקטאר, דער קען גיין אין קאלעזש אלץ בחור.
די זעלבע איז נאך די חתונה. דאס גיין אין קאלעזש לשם גיין אין קאלעזש, איז א וועיסט אוו טיים. ס'איז נישט אויטאמאטיש אז ווייל מ'האט פארברענגט 4 יאר פאר א דעגרי, אז מ'וועט האבן שיין פרנסה. אלץ מוז גיין מיט א געפיל און א ציל.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:02 am

· #253163
מיטן שכל ביזטו "אפשר גערעכט" אבער מיר אידן האבן א תורה און רבנים, און מיר שטעלן זיך צי דערצי, אז רבנים זאגן גיין אין קאלעש איז שעדליך.... גייט מען נישט ווי אזוי זאגט ראבינאוויטש? עס איז נישטא קיין היתר אויף פרנסה עובר צו זיין אויף די תורה! עס איז שווער? יא! אוודאי וואלט קאלעדש געווען די ריכטיגע וועג.... נאר וואס קאן מען טאן שהתורה אמרה...........

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:05 am

· #253165
קאך לעפל, רבנים זאגן אויך אז מען טאר נישט זיין אויף דער אינטערנעט. ראבינאוויטש האלט אז אפילו נישט לצורך פרנסה. דער בלאט פסק'נט אז וואטסעפפ איז אויך אסור.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:06 am

· #253166
יאיר
קאך לעפל, רבנים זאגן אויך אז מען טאר נישט זיין אויף דער אינטערנעט. ראבינאוויטש האלט אז אפילו נישט לצורך פרנסה.

נישט ריכטיג קיין איין רב האט נישט געאסערט אונטערנעט פאר פרנסה.......
אין שטוב איז עס אסור....
און ביי די ארבייט דארף מען האבן א פילטער.....
אזוי זאגט מיין רבי......

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:07 am

· #253167
אבער דו "נוצט" עס שלא לצורך פרנסה.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:09 am

· #253168
וועלכע רבנים זאגן אז גיין אין קאלעזש לצורך פרנסה איז שעדליך? ווען האבן רבנים לעצט דן געווען דערויף?

חוץ מזה, היינט איז דא פרומע אידישע קאלעזשעס וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט.

יואב » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:09 am

· #253169
קאך_לעפל
שמעון וואלף
מיין עניית דעתי איז ווי פאלגענד

גיין אין קאלעזש נאך די חתונה? אויב האט מען א ציל, יא.
א טאטע זאל שיקן די קינד אין קאלעזש? ניין

דאס איז געזאגט געווארן בדרך כלל. א בחור האט נישט קיין עול פרנסה און טאמער האלט ער נישט ביים לערנען אין ישיבה וועט ער מסתמה אין קאלעזש נאר שטיפן צייט. א יוצא מן הכלל איז איינער וואס האט א ציל, למשל ער וויל אויסוואקסן א דאקטאר, דער קען גיין אין קאלעזש אלץ בחור.
די זעלבע איז נאך די חתונה. דאס גיין אין קאלעזש לשם גיין אין קאלעזש, איז א וועיסט אוו טיים. ס'איז נישט אויטאמאטיש אז ווייל מ'האט פארברענגט 4 יאר פאר א דעגרי, אז מ'וועט האבן שיין פרנסה. אלץ מוז גיין מיט א געפיל און א ציל.

מיטן שכל ביזטו "אפשר גערעכט" אבער מיר אידן האבן א תורה און רבנים, און מיר שטעלן זיך צי דערצי, אז רבנים זאגן גיין אין קאלעש איז שעדליך.... גייט מען נישט ווי אזוי זאגט ראבינאוויטש? עס איז נישטא קיין היתר אויף פרנסה עובר צו זיין אויף די תורה! עס איז שווער? יא! אוודאי וואלט קאלעדש געווען די ריכטיגע וועג.... נאר וואס קאן מען טאן שהתורה אמרה...........

שהתורה אמרה אז וואס? אז כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?

איר האט דאך אקורשט מודה געווען אז א קהילה זאל "מוזן" צושטעלן קלאסן. נו וואספארא טראסט האט א קאך-לעפל אין די פאר'מחילה'טע רביים אז זיי קאקן אויף דעם המון מיט כח? דו ביזט בלינד?

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:09 am

· #253170
ס'איז א כל שכן. מה דאך צו ליינען ענגלישע מאגאזינען איז אסור, כל שכן צו הערן סעקולערע שיעורים אויף ענגליש.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:10 am

· #253171
יאיר
אבער דו "נוצט" עס שלא לצורך פרנסה.

אויב איך האב אונטערנעט לצורך פרנסה מיט א פילטער האב איך נישט קיין רעכט צו גיין אויף א סייט וואס דער פילטער באלאקירט נישט? איז דען דא אין שטובל פארהאן ראיות אסירות? אדער עכטע כפירה? רויב כופרים דא שרייבען סתם שטותים מיט הייסע בארשט וואס ברענגט ניטאמאל א נסיון צו וועלן נישט גלייבן......

יואב » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:12 am

· #253173
יאיר
אבער דו "נוצט" עס שלא לצורך פרנסה.

