☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז מקוה א חיוב אדער א מנהג?

איז מקוה א חיוב אדער א מנהג?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #827

פריינדליך » מאנטאג יוני 11, 2012 4:14 pm

· #17291
איז מקוה א חיוב אדער א מנהג?
מאנכע פרעגן, פון ווי שטאמט די מנהג אז בחורים גייען און מקווה?
ענדערש פרעג, פון ווי שטאמט די מנהג אז חתונה געהאטע גייען יעדן טאג און מקווה?!

נאר וואס דען, א מקווה יעדן טאג איז א מנהג חסידות, מען פירט זיך אז פון ווען מען ווערט מחיוב במצוות און מען לייגט תפילין יעדן טאג גייט מען און מקווה, עס איז א מנהג חסידות וואס האט גארנישט מיט חתונה האבן,

יואליש » מאנטאג יוני 11, 2012 4:26 pm

· #17295
פריינדליך

נאר וואס דען, א מקווה יעדן טאג איז א מנהג חסידות, מען פירט זיך אז פון ווען מען ווערט מחיוב במצוות און מען לייגט תפילין יעדן טאג גייט מען און מקווה, עס איז א מנהג חסידות וואס האט גארנישט מיט חתונה האבן,

דאס איז די שאלה. וואס איז די היסטאריע פונעם מנהג אז "מען" פירט זיך אזוי?

אויך, געניג זאכן וואס מ'האט נישט איינגעפירט ביי בחורים, א שטייגער ווי נישט לייגן תפילין חוה"מ. אני הקטן האב געלייגט תפילין חוה"מ אלס בחור. תפילין דר"ת איז נאכאיינס.

אויב א מקוה קען ברענגן פראבלעמען, און יעדער איז מודה אז ס'ברענגט פראבלעמען, און ס'וועט אלס ברענגן פראבלעמען, ברויך מען דאס פריש שוקל זיין, וואס זענען די בענעפיטן? מ'ברויך מאכן א געהעריגע קאסט בענעפיט אנאליז. און יא, כ'וועל יא מישן: ווען די רעדע איז פון עפעס אנדערש, האט מען אין אזא פאל תיכף גע'אסר'ט און מבטל געווען.

א שוויץ אין מקוה (טאקע נישט קיין מנהג חסידות) האט מען אויסגעריסן און פארטריבן זקנים וגברים צו געמישטע שוויצן איבערן גרעיטער ניו יארק. פארוואס? ווייל מ'האט געהערט פון פראבלעמען (קיין קינדער זענען נישט דארט געווען, דרך אגב). דאס הייסט מ'איז בכוח אויסצורייסן איינגעפירטע סטאדארטן, מ'ברויך נאר וועלן.

איך אויך » מאנטאג יוני 11, 2012 8:11 pm

· #17323
פריינדליך
מאנכע פרעגן, פון ווי שטאמט די מנהג אז בחורים גייען און מקווה?
ענדערש פרעג, פון ווי שטאמט די מנהג אז חתונה געהאטע גייען יעדן טאג און מקווה?!

נאר וואס דען, א מקווה יעדן טאג איז א מנהג חסידות, מען פירט זיך אז פון ווען מען ווערט מחיוב במצוות און מען לייגט תפילין יעדן טאג גייט מען און מקווה, עס איז א מנהג חסידות וואס האט גארנישט מיט חתונה האבן,

כ'האב אמאל געקלערט אז די חסידישע קפידה פן גיין אין מקוה שבת אינדערפרי (אפילו דער וואס גייט נישט יעדן טאג) ,נעמט זיך פון דעם אז אזוי ווי ביי אינז איז דאך פרייטיג צונאכטס מיטצווע טיים איז כדי מען זאל נישט קען מבחין זיין ווער עס גייט אלס טבילת עזרה האט מען דאס געמאכט פאר א חיוב פאר יעדן.

אברעמעל » מאנטאג יוני 11, 2012 8:24 pm

· #17327
ווי האט מען דאס געמאכט מער חיוב? ס'אפשר גרינגער צו גיין ווייל מ'יאגט זיך נישט צו די ארבעט, אבער מער חיוב?

איינער » מאנטאג יוני 11, 2012 8:31 pm

· #17329
האט מען בכלל אין דער אלטערהיים געהאט די מעגליכקייט צו גיין יעדען טאג אין מקוה?

די גייען און מקוה יעדען טאג איז סתם א מנהג חסידים, צו נעמען די קינדער אין מקוה (לויט מיין מיינוג) א מנהג שוטים.
מיין טאטע האט מיך נישט גענומען אין מקוה ביז א יאר פאר מיין בר מצוה.

