דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8269
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8269
סאיז ארויסגעקומען 2 בענדער איבער אים אין יודיש. זיין בייאו איז מוראדיג. די פרובירס אוועקצומאכן דעם אדם גדול און עסקן וואס האט געלעבט פאר יענעם אבער תוך כדי מאכסט אים זייער גרויס מיט אלעם וואס די ברענגס ארויס. בעיקר זיין תמימות צו טאן וואס ער האט געטאן און נאך בלייבן א תמים איז א יקר המציאות. איך וועל דיר זאגן בלויז 3 זאכן וואס איך פערזענלעך בין באצויבערט פון דעם יוד.
1. נייטרא רב האט אים גענומען פאר א איידעם
2. ער האט זיך ארויסגעראטעוועט פון א פארעדיגע באן קיין אוישוויץ
3. ער האט ארלעדיגט דער סאטמאר רב זי"ע זאל בלייבן אין אמעריקע
4. און נאך איינס. נייטרא שטעטעל. דאס וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז די איינציגסטע שטעטעלע אין אמעריקע וואס נישט א אדמו"ר האט געבויט. און אגב איז עס אויך געווען די ערשטע יעדער האט זיך געלערנט פון אים. סאיז טאקע קליין אבער סהאט א קיום. משא"כ אלע אנדערע ובתוכם בלומינגבערג זענען דערווייל אלע חלומות. דער איז געווען א ריז. קריך אראפ

כ'האב געמיינט דער קאר אויף וואסער איז געוועהן דער חפץ חיים.
לעיקר הענין, יעדעס גדול איז מען מגזם.
כידוע דער ווערטעל, דער גרעסטע רבי קען נישט זיין וואס דער קלענסטע חסיד האלט פין אים.
לעיקר הענין, יעדעס גדול איז מען מגזם.
כידוע דער ווערטעל, דער גרעסטע רבי קען נישט זיין וואס דער קלענסטע חסיד האלט פין אים.
א שאד ער האט נישט דערלעבט די ק"ש עפאכע. דא וואלט ער זיכער געקענט ארויסגעבן זיינע טאלאנטן און באקומען דעם פארדינטן כבוד
ווען ס'איז ארויסגעקומען דער איש חמודות האב איך געהערט מאחד מתלמידיו בערך בזה הלשון: מ'שרייבט אויף אים שר התורה, דער חזון איש איז געווען שר התורה, רבי מיכאל בער, ער וואלט ווען געקענט זיין שר התורה, וואלט ער ווען געלערנט וואלט ער געווען שר התורה עכ''ל הבהיר.
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז פון די איינציגסטע חרדי'שע גדולים פאר וועמען איך האב אן אמת'ע התפעלות. א שאד נאר אז דער פותח האשכול האט אנגעהויבן מיט אזעלכע נארישע גוזמאות וואס זענען גרינג אוועקצומאכן. ר' מיכאל בער האט געהאט אלע שטריכן פון אן אריגינעלער גאון. זיין שיטה פון דילוגי אותיות איז באמת א גאוני'שע אויסטרעף, און די יכולת צו טרעפן קאודס אין א טעקסט איז א קלארע צייכן פון מאטעמאטישע גאונות, כאטש אין די הענט פון די קירוב אגענטן ווערט דאס פארדרייט צו א נארישע "סייענטיפיש" ראיה אויף די געטליכקייט פון די תורה. א שאד נאר אז ער האט געטראפן קאודס וואס עקזיסטירן נישט, אבער פונדעסטוועגן ווער איך אסאך מער נתפעל פון דעם ווי פון א נארישע פלפול וואס הויבט נישט אן שטימען מאטעמאטיש. און וויפיל נאך גדולים קענסטו וואס זענען באמת אינטערעסירט צו דערגיין דעם אריגינעלן לשון פון רמב"ם אין פירוש המשניות? דאס איז א ריכטיגער צייכן אויף אינטעלעקטועלער יושר, און איז, אפן גערעדט, אסאך מער צו באוואונדערן ווי דעם חזון איש'ס "לא מצאתי תועלת בכתבי יד" (בשעת ער אליין איז מגיה רעכטס און לינקס ככל העולה על רוחו).