ער ארבעט פאר א פאבליק רילעשאנס קאמיטי לטובת די יונטייטעד רבנים אסאויסיעשאן.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:12 am

· #253174
יואב
קאך_לעפל
שמעון וואלף
מיין עניית דעתי איז ווי פאלגענד

גיין אין קאלעזש נאך די חתונה? אויב האט מען א ציל, יא.
א טאטע זאל שיקן די קינד אין קאלעזש? ניין

דאס איז געזאגט געווארן בדרך כלל. א בחור האט נישט קיין עול פרנסה און טאמער האלט ער נישט ביים לערנען אין ישיבה וועט ער מסתמה אין קאלעזש נאר שטיפן צייט. א יוצא מן הכלל איז איינער וואס האט א ציל, למשל ער וויל אויסוואקסן א דאקטאר, דער קען גיין אין קאלעזש אלץ בחור.
די זעלבע איז נאך די חתונה. דאס גיין אין קאלעזש לשם גיין אין קאלעזש, איז א וועיסט אוו טיים. ס'איז נישט אויטאמאטיש אז ווייל מ'האט פארברענגט 4 יאר פאר א דעגרי, אז מ'וועט האבן שיין פרנסה. אלץ מוז גיין מיט א געפיל און א ציל.

מיטן שכל ביזטו "אפשר גערעכט" אבער מיר אידן האבן א תורה און רבנים, און מיר שטעלן זיך צי דערצי, אז רבנים זאגן גיין אין קאלעש איז שעדליך.... גייט מען נישט ווי אזוי זאגט ראבינאוויטש? עס איז נישטא קיין היתר אויף פרנסה עובר צו זיין אויף די תורה! עס איז שווער? יא! אוודאי וואלט קאלעדש געווען די ריכטיגע וועג.... נאר וואס קאן מען טאן שהתורה אמרה...........

שהתורה אמרה אז וואס? אז כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?

איר האט דאך אקורשט מודה געווען אז א קהילה זאל "מוזן" צושטעלן קלאסן. נו וואספארא טראסט האט א קאך-לעפל אין די פאר'מחילה'טע רביים אז זיי קאקן אויף דעם המון מיט כח? דו ביזט בלינד?

יואב די האסט א נקידה.... וואס איז דיין פארשלאג.... מען זאל אריין פייפן אויף די רבנים....?????????? אויב זאגסטו אז יא.... דאן ברענג שוין משיח...... אז נישט וועט ער נישט האבן צו וועם צו קומען........

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:15 am

· #253175
יואב
יאיר
אבער דו "נוצט" עס שלא לצורך פרנסה.

ער ארבעט פאר א פאבליק רילעשאנס קאמיטי לטובת די יונטייטעד רבנים אסאויסיעשאן.

יואב זיסער איך ארבייט נישט פאר קיין רבנים.... איך האלט ערגער פון זיי ווי די האלסט פון זיי..... אבער ביטע פארשטיי אויב די ברענגט אריין דער געדאנק פון זיך אנפייפן אויף רבנים.... דאן קענסטו ריאוג לייגען א שלאס אויף אידישקיייט...... און די ווייסט דאס אליינס......

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:15 am

· #253176
ער האט שוין לאנג נישט צו וועמען צו קומען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:19 am

· #253177
איך וויל נישט פארפירן די שמועס אבער עס מוז געזאגט ווערן. די רבנים זענען די וואס לערנען אויס אנצופייפן רבנים. לאמיך זעהן א רב וואס זאל זאגן רבו עלי חבירי און איך בין מבטל דעתי.
פאקט איז אז די חברה וואס פרעדיגן אז מ'דארף פאלגן רבנים וועלן איגנארירן א רב פון אן אנדערע קרייז אדער מיט אנדערע מיינונגען.

סא, אויב ווילסטי פאלגן רבנים, דאן פאלג נישט רבנים

יואב » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:20 am

· #253178
קאך_לעפל
יואב
קאך_לעפל
שמעון וואלף
מיין עניית דעתי איז ווי פאלגענד

גיין אין קאלעזש נאך די חתונה? אויב האט מען א ציל, יא.
א טאטע זאל שיקן די קינד אין קאלעזש? ניין

דאס איז געזאגט געווארן בדרך כלל. א בחור האט נישט קיין עול פרנסה און טאמער האלט ער נישט ביים לערנען אין ישיבה וועט ער מסתמה אין קאלעזש נאר שטיפן צייט. א יוצא מן הכלל איז איינער וואס האט א ציל, למשל ער וויל אויסוואקסן א דאקטאר, דער קען גיין אין קאלעזש אלץ בחור.
די זעלבע איז נאך די חתונה. דאס גיין אין קאלעזש לשם גיין אין קאלעזש, איז א וועיסט אוו טיים. ס'איז נישט אויטאמאטיש אז ווייל מ'האט פארברענגט 4 יאר פאר א דעגרי, אז מ'וועט האבן שיין פרנסה. אלץ מוז גיין מיט א געפיל און א ציל.