רוב אירע האבן אסאך זאכן זיך מער מתקן זיין פאר די מקוה, איך מיין אז עס שוין צייט צו מאכן א חזרת עטרה ליושנה, און נאכמאל מבטל זיין די מקוה. נישט אומזינסט האבן אונזער הייליגע חכמים מבטל געווען טבילת עזרא.

שמיטה » מאנטאג יוני 11, 2012 8:32 pm

· #17330
איך אויך
כ'האב אמאל געקלערט אז די חסידישע קפידה פן גיין אין מקוה שבת אינדערפרי (אפילו דער וואס גייט נישט יעדן טאג) ,נעמט זיך פון דעם אז אזוי ווי ביי אינז איז דאך פרייטיג צונאכטס מיטצווע טיים איז כדי מען זאל נישט קען מבחין זיין ווער עס גייט אלס טבילת עזרה האט מען דאס געמאכט פאר א חיוב פאר יעדן.

זייט ווען איז מער קפידא שבת ווי ביום חול. גראדע איז דא וואס גייען נאר ביום ב' וה', איז שבת אויך אין דעם כלל

איינער » מאנטאג יוני 11, 2012 8:38 pm

· #17334
די ענין פון מקוה איז קלאר, אז דער בעש"ט האט נישט געוואלט אז מען זאל גיין און מקוה יעדן טאג אלס חוק ולא יעבור, ווייל די גמרא זאגט דאך אז מען האט מבטל געווען טבילת עזרא, און ער האט זיכער נישט געוואלט טון אנדערש ווי די גמרא איינצופירן טבילת עזרא, נאר ער געמיינט אז די יחידה סגולה זאלן גיין אמאל זיך מטהר זיין.

א איד » מאנטאג יוני 11, 2012 9:22 pm

· #17344
שמיטה
איך אויך
כ'האב אמאל געקלערט אז די חסידישע קפידה פן גיין אין מקוה שבת אינדערפרי (אפילו דער וואס גייט נישט יעדן טאג) ,נעמט זיך פון דעם אז אזוי ווי ביי אינז איז דאך פרייטיג צונאכטס מיטצווע טיים איז כדי מען זאל נישט קען מבחין זיין ווער עס גייט אלס טבילת עזרה האט מען דאס געמאכט פאר א חיוב פאר יעדן.

זייט ווען איז מער קפידא שבת ווי ביום חול. גראדע איז דא וואס גייען נאר ביום ב' וה', איז שבת אויך אין דעם כלל


וואס איז די הסבר אז מען גייט נאר ביום ב' וה'

שרייבער » מאנטאג יוני 11, 2012 10:40 pm

· #17373
מן הסתם ווייל מען ליינט, מען זאל נישט עולה זיין אויב מען ברויך גיין אין מקוה

א איד » מאנטאג יוני 11, 2012 10:51 pm

· #17376
און אנטוהן די תפילין, מוז מען נישט זיין אזוי ריין, ווי מען איז עולה?

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 11, 2012 11:08 pm

· #17377
שב״ק ווערט געברענגט פון אר״י הקדוש אז מען זאל מער מקפיד זיין צו גיין. איך ווייס נישט אויב ס׳האט שייכות צו עונה בליל שבת אדער צוליב קדושת שבת. עס שטייט דאס לשון אז מען זאל גיין ביז 3 מייל נאך א מקוה!

סיי וויאזוי, בלייבט עס א מדת חסידות, נישט מעיקר הדין.

וועגן ב׳ וה' האב איך געהערט פון די וואס פירן זיך אז לכה״פ זאל נישט אדורך גיין 3 טעג אן קיין מקוה. זעהט אויס דאס איז אויך אן ענין.

שמיטה » דינסטאג יוני 12, 2012 2:07 am

· #17410
איינער
די ענין פון מקוה איז קלאר, אז דער בעש"ט האט נישט געוואלט אז מען זאל גיין און מקוה יעדן טאג אלס חוק ולא יעבור, ווייל די גמרא זאגט דאך אז מען האט מבטל געווען טבילת עזרא, און ער האט זיכער נישט געוואלט טון אנדערש ווי די גמרא איינצופירן טבילת עזרא, נאר ער געמיינט אז די יחידה סגולה זאלן גיין אמאל זיך מטהר זיין.

דו זאגסט אייגנס אדער דו האסט א מקור לדבריך? ווייל לפי ידיעתי איז דא מקומות וואס מהאט "שטארק" מקפיד געווען נישט צו פארפאסן א טאג פון גיין אין מקוה.