איך קען נישט פארשטיין פארוואס דו מאכסט אוועק זיינע העראאישע פעולות בשעת די מלחמה. יא, היינדסייט איז 20/20 און אויף צוריקוועגס פארשטייט יעדער אז די נאציס האבן געוואלט עלימינירן די אידן פאר יעדן פרייז. אבער בשעת די מלחמה, ווען יעדער איז נאך טיף געשלאפן אין א זיסן חלום, האט דער מפוכח'דיגער גאון פארשטאנען וואספארא געפאר עס לויערט, און יא, עס איז געווען זייער פארשטענדליך אז די נאציס וועלן זיין גרייט צו אויסקויפן די אידן פאר געלט צו געווינען די מלחמה. מען האט נאך דעמאלט נישט געוואוסט ווי ווייט זיי זענען אנטשלאסן להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים. פארגעס נישט אז די כיטרע ציונים'לעך אין בודאפעסט זענען פונקט אזוי געפאלן פאר אייכמאן'ס פאסטקע, דאס האט נישט מיט תמימות. פון זיין פוינט אוו וויו איז ער אויפגעקומען מיט געלונגענע איינפאלן ווי אזוי צו דורכפירן זיין פלאן.
אפילו נאכדעם וואס זיין פלאן איז דורכגעפאלן האט ער פרובירט אנדערע איינפאלן ווי אזוי צו ראטעווען די אידן, אנשטאט זיך צו איינשפארן אינדערהיים און ווארטן אז זיינע חסידים זאלן אים ראטעווען אדער מען זאל אים פירן כצאן לטבח, ווי אלע אנדערע מנהיגים האבן געטון. און צום לעצט האט ער, ווי א ריכטיגער העלד, מיטגעגאנגען מיט די אידן קיין אוישוויץ, און גלייכצייטיג איז ער געווען פון די איינציגע וואס האבן געהאט די קוראזש און מוהט צו אנטלויפן בשעת ער איז שוין געווען אויפ'ן באן.
אזוי אויך נאך די מלחמה איז ער נישט געזעסן אויף א באקוועמע פאטעל און געשיקט זיינע געטרייע חסידים שאפן געלט פאר אים, ער איז אליין ארומגעלאפן און אויפגעשטעלט א ישוב און א ישיבה מיט די צען פינגער, און איז דערביי אויפגעקומען מיט אן אריגינעלן פלאן צו האבן א ישיבה וואס זאל זיך אליין אויפהאלטן (כאטש מיט א מאדערניזירטער בליק קוקט דאס אויס קינדיש). און די צרות פון דעם קריג איז אים באמת דערגאנגען צום הארצן, אנדערש ווי אנדערע גדולים וואס האבן עס געגעבן אזא וויש אוועק מיט אזא "וואס פארשטייען מיר בדרכי ה'?" (פארשטייט זיך בשעת זיי האבן זיך געראטעוועט מיט די פאמיליעס).
עס איז נאריש זיך צו מתוכח זיין אויב ער האט טאקע געקענט זיבעציג שפראכן און מאכן א קאר פארן אויף וואסער. אבער אלע סימנים פון זיין לעבן ווייזן אויף אן אמת'ער אינטעלעקטועלער יושר, א גרויסער מוח, און א מנהיג פון ערשטן קלאס. און אויב וואלט ער ארויסגעגעבן א ספר צו שרייבן דעם הונדערטסטן מפולפל'דיגן תירוץ אויף אן אומעקזיסטירנדע סתירה אין רמב"ם וואלט דאס געווען א חסרון אין מיינע אויגן, נישט א מעלה.