מיטן שכל ביזטו "אפשר גערעכט" אבער מיר אידן האבן א תורה און רבנים, און מיר שטעלן זיך צי דערצי, אז רבנים זאגן גיין אין קאלעש איז שעדליך.... גייט מען נישט ווי אזוי זאגט ראבינאוויטש? עס איז נישטא קיין היתר אויף פרנסה עובר צו זיין אויף די תורה! עס איז שווער? יא! אוודאי וואלט קאלעדש געווען די ריכטיגע וועג.... נאר וואס קאן מען טאן שהתורה אמרה...........

שהתורה אמרה אז וואס? אז כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?

איר האט דאך אקורשט מודה געווען אז א קהילה זאל "מוזן" צושטעלן קלאסן. נו וואספארא טראסט האט א קאך-לעפל אין די פאר'מחילה'טע רביים אז זיי קאקן אויף דעם המון מיט כח? דו ביזט בלינד?

יואב די האסט א נקידה.... וואס איז דיין פארשלאג.... מען זאל אריין פייפן אויף די רבנים....?????????? אויב זאגסטו אז יא.... דאן ברענג שוין משיח...... אז נישט וועט ער נישט האבן צו וועם צו קומען........

פייף נישט אריין אין די רבנים, טויש נאר די רבנים. גאנץ פשוט. אנשטאט זיך בוקן צו געטשקעלעך מיט פעלצלעך ווייל זייער זיידע איז געווען א סגן-שוחט אין פישקאקווארדיין,  ערזעץ זייער שטעלע מיט ציוויליזירטע באזעצענע אידן וועלכע קענען דינען ווי א מוסטער פאר א תלמיד חכם וואס א נבילה איז נישט בעסער פון עמען.

צו משיח'ן אגב האב איך נישט קיין ציטריט – דערווייל.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:28 am

· #253180
יא! צו די נקידה פון טוישן רבנים שטום איך פולקאם צו..... לעטס געט טו ווארק.......

יואב » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:38 am

· #253184
קאך_לעפל
יא! צו די נקידה פון טוישן רבנים שטום איך פולקאם צו..... לעטס געט טו ווארק.......

געגאנגען!

אבער חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים; רבני עירך קודמין. זענט איר גרייט איבערצולאזן ר' אהרן טייטלבוים און אריינשטעלן למשל ר' יששכר כ"ץ אין זיין פאזיציע? אפשר וועט ער אפילו ממעט זיין ממזרים בקהל ה'. א בענעפיט פאר כלל ישראל לדורות אויפ'ן פלאץ.

ס'מוז אבער נישט גיין ביז ר' יששכר כ"ץ. טעיק א פיק, אפילו פון א באבארדעלטער מקווה איד וואס וואלט מיט זיינע פריוואטע חימרות געשטעלט די בריסקער אין שאטן. ער מוז אבער האבן זיך אויסגעארבעט די מידות, איז א תלמיד חכם און קען איבערצייגן אז ער קען די וועלט מיט אירע מענטשן פון דעם איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:41 am

· #253186

או ......איך באקום שוין קאלטע פוס..... גענעראל איך האב נאך א וועג ארויס?

שמן זית » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:42 am

· #253187
אויב מעג איך זאגן מיין חוות דעת ווען אזאלעכע לייבן קריגן זיך דא ארום, דא האט איר עס:

עס איז אמת אז די רבנים זענען קארופטירט, עס איז אמת אז זיי זענען די וואס פאראורזאכן אז מ'זאל פייפן אויף זיי, אלעס פיין און וואויל, אבער נאך א זאך איז אמת, און איך וועל קודם ציטירן א מעשה מ'זאל בעסער פארשטיין מיינע רייד.

עס איז אמאל געקומען א איד צו הרה"ג ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל מיט א געוויין אז זיין זון וויל ל"ע הייראטן א שיקסע, וואס ער קען טון, האר ער אים געזאגט, כ'וועל דיר געבן א משל, עס איז געווען אמאל א גרויסע דאקטער, ער איז געפארן אויפ'ן וועג, רויבערס זענען אים באפאלן, און מ'האט אים איבערגעלאזט בעירום ובחוסר כל, אינקלאדעד זיינע מעדיצינען האט מען אוועקגענומען פון אים, לימים איז איינער פון די רויבערס אריינגעקומען מיט זיין זון צום דאקטער ער זאל אים היילן, זאגט אים די דאקטער, דו האסטעך מיר אוועקגענומען מיינע מעדיצינען, וויאזוי ווילסטו איך זאל אים היילן? האט ר' מיכאל בער געזאגט, ווען איך האב געשריגן וועגן יודושקייט, האסטו געזאגט פאר דיין זון "היינטיגע רבנים".. האסט מיר אוועקגענומען מיינע מעדיצינען! וויאזוי ווילסטו איך זאל אים היילן?

לענינינו, מיר דארף בכלל נישט אנגיין צו די רבנים זענען קארופטירט צו נישט, איך ווייס איין זאך, אויב וויל איך מיינע קינדער זאלן זיין ערליך, און נישט לאכן פון אנדערע זאכן וואס איך לאך נישט פון דעם, דארף איך זיי אריילייגן אז יא, איך פאלג די רבנים! צו עס שמעקט מיר יא, און אפילו אז עס שמעקט מיר נישט!

ודו"ק כי קצרתי.