לעמיל » דינסטאג יוני 12, 2012 9:29 am

· #17438
[ציטאט אראפגענומען]

א מקור ביטע, וויי ווייט איך ווייס האט מען פארען קריג אויך מקפיד געוועין איך ווייס נישט ווען די מנהג איז געווארען אבער עס איז נישט היינט געבוירען

יואליש » דינסטאג יוני 12, 2012 6:14 pm

· #17580
א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 12, 2012 7:07 pm

· #17588
יואליש
א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.

מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א חשש חילול שבת.

יואליש » מיטוואך יוני 13, 2012 3:17 pm

· #17810
געפילטע פיש
יואליש
א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.

מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א חשש חילול שבת.


יא, כ'האב געקלערט צו שרייבן חשש, אבער כ'האב לעצטענס געהערט פון א ת"ח אז באמת האט עס נישט קיין שום היתר און די אלע היתרים זענען שוין עפטער די פעקט צו פארענטפערן. אזוי קען מען אויסרייסן יעדן סיעף אין שו"ע און אנגעבן ק"ן טעמים להיתר.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 13, 2012 5:54 pm

· #17831
יואליש
געפילטע פיש
יואליש
א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.

מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א חשש חילול שבת.


יא, כ'האב געקלערט צו שרייבן חשש, אבער כ'האב לעצטענס געהערט פון א ת"ח אז באמת האט עס נישט קיין שום היתר און די אלע היתרים זענען שוין עפטער די פעקט צו פארענטפערן. אזוי קען מען אויסרייסן יעדן סיעף אין שו"ע און אנגעבן ק"ן טעמים להיתר.

גערעכט, און דאס איז טאקע די מעלה פון אונזער תורה הקדושה. ע' פנים לתורה.

שמיטה » מיטוואך יוני 13, 2012 7:09 pm

· #17838
יואליש
געפילטע פיש
יואליש
א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.

מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א חשש חילול שבת.


יא, כ'האב געקלערט צו שרייבן חשש, אבער כ'האב לעצטענס געהערט פון א ת"ח אז באמת האט עס נישט קיין שום היתר און די אלע היתרים זענען שוין עפטער די פעקט צו פארענטפערן. אזוי קען מען אויסרייסן יעדן סיעף אין שו"ע און אנגעבן ק"ן טעמים להיתר.

יואל'ישל, אל תמנע טוב, זייט אזוי גוט און שרייבט ווער דער תלמיד חכם איז... תורה הוא וללמוד אני צריך.

לאדיך אפ » דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:51 pm

· #17937
אין בית יוסף זעט מען אסאך מאל אז ער טוט פארענטפערן א מנהג וועלכע איז פשטות קעגן די הלכה "עפטער די פעקט".

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:34 pm

· #17975
איך האב געהערט פון א הויז בחור סאטמאר רבי יואליש איז נישט געגאנגען יעדן טאג אין מקוה צומאל אפילו א אגאנצע וואך. נו דאס וועלן די שווענץ נישט אריינלייגן אין זמירות דברי יואל.

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:43 pm

· #17978
איינער
האט מען בכלל אין דער אלטערהיים געהאט די מעגליכקייט צו גיין יעדען טאג אין מקוה?

די גייען און מקוה יעדען טאג איז סתם א מנהג חסידים, צו נעמען די קינדער אין מקוה (לויט מיין מיינוג) א מנהג שוטים.
מיין טאטע האט מיך נישט גענומען אין מקוה ביז א יאר פאר מיין בר מצוה.

רוב אירע האבן אסאך זאכן זיך מער מתקן זיין פאר די מקוה, איך מיין אז עס שוין צייט צו מאכן א חזרת עטרה ליושנה, און נאכמאל מבטל זיין די מקוה. נישט אומזינסט האבן אונזער הייליגע חכמים מבטל געווען טבילת עזרא.


איך מיין אויב דאס משוגנער מנהג צו נעמען קינדער אין מקוה הערט זיך נישט אויף מוז מען נעמען דראסטישע שריט. צו ווייסט דער עולם אז זיך עקפאזן פאר א מיינער איז א קרימינאל אקט ערשטן גראד? וואס א מין מטורפת איז דאס צו ווייקן קליינע קינדער מיט גרויסע טאטעס אינאיינעם? און נעקסט מאל איר זעט א טאטע האלטן זיין 3 יעריקס און מיט געוואלד טינקט איהם איין אין וואסער (ירה בים פונקט ווי ביים ים סוף) רופט גלייך הצלה צום טאטן.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:51 pm

· #17981
בן תמליון
איך האב געהערט פון א הויז בחור סאטמאר רבי יואליש איז נישט געגאנגען יעדן טאג אין מקוה צומאל אפילו א אגאנצע וואך. נו דאס וועלן די שווענץ נישט אריינלייגן אין זמירות דברי יואל.