ס'איז דא גארנישט דערמאנט געווארען פון זיין פלאן אליין צן באמבאדירען די באנען קיין אושוויץ, איך האב געהערט פון זיינס א תלמיד אז ער האט געהאט געמאכט אבאמבע פון דיינעמייט און עס געוואלט שיקן מיט 2 בחורים צו די שינעס, אבער לא אסתייעא מילתא
נאכדעם וואס @יאיר האט דאס אזוי שיין צולייגט קום איך נאר כיהודה ועוד לקרא
דוכט זיך ר' מיכאל האט נאך געזאגט פאר קורט בעכער און די אנדערע הויכע נאצי'ס, אזויפיהל ליגענט'ס, וויפיל זיי האבן אים געזאגט, די דילוגי אותיות צו קענען מאכן אליינס, איז א חידוש.
לגבי די אלע מעשיות מיט דמיונות וואס מען דערציילט, דשאסט דיליעט איט, ס'נעמט נישט אוועק זיין גאונישע קאפ
-
@ירח, לכאורה האט געוואלט מאכן, כ'גלייב אבער נישט אז ער האט געמאכט.

ביי מיר ליגט זיין גרויסקייט אין זיין אהבת הבריות. פינטל, איך דארף נישט מער.
איך האב לעצטענס געהערט זיין גאר התרגשות'דיגע ווארט אויף נקדש את שמך בעולם הזה וכו. ,כ'קען אייך זאגן אז ווען נישט איך שעם מיך וואלט איך אויסגעפלאצט אין א געוויין ברבים.
ר' שלמה אבן גבירול
@ירח, לכאורה האט געוואלט מאכן, כ'גלייב אבער נישט אז ער האט געמאכט.
איך האב דאס געהערט פון א תלמיד וואס האט דאס דערציילט מיט אלע דיטעילס, מיט נעמען, (אז מ'האט געפאסט און געגאנגען אין מקוה פארדעם, איך געדענק נישט אלע פרטים, אדרבה אפשר קען איינער מברר זיין די מעשה\דמיון.
אינטערעסאנט אז מען זאגט נישט די אלע גזומאות אויפן שאפראנער רבל למשל. דאס ווייזט לכאורה אז יש דברים בגו.
בנוגע די קאר אויף וואסער פארשטייט יעדער וואס קען די בעסיקס אין פיזיקס אז עס איז נישט מעגליך צו פארוואנדלען וואסער אין ברענשטאף.
פאר א לענגערע באריכט איבער וואסער קארס זע דא:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Water-fuelled_car">http://en.wikipedia.org/wiki/Water-fuelled_car</a>
א ציטאט:
According to the currently accepted laws of physics, there is no way to extract chemical energy from water alone

מענין לענין
אן אירעאלי קאמפאני, האט ערפינדן א קאר וואס פארט אויף וואסער און לופט
איך האב עס נישט שטודירט, ווער ס'האט צייט קען געבן א באריכט
אן אירעאלי קאמפאני, האט ערפינדן א קאר וואס פארט אויף וואסער און לופט
איך האב עס נישט שטודירט, ווער ס'האט צייט קען געבן א באריכט
shem-tovסאיז ארויסגעקומען 2 בענדער איבער אים אין יודיש. זיין בייאו איז מוראדיג. די פרובירס אוועקצומאכן דעם אדם גדול און עסקן וואס האט געלעבט פאר יענעם אבער תוך כדי מאכסט אים זייער גרויס מיט אלעם וואס די ברענגס ארויס. בעיקר זיין תמימות צו טאן וואס ער האט געטאן און נאך בלייבן א תמים איז א יקר המציאות. איך וועל דיר זאגן בלויז 3 זאכן וואס איך פערזענלעך בין באצויבערט פון דעם יוד.