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:00 pm

· #253196
מיינע צוויי סענט

אנשטאט צו פרובירן צו רעדן אמת'ע אבער אומרעאליסטישע עצות, לאמיר רעדן פון אזאך וואס מען למעשה דורכפירן אן טוישן די סיסטעם.
מען ברויך נאר האבן אפאר עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דערין.

יעדע קהילה וואס האט א כולל, (וועכלע קהילה האט נאך נישט קיין כולל?), זאל צושטעלן עכ"פ א האלבע טאג, אז ווער ס'וויל זאל זיך קענען לערנען א פאך.
והדבר קרוב הוא מאוד, ס'איז בכלל נישט קיין סאך ארבעט.

ס'איז דא דריי סארטן פאכן.

1)א פאך וואס מען דארף נישט קיין לייסענס, דשאסט קענען, וואו צב"ש פראגרעמינג, דיזיין, וכ'ו

2)וואס מען דארף האבן לייסענס, אבער ס'איז גענוג א קליינע צייט צולערנען, וואו צב"ש ריעל עסטעיט בראוקער, מארגעטש בראוקער, וכו'

3)דשאבס וואס מען דארף לייסענס און ס'פארלאנג זיך א מער ערנסטע דעגרי, וואו צב"ש אקאונטינג, מענטל העלטה, וכו'

די ערשטע, צוויי איז זייער גרינג, איינצופעדעמען אז ס'זאל ווערן א נארם און א חלק פון א כולל, אז מען שטעלט צו קורסן פאר די אלע זאכן און כולל.
די דריטע קען מען אויך באווייזן, אבער איז שוין א פראצעדור. אבער ס'דארף אויך נישט צו זיין צו שווער

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:37 pm

· #253213
לא אלמן ישראל, ס'זענען פארהאן נארמאלע רבנים פון וועם מ'קען מקבל מרות זיין. ליידער איז היינט א זמן וואס אן ערליכער רב, א בר דעת שפירט אז ער האט נישט וואס צו זיכן ביי א. ג. אסופות און זייער דעת תורה ווערט נישט פארשפרייט און די צייטונגען.

אמת, יעדער דארף טרעפן א רב און זיך מכניע זיין צו אים. אבער דא רעדט מען פון די רבנים וואס מאכן העדליינס און זענען עפי"ר נישט ראוי איינצוטיילן פאר כלל ישראל וואס צו טון.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:42 pm

· #253214
ר' שלמה, צו וואס זאל מען שפינען ווייטער די קארופטירטע סיסטעם. ס'איז דא טורא קאלעזש וואס ווערט געפירט על טהרת הקודש. אין ב"פ איז דא א ברענטש וואס איז א עכט היימיש פלאץ.
האסט אפשר א צוואה אז מ'טאר נישט לערנען אין א פלאץ וואס האט נישט קיין סיין בנשיאות כ"ק?

פישלע העררינג » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:50 pm

· #253219
פראנקפורטער פון "עמי" מאגאזין האט א העכסט אינטרעסאנטע עדיטאריעל (צוויי פעידזשעס) די וואך איבער די טעמע פון שטודירן כדי צו מאכן אן ערליכע פרנסה. זיין אישו איז מיט מענטשען וועלכע זוכן צו טוישן אן עדה אנשטאט זיי סתם העלפן. ווערי אינטערעסטינג.

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:02 pm

· #253223
שמעון וואלף
ר' שלמה, צו וואס זאל מען שפינען ווייטער די קארופטירטע סיסטעם. ס'איז דא טורא קאלעזש וואס ווערט געפירט על טהרת הקודש. אין ב"פ איז דא א ברענטש וואס איז א עכט היימיש פלאץ.
האסט אפשר א צוואה אז מ'טאר נישט לערנען אין א פלאץ וואס האט נישט קיין סיין בנשיאות כ"ק?

די פראבלעם מיט טורא קאלעדש איז נישט, אז ס'איז נישט על טהרת הקודש. איך וואלט ענדערש מציע געווען TTI,

איך רעדט נאר וויאזוי צו פארגרינגערן, פאר'ן היימישן עולם צו לערנען א פאך. און אויף דעם איז טורא קאלעדש נישט די ענטפער, כ'וועל שפעטער שרייבן מער

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:15 pm

· #253226
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: נאר דער היימישער קראק מיינט אז ער טוט עמיצן א טובה ווען ער נעמט יא ארויס א פערמיט. ווייל אויב מ'כאפט איהם וועט ער צאלן נישט כפל. נאר ארבעה וחמישה. ווייל די סיסי זענען פון די ערגסטע מענטשן מיט וועמען מ'וויל זיך פארפלאנטערן...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:17 pm

· #253227
יאיר
זאגסט א שטארקע נקודה, קאכלעפל. די לימודים פון קאלעזש וואס זענען פראבלעמאטיש פון א חרדישן שטאנדפונקט פעלן באמת נישט אויס פאר ביזנעס. מען וואלט רואיג געקענט אויסארבעטן א סעקולערע קאריקולום אין די היימישע מוסדות וואס זאל זיין אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין לכל הדעות.