ער איז נישט געגאנגען יעדן טאג. ער האט געהאט געוויסע באשטימטע טעג וואס ער איז געגאנגען. עס איז אבער נישט געווען אז עס זאל דורכגיין א גאנצע וואך אן א מקוה. (בשם א הויז בחור אין די בראשית יארן)

משכיל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:05 pm

· #17987
לויט אינזער קולטור איז עס נישט א אנגענומען זאך צו זעהן א מאנספערזאן אויסגעטועהן, סא עס איז א גרויסע שאלה צו די מקוה איז מוסיף טהרה,

עס זיינען דא וואס האלטען אז מיט א שאווער קען מען יוצא זיין תשעה קבין, אז מען דרייט אן די וואסער לשם טהרה

שלמה_דיין » דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:34 pm

· #18006
משכיל
לויט אינזער קולטור איז עס נישט א אנגענומען זאך צו זעהן א מאנספערזאן אויסגעטועהן, סא עס איז א גרויסע שאלה צו די מקוה איז מוסיף טהרה,

עס זיינען דא וואס האלטען אז מיט א שאווער קען מען יוצא זיין תשעה קבין, אז מען דרייט אן די וואסער לשם טהרה


לכאורה וואס אונזער קולטור איז ווענדט זיך אין וואס אונז טוען למעשה. וויבאלד אונזער עולם גייט דאך אין מקוה אן שווימהויזן, און באופן כללי גייט דער עולם נישט מיט פארמאכטע אויגן, איז דאס זיכער יא אונזער קולטור צו זען א מאנספערזאן אויסגעטון!

הגם אז ס'שיינט מיר מאדנע פארוואס אין מקוה גייט די עולם אן די וועש אזוי בהרחבה, און ווען ס'קומט אין סווימונג פול ווערן זיי אינגאנצן נערוועז ס'זאל ח"ו נישט געזען ווערן מחציו ולמטה... וואס איז די פראבלעם זיינע, די קיפת הרקיע? איז די פארע אין מקוה במקום די שווימקליידער? וצע"ג.

ידען » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:10 pm

· #18010
שלום עליכם פארן חשובע דיין דקהילתנו.

די דיין איז געווען אין די מרחקים?

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:48 pm

· #18017
Re: איז מקוה א חיוב אדער א מנהג?
מקוה איז נישט א חיוב נישט א מנהג, און אוודאי נישט יעדען טאג.
אפילו לעת הצורך איז עס נישט מן הדין, ממש געציילטע ראשונים האלטען אז יא.
אן ענין מחמיר צו זיין לעת הצורך שטייט פין רמב"ם און אויך פין די מקובלים.
על פי חסידות פארשטייט זיך אויך לחומרא.
עיין מאור ושמש פרשת אמור ווי ער שרייבט אז לערנען אהן א מקוה לעת הצורך ברענגט אפיקורסוס.
צו גיין יעדען טאג איז פאר די קריג א מנהג פין יחידים און אנשי מעשה, און אמעריקא איז עס געווארען א נחלת הכלל ווייל די מקוואות זענען באקוועמער ווי די שויערס אין דערהיים...
שבת אינדערפרי און בכלל ערב שבת שטייט פין ארי, און שבת אינדערפרי איז נאך א גרעסערע ענין ווי פארנאכט ווייל עס איז א העכעכרע קדושה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

איינער » דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:10 pm

· #18044
😲
בן תמליון
איך האב געהערט פון א הויז בחור סאטמאר רבי יואליש איז נישט געגאנגען יעדן טאג אין מקוה צומאל אפילו א אגאנצע וואך.

אינטערסאנט, ער טאקע נישט געגאנגען אבער וועגן אים גייט היינט דער גאנצער עולם.
נו דאס וועלן די שווענץ נישט אריינלייגן אין זמירות דברי יואל.

ווען די זאגסט היינט פאר איינעם, אז די גייסט נישט אין מקוה ווייל די רבי איז נישט געגאנגען, וועט ער דיר גראד ענטפערן דעם היפאקריטישן ענטפער, פארגלייכסט זיך צום רבין.