1. נייטרא רב האט אים גענומען פאר א איידעם
2. ער האט זיך ארויסגעראטעוועט פון א פארעדיגע באן קיין אוישוויץ
3. ער האט ארלעדיגט דער סאטמאר רב זי"ע זאל בלייבן אין אמעריקע
4. און נאך איינס. נייטרא שטעטעל. דאס וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז די איינציגסטע שטעטעלע אין אמעריקע וואס נישט א אדמו"ר האט געבויט. און אגב איז עס אויך געווען די ערשטע יעדער האט זיך געלערנט פון אים. סאיז טאקע קליין אבער סהאט א קיום. משא"כ אלע אנדערע ובתוכם בלומינגבערג זענען דערווייל אלע חלומות. דער איז געווען א ריז. קריך אראפ
שם טוב: ייש,כ פאר מברר זיין מקחו של צדיק. דער כעלעם'ער מגיד פרובירט אוועקצומאכן הרה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל במשימת יד. ס'גייט אבער נישט. ער איז געווען א חד בדרא. אזוי ווי דו האסט שוין אויסגערעכנט. נאר לגבי איין פרט האביך א שטיקל ספק. זיין פארהאנדלען מיט די גרעסטע נאצישע רוצחים, ימ"ש. כאטש, הרמ"ד זצ"ל האט געטענה'ט אז זיי האבן יא געהאלטן זייער הסכם. נאר דער אפהאלט פון די גענצליכע הצלחה פון זיין פלאן איז געווען ווייל די מענטשן וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט האבן נישט געשיקט די איבעריגע געלט באצייטנס. אבער די נאציס, ימ"ש זענען געווען אזאלכע ליגנערס און באנדיטן, ווי מ'האט געזעהן אין א יעדן פריער'דיגן פאל אז זיי האבן גענימען דאס געלט און דאך געהרג'עט די אידן. כאטש די אומשטענדן זענען בשעת ר' מיכאל בער האט פארהאנדלט מיט זיי שוין געווען אינגאנצן אנדערש ווי אין אנהייב מלחמה. דאך האט מען זיי נישט געקענט טראסטן...!
יתרובנוגע די קאר אויף וואסער פארשטייט יעדער וואס קען די בעסיקס אין פיזיקס אז עס איז נישט מעגליך צו פארוואנדלען וואסער אין ברענשטאף.
נאר ר' חנינא בן דוסא וואלט עס יא געקענט באווייזן. ווי ס'איז באוואוסט די מעשה אז זיין ווייב האט בטעות אריינגעגאסן עסיג אין די לעכט אנשטאטס אויל, און ר' חנינא בן דוסא האט געזאגט אז "מי שאמר לשמן שידליק, יאמר לחומץ שידליק"...!
ירח בן יומוס'איז דא גארנישט דערמאנט געווארען פון זיין פלאן אליין צן באמבאדירען די באנען קיין אושוויץ, איך האב געהערט פון זיינס א תלמיד אז ער האט געהאט געמאכט אבאמבע פון דיינעמייט און עס געוואלט שיקן מיט 2 בחורים צו די שינעס, אבער לא אסתייעא מילתא
פון די מעשה און א סאך אנדערע זעהט מען אז ער איז נישט נאר געווען א חכם און פיקח עצום, נאר אויך געטראכט פראקטיש און געהאט די גאטס דאס אדורכצופיהרן...!
נאך איין נקודה. לגבי דעם כעלעמער'ס אוועקמאכן די גדלות און גבורת הנפש צו גרינדן א שטעטל. מ'זאגט נאך קאלאמבוס האט, נאכ'ן טרעפן אמעריקע געהאט וויכוחים מיט א סאך מענטשן וועלכע האבן געזאגט אז וואס ער האט געטון איז נישט קיין קונץ. האט ער זיי געפרעגט, אויב זיי קענען אראפשטעלן אן איי אויף א טיש און ס'זאל בלייבן שטיין און נישט אראפפאלן. פארשטייצעך, קיינער האט עס נישט געקענט באווייזן. האט ער גענומען א געקאכטע איי און און עס אראפגעלייגט מיט כח. און ס'איז געבליבן שטיין... האט זיי קאלאמבוס געזאגט. די זעלבע זאך איז מיט מיין טרעפן אמעריקע. נאכדעם וואס איך האב עס באוויזן איז עס שוין נישט קיין קונץ. אבער פארדעם האט עס קיינער נישט געטון...!