ס'איז דאך היינט דא טורא קאלעדזש. וואו מ'געט אקרעדיטעד קורסן פאר היימישע יונגעלייט אויף א מהדרין מן המהדרינ'דיגן אופן...!

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:32 pm

· #253230
טורא קלאדש איז לדעתי נישט דער ענטפער, ואסביר

1. ס'קאסט אפ שווערע טויזענטער דאלער, יעדע קליינער ריר. אמת מען קען באקומען אביסל שטאטיש הילף, אבער נאר אויף די בעטשלער'ס, און אויך נאר אויף געוויסע חלקים, אן אויף די מעסטער דאס גאנצע וואס מען באקומט איז א הלוואה מיט א קליינע רעיט.

2. מען לערנט דארטן פונקט וואו א געווענליכע קאלעדש, ד.מ. אז מען לערנט אסאך איבעריגע זאכן וואס פעלן בכלל נישט אויס צובאקומען די בעטשלערס אדער מעסטער, וואס דאס פארלענגערט דעם פראצעדור פון אנקומען צום ציהל צומאל מיט עטליכע יאר.

3. ס'איז גוט פאר מענטשן פון ברוקלין, ומה יעשה יונגעלייט פון אפסטעיט.

4. זאכן וואס מען דארף נישט קיין קאלעדש, וואו צב"ש פראגרעמינגע, דיזיין, ריעל עסטעיט בראקעדש. איז ממש א שאד די צייט און די געלט צו גיין צו טורא, ווען די קענס ביי פשוטע קורסן אונקומען אסאך אסאך מער, מיט אסאך ווייניגער געלט.

סארי פאר'ן סטאפ'ן אינדערמיט, שפעטער וועלעך ווייטער ממשיך זיין

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:45 pm

· #253232
לאמיר מאכן שטיקל ס"ה:

לויט ווי עס קיקט אויס שטימט יעדער צי אז מען טאר נישט באגיין קיין אומלעגאלע אקטען ח''ו, אפי' מען איז דעספארט צו מאכן א פאר דאללאר אויף א שנעלן אויפן:
2 יעדער איז מודה אז מען זיך לערנען פאך און האנדלן ערליך.
3 די דיבאטע איז נאר ווי אזוי זיך צו לערנען א פאך:

א) מען זאל מאכן א היימישע סיסטעם אז יונגעלייט זאלן קענען ערייכען זייער GED טון ענווענטועל זייער DBA אזוי ארום וועט מען קענן מאכן ערליך געלט און נישט זיין דעספארט און באגיין קרימינאלע אקטען.
ב) מען זאל שיקן די קונדער אין ראלעדש.
ג) מען זאל גיין אין היימישע קאלעדש'עס
ד) נאר נאך די חתונה זאל מען גיין אין קאלעדש, אבער נישט אז דער טאטע זאל שיקען אלס בחור

למעשה: וואס איז די בעסטע מהלך?

נאך איין זאך האט מען דא דעבאטירט:

א) מען דארף אנפייפן די רבנים
ב) מען דארף פאלגן די רבנים
ג) מען דארף טוישען רבנים

למעשה: וואס איז די בעסטע מהלך?

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:51 pm

· #253234
איך וואלט ענדערש געפרעגט: וועלכע מהלך קען מען עווענטועל אויספירן?

לאמיר זאגן אז די טרעפסט דעם בעסטן מהלך, אויב אבער קענסטו עס נישט טוהן, צווואס רעדן דערפון?

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:05 pm

· #253236
ר' שלמה אבן גבירול
איך וואלט ענדערש געפרעגט: וועלכע מהלך קען מען עווענטועל אויספירן?

לאמיר זאגן אז די טרעפסט דעם בעסטן מהלך, אויב אבער קענסטו עס נישט טוהן, צווואס רעדן דערפון?

שלמה כ'האב דיך ליב און איך האב ליב דיין נאמען........ איך האב זייער ליב דיינע הייליגע שירים.......... בפרט דעם הייליגן שיר:

ער אשר ניסגר - קומה פתחהו,
וצבי אשר ברח - אלי שלחהו!
מה זה דמות דודך כלה יפהפיה,
כי תאמרי אלי: שילחה וקחהו?
ההוא יפה עין אדום וטוב רואי?
רעי ודודי זה - קומה משחהו!

שלוף חרבך, דודי הצח והאדום,
ושית אויבי תחת כף רגלך להדום!
מאז אני יוצא, אחות, להושיעך
גם עם יריביך אריב ולא אדום.
ליל כבר פנה, היום כבר חנה,
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום!

שער פתח דודי, קומה פתח שער! כי ניבהלה נפשי,
מידי עבור אלה - הנה דמות פרא

שאלי יפהפיה מה תשאלי מיני
כי קול תחינתך עלה במו אזני.
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום...

די האסט א גוטע פוינט, עולם כמנהגו הולך, אלעס וועט ממלא בלייבען ביים אלטען........ דאן וואס איז דא אפילו צו רעדן.........