היימישער ליטוואק » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:12 pm

· #73143
מנהג הטבילה בשבת - קומט דאס פון כתבי אר"י. ער שרייבט איין טבילה אלס הוספה פון קדושת היום, אפילו מ'איז שוין גווען איינמאל ערב שבת. אויב מדארף אלס טבילת עזרא, זאל מען זיך טובל'ן צוויי מאל.
די הלכה'דיגע שאלה פון רחיצה בחמין - איז א נייע שאלה, אמאל איז יעדער וואס איז זיך גגאנגען טובל'ן שבת בבוקר, איז געגאנגען אין א קאלטע מקוה. טא, האבן מיר נישט א "אלטע מנהג" אדער אן אר"י וואס איז מתיר טבילה בחמין בשבת.

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:09 am

· #73326
היימישער ליטוואק
מנהג הטבילה בשבת - קומט דאס פון כתבי אר"י. ער שרייבט איין טבילה אלס הוספה פון קדושת היום, אפילו מ'איז שוין גווען איינמאל ערב שבת. אויב מדארף אלס טבילת עזרא, זאל מען זיך טובל'ן צוויי מאל.
די הלכה'דיגע שאלה פון רחיצה בחמין - איז א נייע שאלה, אמאל איז יעדער וואס איז זיך גגאנגען טובל'ן שבת בבוקר, איז געגאנגען אין א קאלטע מקוה. טא, האבן מיר נישט א "אלטע מנהג" אדער אן אר"י וואס איז מתיר טבילה בחמין בשבת.

ס'ווערט אויך געברענגט אז ס'איז גאר א גרויסע ענין צו גיין שבת אינדערפרי אין מקוה, אבער ווער ס'שמועסט זאל בעסער נישט גיין.

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:53 pm

· #74326
גיין אין מקוה יעדן טאג איז א שטארקע איינגעפירטע מנהג אין אסאך חסידישע מקומות שוין פון אסאך פאר די קריג,
אינדעהיים אין די מקומות ווי מ'איז געגאנגען איז נישט יעדער געגאנגען, ס'איז פשוט נישט געווען אין מציאות אז מ'זאל גיין אזויווי היינט, ס'איז נישט געווען קיין ווארימע מקוואת איבעראל, אבער חסידישע אידן (פון די מקומות ווי מ'איז געגאנגען) האבן שטארק מקפיד געווען צו גיין יעדן טאג, און מיין זיידע ז"ל פלעגט מיר פארציילן ווי ביי זיי אין שטעטל אין אונגארן פלעגן זיי צומאל גיין אין די קאלטע וואסער, און אסאך ווערט פארציילט וועגן חסיד'ישע אידן און גרויסע אידן וועלכע פלעגן ברעכן די אייז צו גיין אין מקוה.

סאו קיין נייע זאך איז עס זיכער נישט,
נאר היינט בימינו איז עס געווארן אסאך גרינגער און געשמאקער צו גיין אין א הייסע מקוה א יעדן טאג,
ממילא איז עס געווארן אסאך מער איינגעפירט, און אין די מקומות ווי ס'איז געווען אינגעפירט איז עס געווארן ממש חוק ולא יעבור,

מורינו הרב » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:14 pm

· #74347
אין רוב חסידי'שע מקומות איז מען נישט געגאנגען יעדן טאג. אין חב"ד, סטאלין, סלונים, איז מען נישט געגאנגען יעדן טאג, נאר ווען מען איז אריין צום רבי'ן וכדומה. אין ויז'ניץ, בעלז, גור, איז מען געגאנגען אין א יום קריאה, אדער איינמאל אין דריי טאג. בלויז אין סקווירא (דוכט זיך) ובחצרות זידיטשוב ספינקא (דוכט זיך) איז מען געגאנגען יעדן טאג.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 11:30 pm

· #221509
עיקר תקנת טבילה לב׳׳ק איז געווען כדי שלא יהיו תלמידי חכמים רגילים בנשותיהם כתרנגולים, לפי זה ווער ס'גייט א יעדן טאג האט נישט דעם אויפטו - און מאכט אויך קאליע פאר א צווייטען.
אויב איז אבער די כוונה אלס תוספות קדישה וואו דער כהן גדול יה"כ אדער וואו פאר תקיעת שופר נא דעמאלטס טובל זיך וויפיל ס'גייט - אבער אריין און ארויס

אדמו״ר » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 1:51 am

· #221522
מ׳זעט ווי שטארק וויכטיג אונזערע רבי׳ס האבן געהאלטן דאס גיין אין מקוה, ווען שבת איז א ערענסטע הלכהדיגע שאלה, אעפי״כ האבן זיי יא געפסקנט אז מ׳זאל גיין.