[ציטאט אראפגענומען]
[ציטאט אראפגענומען]
כעלעם׳ר, דו צייגסט נישט אן פונקט וואס דו פאררעכנסט אלץ שלימזלות אין ר׳ מיכאל בער׳ס הצלה פרואוו אונטערנעמונגען, און דיין אפשאצונג אז ער איז געווען נאאיוו איז לגמרי נישט אין פלאץ. ער האט קליפ און קלאר פארשטאנען און פאראויסגעזען דעם חורבן, בזמן וואס כלל ישראל און עולם ומלואו זענען געווען בלינד מיט אפענע אויגן.
בנוגע זיינע פעולות, דארף מען געדענקן אז ער האט זיך אריינגעשליידערט אין די פארהאנדלונגען אן דעם וואס ער זאל האבן עפעס ממשות פארצושלאגן פון זיין זייט, און זיינע עיקר ווענדונגען זענען טאקע געווען אין ריכטונג פון פרובירן שאפן געלט אדער איבערצייגן די אזויגערופענע אידישע ארגאנאזאציעס בייצושטייערן אויסלייז געלט פאר׳ן ארטאדאקסישען ציבור.
קאסטנער ודוגמתו זענען געווען אין א פאזיציע צו אפיציעל פארהאנדלן, מיכאל בער ודוגמתו נישט.
קאסטנער איז אויך געווען א פאליטיקאנט, ער האט מציאות׳דיג אנגענומען די שוואכע שאנסן אז מען זאל נאך קענען עפעס ערנסט אויפטאן נישט מכח יאוש נאר אלץ א קאלטער ציניקער, און דערפאר זיך באצויגן צו זיין תפקיד אלץ פארמיטלער ווי א מאטעמאטיקער וואס רעכנט אויס וועלכע נומבערס האבן די בעסטע שאנסן. ער האט געזעהן זיין ראלע נישט אלץ בעל רחמים נאר אלץ אינטעלעקט, און אויב האנדלט זיך איבער ״צען טויזנט מיליטערישע טרעקלעך פאר אידיש בלוט״, האט ער געקליבן די סארט אידיש בלוט וואס ער האט געהאלטן אלץ מערסטענ׳ס וויכטיג (מ׳קען אים אפילו מדמה זיין צו מענגעלע אין דעם הינזיכט).
סיי ער און סיי די נאציס האבן גוט געוואוסט אז דער דיעל איז א דמיון (קיין איינער פון די מיליטערישע גרויסמאכטן וואלטן נישט צוגעלאזט אז דייטשלאנד זאל באקומען פרישע טרעקלעך פאר׳ן פראנט און קיין שום מדינה האט נישט געהאלטן ביים אריינעמען מאסן אידישע פליטים), אבער יעדער האט פרובירט ארויסצוקוועטשן פון די פארהאנדלונגען וואס נאר מעגליך. בעכער איז געווען א ביזנעסמאן אויסן צו מאכן געלט און אייכמאן איז געווען א ביוראקראט ממונה צו לייזן די אידן פראגע מיט׳ן גרעסטן מאס ארדענונג וואס נאר מעגליך, ס׳איז אים שטארק וויכטיג געווען אפצוקויפן די קאאפאראציע פון די אידישע פירער כדי צו פארזיכערן מינימאלע ווידערשטעלונגען. ביידע האבן געהאנדלט אונטער הימלער׳ס דירעקטיוו, און פארשטייט זיך אז ס׳איז געווען ידם על העליונה.