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:31 pm

· #253241
יא אקוראט ווי נאך יעדע ארעסט קומען ארויף ארטיקלן איבער די פראבלעמען, מ'פרובירט צו טרעפן עפעס א לייזונג, אבער דארט בלייבט עס,

צום פותח האשכול הער @קאך_לעפל:
כ'האב דיר טאקע געגעבן א לייק, אבער זאג נאר, מיט וואס מיינסטו אז מ'זאל גיין ארבייטן ביי יענעם צו מ'דארף זיין א מסתפק במיעוט? וויאזוי זאל דער אינגערמאן וואס קען קוים קאלעקטן אויף זיין הימל-שרייענדע רענט באצאלן די קאסטן פון א ד' מינים סעט? תשמישי קדושה? שכר לימוד? האט ער דען א צווייטע ברירה ווי צו פרובירן צו מאכן א באנטש געלט?

פארוואס זאל איך האקן אויף רבנים? אבער שטאטעלעך, האבן זיי עפעס געטוהן? נעמען זיי קער אז די שכר לימוד זאל קענען באצאלט ווערן? נעמען זיי קער פון טאג-טעגליכע פראבלעמען וואס אינגעלייט גייען אדורך?
מיין כלל, ווילאנג דער רב/אדמו"ר פרובירט נישט דעם עשה טוב אויך, לייגט זיך נישט אריין צו העלפן דעם אינגערמאן, ארבייט נישט גרינגער צו מאכן זיינע חסידים ומעריצים, זאל ער ביטע אפלאזן דעם סור מרע, אויפהערן איינצוטיילן וואס נישט צו טוהן. וכבר אמרו חכז"ל (ביצה ב:, און נאך פלעצער), כח דהיתרא עדיף!

חוץ זאגן "גיי נישט אין קאלעדזש" האבן זיי אן אויסוועג אויך? האבן זיי שוין בכלל מתיר געווען עפעס וואס יא? בעסער געפרעגט, האט מען זיך אמאל פריש צאמגעזעצט און געקוקט צו אפשר נשתנו עיתים? אפשר היינט איז עס שוין נישט קיין פראבלעם? אפשר איז שוין נישט חל די איסור פון "שטודירן"?, לויט מיין אינפארמאציע איז דאס נישט געשעהן. מ'פארלאזט זיך אויף א איסור וואס איז קוים קוים דעמאלטס יא געווארן אויסגעארבייט, ופסקינן אז אין להרהר אחרי', טויט צו רויט...

און אז מ'רעדט שוין... איך גלייב נישט אז די מייסדי ונשיאי הביהמ"ד וואס זענען געבויט געווארן איז געבויט געווארן לעגאל, און די רב האט זעכער נישט געזאגט פארן בילדער א.ד.ג אז מ'זאל זיך האלטן צו די געזעצן, העכסטענס וועט עס געדויערן אביסל לענגער ווילאנג דער ציבור המבקשים ומצפים וואס עקסטאזט ווערן ביים מעמד הענקי החנוכת הבית.. נעעע זיי האבן געבעטן די ארבייטער צו זעהן אפילו צו ריפן דעם מעיאר און בעטן אז די בית מקדש מעט זאל שוין געפענט ווערן ווי שנעלער, ס'זאל שוין זיין אין ניץ נאך פאר משיח קומט, וועט ער כאטש האבן א נארמאלע שוהל אין ירושלים אי"ה...

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:39 pm

· #253243
טוה א קוק שעפטל:

וועגן דעם האב איך געשריבען וואס איך האב געשריבען:

אידן אין אלע דורות האבן געהאט פרנסה, טאקע שווער, אבער אבער פרנסה על טהרת הקודש......

דאס לעבן היינט איז טאקע ביטער שווער....... קיינער מאכט דאס נישט אוועק.... אבער טאן אומלעגאלע זאכן און אריין לייגען דעם גאנצען כלל אין א סכנה? איז דאס מותר? איז דען דער איינציגסטע וועג צו טרעפן פרנסה נאר מיט אומלעגאלע שריט?

ווייטער אויב א אינגערמאן האט א דעגרי קען ער היינט מאכן שיין פרנסה! און צו באקומען דער דעגרי דארף ער עובר זיין אויף די תורה און גיין אין קאלעדש? ניין!
די קהילות דארפן צושטעלן די געלט וואס זיי באקומען פון די שטאט צו ערמעגליכען קלאסן זיך צו לערנען א פאך, פאר זייערע יונגלייט! אנשטאט צו ניצן די געלט פאר אנדערע שטיתים.......

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:44 pm

· #253245
די קהילות דארפן גארנישט צושטעלן, מ'קען זיך פיין אן עצה געבן אן זיי. זאלן זיי נאר נישט שטיין אין וועג פאר די וואס ווילן עפעס טון.

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:45 pm

· #253246
ס'איז געבליבן צו אגריען צו דיסאגריען... ווער זאגט אז מיטן גיין אין קאלעדזש איז מען עובר אויף די תורה?

צווייטענס, מ'האט אלע יארן געארבייט אויף אסאך אומלעגאלע וועגן, אסאך אידן זענען אפילו ארעסטירט געווארן, נאר צוליב זייער מזל איז קיין סאשעל מידיא נישט געווען און ס'איז נישט אנגעקומען בכל קצוי תבל, קוים קוים וואס שכינים האבן געוויסט וואספארא טי"ש יענער גייט אדורך.

איך ח"ו זאג נישט אז מ'מעג און מ'האט דאס אייביג געטוהן, איך רעד נאר פונעם מציאות.

צוריק צום קאלעדזש.. כ'מיין אז דאס איז פארבליבן די איינציגסטע אפציע ביז ווען די יושבי על מדין וועלן איינזעהן אז אנשטאט שרייען ניין וועט מען שיינערהייט שיקן צו די אייגענע.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:48 pm

· #253253
אקעי דו שטיפסט מיך צו די וואנט....... זאג די וואלסט געשיקט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדש? דו ווייסט וואס קאלעדזש לייף מיינט? אז דו שיקסט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדזש ביזטו כמעט פארזיכערט צו האבן אייניקליך גוים גמורים...... דיין טאכטער וועט זיך פארליבן אין א גוי און דיין זון וועט זיך פארליבן אין א גוי'טע...... און יא זיי וועלן האבן פרנסה....... איז דאס גענוג קלאר פאר דיר??????

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:01 pm

· #253260
@קאר_לעפל

עפעס א מיספארשטענדעניש איז דא, דוכט זיך אז זיי האבן גערעדט פון טורא קאלעדש, א.ד.ג., וואס איז געמאכט ספעציעל פאר'ן היימישען עולם.

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:06 pm

· #253263
קאך_לעפל
ר' שלמה אבן גבירול
איך וואלט ענדערש געפרעגט: וועלכע מהלך קען מען עווענטועל אויספירן?

לאמיר זאגן אז די טרעפסט דעם בעסטן מהלך, אויב אבער קענסטו עס נישט טוהן, צווואס רעדן דערפון?

שלמה כ'האב דיך ליב און איך האב ליב דיין נאמען........ איך האב זייער ליב דיינע הייליגע שירים.......... בפרט דעם הייליגן שיר:

ער אשר ניסגר - קומה פתחהו,
וצבי אשר ברח - אלי שלחהו!
מה זה דמות דודך כלה יפהפיה,
כי תאמרי אלי: שילחה וקחהו?
ההוא יפה עין אדום וטוב רואי?
רעי ודודי זה - קומה משחהו!

שלוף חרבך, דודי הצח והאדום,
ושית אויבי תחת כף רגלך להדום!
מאז אני יוצא, אחות, להושיעך
גם עם יריביך אריב ולא אדום.
ליל כבר פנה, היום כבר חנה,
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום!

שער פתח דודי, קומה פתח שער! כי ניבהלה נפשי,
מידי עבור אלה - הנה דמות פרא

שאלי יפהפיה מה תשאלי מיני
כי קול תחינתך עלה במו אזני.
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום...

די האסט א גוטע פוינט, עולם כמנהגו הולך, אלעס וועט ממלא בלייבען ביים אלטען........ דאן וואס איז דא אפילו צו רעדן.........

יישר כוח פאר מיר ליבן, אבער איינצוקעשן דיי ליבשאפט איז נאר דורך א לייק 😉

-
רעדן דארף מען, אבער נישט סתם הוידל בוידל איבערחזרן נאכאמאל און נאכאמאל וואו קרופטירט די סיסטעם איז. נאר רעדן זאכליך (פרוייקט למעשה?) וואס קען מען למעשה אויפטוהן? אבער נישט ארייפארן אין טעאריע, וואס וואלט ווען געדארפט זיין?.

לאמיר רעדן רעאליטי, וואס קען טוהן למעשה

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:32 pm

· #253271
עס איז זייער אינטערעסאנט. גיין זיך לערענען א פאך האט מען נישט געטארט ווייל עס איז צו גוי-איש אדער מען וועט דארפען האנדלען מיט גוים אדער ווייל אן אנדערע משוגענע טעם וואס די בהמות פון שטאט האבען איינגעפירט.

פונדעסוועגען זעהן מיר אז אפי' אן דעם האנדלען מיט גוים האט דער עולם זיך פארט אויסגעלענט ווי צו גנב'נן און שווינדלען נאך בעסער ווי די גוים

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:45 pm

· #253273
שעפטל:איך האב איין קליינע הערה איבער דיין תגובה. דער רב פון ביהמ"ד איבער וועלכן ס'טוט זיך יעצט אין די נייעס איז אליינס דער בילדער (בויער). און ער בויעט לויט זיינע פינאנציעלע מעגליכקייטן. נישט וועלנדיג זיך ארויפווארפן אויפ'ן ציבור און ארויסגיין אין א גרויסן, קלינגענדיגן בילדינג קאמפיין...! און די אלע באריכטן און שמועות אז ער בויעט נישט לויט'ן געזעץ זענען שקר ושווא...!

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:50 pm

· #253275
קאך_לעפל
אקעי דו שטיפסט מיך צו די וואנט.......

ניין! ארויס פונעם באקס... (נעם עס פאר א וויץ!!!)
קאך_לעפל
זאג די וואלסט געשיקט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדש?

יא! אויב וועט נישט זיין די קאנסעקווענצעס פון נישט האבן שפעטער ווי צו שיקן זייערע קינדער, אדער גאר חתונה האבן.
קאך_לעפל
דו ווייסט וואס קאלעדזש לייף מיינט?