דאס זענען געווען די אומשטענדן פון די פארהאנדלונגען, קיינער האט זיך נישט גע׳נער׳ט, נישט די נאציס, נישט די ציונים, און נישט ר׳ מיכאל בער. פארקערט, אויב עפעס, האט ר׳ מיכאל בער באוויזן צו עטוואס זיין כאטש א מינדערוויכטיגער פיגור אינעם משא ומתן, נישט מכח טפשות, נאר מכח גדלות. ער איז געווען א ״טוער״, נישט קיין מענטש וואס זיצט מיט פארלייגטע הענט, אפילו ווען ער האט גוט געוואוסט אז ער קומט מיט ליידיגע הענט און אז די שאנסן אויפצוטאן (מיט לעהרע קעשענעס) זענען מינימאל.
נאכ׳ן חורבן, און סוף ימיו, האט אט די טרייבקראפט אים פאראורזאכט א טיפע דעפרעסיע, דער פאקט אז ער האט נישט אויספיעט אויפצוטאן עפעס ממשות׳דיג און די ידיעה אז מען וואלט ווען געקענט טאן מער, דער פאקט אז אינעם אמעריקאנער מדבר שממה האט ער זיך אנגעשטויסן אין שוועריגקייטן און אז די וועלט איז פארבליבן ״קאלט״ צום אידישן (חרדי׳שן) פאלק, האט אים גייסטיש פאראלאזירט און ענדגילטיג צובראכן דאס ביסל שבר כלי וואס איז נאך יא פארבליבן פון זיין לעבנסשאפט און כאראקטער.
אנטשולדיגט, אבער ביטע שרייב מער פרטים איבער וואס די אפהאנדלונג איז דא, די פרטי פעולת ההצלה פון רמ"ד זענען נישט אזוי באקאנט פאר יעדען דא, אז מען זאל כאפן צו וואס די באציעסט זיך. ווי איך ווייס האט ר' מיכאל בער באוויזן אפצושטעלן די סלאוואקיער דעפארטאציעס פאר אפאר יאר טמיטסוקסעס, בעת וואס די סלאוואקיער גוים האבן פארלייגט וועלטן אז זיי ווילן פטור ווערן פון די אידן, לשיטתו האט זיך די דעפארטאציעס צוריק אנגעהויבן א. ווייל מען האט נישט באצאלט. ב. ווייל די דייטשן האבן געהאט פרעשער פון די גוים. יעצט וואס איז די אנדערע צד אקעגן ר' מיכאל בער'ס ווערסיע? פארוואס נעמסטו אים אן ווי א דורכפאל און נער.
אין אונגארן האט זיך די דעפארטאציעס אפגעשטעלט נאך גרויס דרוק פון די וועלט, במילא איז שטארקע נטיות אנצונעמען אז מיט אביסל מער שתדלנות וואלט מען סאך מער געקענט ראטעווען
אין אונגארן האט זיך די דעפארטאציעס אפגעשטעלט נאך גרויס דרוק פון די וועלט, במילא איז שטארקע נטיות אנצונעמען אז מיט אביסל מער שתדלנות וואלט מען סאך מער געקענט ראטעווען
וואס דרייסטו א קאפ מיט דעם אז ענגלענדער האבן צענזורירט בן גוריון'ס העצערישע ציוניסטישע דרשות, עס כאפט ענדערשער א פחד אז אנשטאט פארפירן אויף זאכן וואס יעדער האט מסכים געווען אז מען דארף אויפהערן מיט רציחות, הערט ער נישט אויף צו העצן אז מען דארף א אייגענע בריגאדע פאר נקמה, א וואונדער אז דאס האט מען צענזורירט?
כעלעם׳ר, מ׳רעדט דא נישט דוקא פון חכמה, מ׳רעדט פון פעולות.