אודאי! איך קען אפאר מענטשן וואס זענען געגאנגן, ס'איז זייער שווער, אבער אויב קען מען דאס אדורכמאכן איז עס ווערט.
קאך_לעפל
אז דו שיקסט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדזש ביזטו כמעט פארזיכערט צו האבן אייניקליך גוים גמורים......

איז דאס שטותים! ממש א שרעק!!! דו האסט אן אהנונג וויפיל אידן ס'זענען געגאנגן און האבן אויפגעשטעלט הערליכע דורות??!!! דו ווייסט וויפיל ס'גייען נאך היינט, ספעציעל אין די נישט אזוי היימיש/חסידישע קרייז און פירן שיינע שטובער?
קאך_לעפל
דיין טאכטער וועט זיך פארליבן אין א גוי און דיין זון וועט זיך פארליבן אין א גוי'טע......

מיינסט טאקע אזוי גייט עס איינס צוויי דריי??? אין וועלכע וועלט לעבסטו?? כ'רעד שוין נישט פון די גוים וואס קומען ארויס פון קאלעדזש אן קיין ליבע... דו האלסט טאקע אז יעדע מענטש אין קאלעדזש ממש זינדיגט אוועק?? פליז!!!! ובפרט אויב ס'איז א היימישער אינגערמאן און זיין ווייב/טאטע/שווער ווייסן פון זיין גיין, ס'דרייען זיך נאך אידן אין די מאסן קען ער זיך דען פארליבן? ס'איז מער שרעקעדיגער ווי דער אינגערמאן וואס ארבייט אין מאנהעטן אין אן אפיס ווי ס'זענען נאר דא גויטע'ס?
קאך_לעפל
און יא זיי וועלן האבן פרנסה.......

דאס איז די גאול...
קאך_לעפל
איז דאס גענוג קלאר פאר דיר??????

בכלל נישט!!! יעצט ביסטו???

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:13 pm

· #253282
א קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ליבערשט 2 יאר מיט גויים אין קאלעדזש, ווי 20 יאר מיט גויים אין תפיסה.

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:22 pm

· #253285
שמעקעדיג
א קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ליבערשט 2 יאר מיט גויים אין קאלעדזש, ווי 20 יאר מיט גויים אין תפיסה.

חוץ די לייק, קומט זיך עפעס עקסטערע פארן קליגן איד!!! 👍

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:26 pm

· #253287
שמעקעדיג
א קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ליבערשט 2 יאר מיט גויים אין קאלעדזש, ווי 20 יאר מיט גויים אין תפיסה.

דער אמת איז, איך בין אינגאנצן צומישט דא, פון וואס רעדט מען? פון גיין געהעריג אין קאלעדש? 4 יאר בעטשלער'סת און נאך צוויי ביז פיהר יאר מעסטער?
אויב רעדט מען פון דעם פארשטיי פארוואס מען איז דן צו מען מעג, מוטב שיהא שוטה כל ימיו ואל יהא חוטא שעה אחת (עפעס אזוי),

אבער מען האט דאך שוין פריער געזאגט אז ס'איז דא טורא קאלעדש (און פון גיין געהעריג אין קאלעדש פארדינט מען גארנישט אחוץ אויב וויל מען ווערן א MD),
סא, וואס איז די שאלה בכלל? זיכער דארף מען גיין! (הגם איך האלט אז טורא איז אויך נישט די ענטפער וואו אויבן ערווענט)

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:40 pm

· #253292
איך מיין אז קאך לעפעל האט איין מיסקאנסעפשן. קאלעזש מיינט נישט אז מ'פארט אין די מרחקים פאר צוויי יאר. קאלעזש קען אויך מיינען אז סך הכל גייט מען צוויי-דריי מאל א וואך נעמען א קורס, מ'טוט היים ארבעט און מ'נעמט א טעסט. נישטא קיין "קאלעזש לייף".

טורא אין ב"פ און פלעטבוש האבן באזינדערע קלאסן פאר מענער און פרויען. נאך מער, מענער און פרויען קומען מיטאמאל די זעלבע טאג! מאנטאג פאר מענער און דינסטאג פאר פרויען וכו'. אלזא, וואס איז די פראבלעם?

ר' שלמה אבן גבירול » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:45 pm

· #253293
שמעון וואלף
איך מיין אז קאך לעפעל האט איין מיסקאנסעפשן. קאלעזש מיינט נישט אז מ'פארט אין די מרחקים פאר צוויי יאר. קאלעזש קען אויך מיינען אז סך הכל גייט מען צוויי-דריי מאל א וואך נעמען א קורס, מ'טוט היים ארבעט און מ'נעמט א טעסט. נישטא קיין "קאלעזש לייף".

טורא אין ב"פ און פלעטבוש האבן באזינדערע קלאסן פאר מענער און פרויען. נאך מער, מענער און פרויען קומען מיטאמאל די זעלבע טאג! מאנטאג פאר מענער און דינסטאג פאר פרויען וכו'. אלזא, וואס איז די פראבלעם?

זאגאר אויף דעם וועג האט עס טאקע קיינער נישט גע'אסר'ט, און הונדערטער יונגעלייט טוען דאס טאקע, ב"ה
בלאט: 1 2