אז מ׳האנדלט מיט א ריזן רוצח וואס האלט אינמיטן אייננעמען די וועלט איז עס לכתחילה א מציאות פון א שחמט, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מ׳קען נישט אדער אז מ׳זאל נישט פרובירן עפעס אפראטעווען.
דו זאגסט אז ער האט געבויעט עולמות של תוהו אויף פוסטע הבטחות, זיך געווארפן מיט געלט, מ׳האט אים אריינגע׳נער׳ט אין זאק וכו׳, און קומסט צום אויספיר אז ער איז פשוט געווען נאאיוו, במחילת כבודך, א העלד איז לאו דוקא דער וואס טוט אויף, נאר דער וואס טוט. יא, ס׳הערשט אין דעם גדלות.
גנדי איז געווען נאאיוו צו גלייבן אז מ׳קען פרידליכערהייט איבערנעמען די וועלט. די וועלט איז נאך למעשה עד היום הזה ווייטער צושפליטערט און צוטיילט און ער זעלבסט איז געווארן א קרבן פון רציחה מעשי גבר אלים, דאס מיינט נישט אז ער האט נישט אויפגעטאן אדער אז ער איז געווען אומגערעכט און א טיפש.
קיין איין איינצעלנער יחיד האט נישט געקענט אפצושטעלן די גרויזאמע נאצי מאשין מיט זייערע רויבערייען און מערדערייען, אז ר׳ מיכאל בער האט פרובירט כאטש צו באקומען עפעס פאר די נכסים, מיינט נישט אז ער איז א תמים אדער א שלימזל (און אז דו נעמסט אן אלץ א דבר פשוט אז די דייטשן האבן אים גאר גענוצט כדי צו אנצופירן מיט זייערע מעשים ביסטו דאך אליינ׳ס פארוויקלט אינעם שפיגל וואס דו פרובירסט אזוי קאטאגאריש צו פארהויכן).

מ'רעדט דאך כלפי די אנדערע מנהיגים. למשל קוק זיין שיר אויף תשעה באב וועגן די שואה כלפי די פון די אנדערע מנהיגים אונזערע (טאקע פון דו וואס האסט אויסגערעכנט), רמ"ב'ס איז א שטיק קונץ ריין פאזעיע מיט טיפע הרגשים און מליצות, ווידער דער באבובער רב אדער הרב וואזנער, שוין וואס איז דא צו רעדן. די זעלבע וועגן פעולות בשעת המלחמה וכו'. קען זיין אז זיינע געדאנקען זענען געווען נאיוו, אבער עס איז שווער מכחיש צו זיין אז זיי זענען געווען לאין ערוך מער שעפעריש קעגן די פעולות פון אנדערע. שיקען שבת פעקלעך אין שאנחיי קען יעדער. אויפקומען מיט כל מיני געדאנקן דאס איז אריגענעל. בכלל נאיווקייט און שלימזלות איז לאו דווקא א סתירה צו קלוגשאפט טיפקייט און שעפערישקייט.
נאר כמבואר אין אן אנדערע אשכול די וואך, חכמה איז שווער צו מעסטן מחליט זיין וואס איז קלוגער, מען קען נאר מגדיר זיין וואס איז מייחד איינער כלפי די אנדערע.
נאר כמבואר אין אן אנדערע אשכול די וואך, חכמה איז שווער צו מעסטן מחליט זיין וואס איז קלוגער, מען קען נאר מגדיר זיין וואס איז מייחד איינער כלפי די אנדערע.
[ציטאט אראפגענומען]
לויט מיין תשובה איז די מנא הני מילי פון די קאנטרעסט צווישען עם און אנדערע וואס איך האב ארויסגעברענגט. איך מיין אז דאס איז גאנץ קלאר צו זעהן. מסתבר אז די לעגענדעס האבען זיך אנגעהויבען ארום א אמתע נקודה.
אבער דו קענסט אויך נישט אטאקירן א מענטש, דורך מסקנות וואס די ווילסט נישט פארטיידיגן פון ווי דו נעמסט עס.
לעצם הענין, אודאי איז זיין חכמה ווייט מוגזם, אבער ווען מען מעסט די גזמאות, ברויך מען עס פארגלייכן צו גזמאות וואס מען זאגט אויף אנדערע גדולי ישראל, און נישט סתם צולייגן. א שטייגער אויב האט דער חזון איש האט געקענט שניידן א מוח, האט ער געקענט טרייבן א קאר אויף וואסער.

כ׳פארשטיי אז דער אשכול איז געווידמעט בכלליות וועגן זיין גאונות, א נושא וואס כשלעצמו האב איך נישט דערין קיין שטארקע מיינונג ווייל כ׳האב אים נישט געקענט פערזענליך (הגם ״הישיבה והישוב״ איז מיר יא שטארק געפאלן).
אבער דו האסט אריינגעדרייעט אינעם קוגעל זיינע פעולות הצלה און עס כאראקטיזירט אלץ טפשות און נאאיוו, און אויף דעם בין איך אויף דיר לגמרי מחולק.
כעלעמער מגיד, וואס פונקטליך האסטו געוואלט, ער זאל אינווענטן קאלקולוס? וואס למשל וואלט דיר איבערצייגט אז ער איז געווען א גרויסער בעל כשרון?
כעלעם׳ר, פון דיין לעצטע און פריערדיגע תגובות קען משמע זיין א שטיקל חסרון הבנה סיי אין גאנדי און סיי אין ר׳ מיכאל בער (נאכאמאל, אין די קאנטעקסט פון פעולות הצלה), אדער לכה״פ א חסרון הבנה (אדער גאר חוסר רצון להבנה) אין וואס איך האב געשריבן.
ס׳איז אבער קלאר אז דו האסט דא געשטעלט דיין אומגעקאכטע סברה אלץ העכסטער אידיאל, ויחי הטעאריע, יחי.
ס׳איז אבער קלאר אז דו האסט דא געשטעלט דיין אומגעקאכטע סברה אלץ העכסטער אידיאל, ויחי הטעאריע, יחי.
איך אויךאיך האב לעצטענס געהערט זיין גאר התרגשות'דיגע ווארט אויף נקדש את שמך בעולם הזה וכו. ,כ'קען אייך זאגן אז ווען נישט איך שעם מיך וואלט איך אויסגעפלאצט אין א געוויין ברבים.
What is the vort?
גאנץ 50 סטריט פון 10 ביז 20
כ'בין זיכער די נשמה איז זיך מחי' אין גן עדן.
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
שמעקעדיגכ'בין זיכער די נשמה איז זיך מחי' אין גן עדן.
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
העסקן עזרא פריעדלאנדער, ווי אויך האט ער געארבעט פאר דער "ראעול וואלענבורג וועי" וואס לויפ דורך 13 עוו.
זיין קומענדיגע אויף דער רייע איז דער "קארל לוץ וועי" ער איז געוועהן דער וואס האט געראטעוועט טויזענטער אידן מיט דער באקאנטער "גלאז הויז" אין בודאפעסט.
שמעקעדיגכ'בין זיכער די נשמה איז זיך מחי' אין גן עדן.
וועמען איז איינגעפאלן די מעכטיגע איידיע?
שמעקעדיג: כ'ווייס נישט וועגן די נשמה. אבער א פאר גופים פון שוויצערס בעולם הזה האבן זיך זיכער מחיה געווען. מ'האט געקענט מאכן פיקטשערס צוזאמען מיט עטליכע פאליטישנס...אויך האט מען נישט געדארפט צו זוכן אן אמת'ע דזשאב... 😂 🙄
די כשרונות און כוחות וואס דארפען זיך צוזאמענקומען אין א מענטש כדי ער זאל זיין אן אויסגעהאלטענע מנהיג און חכם זענען פילזייטיג. אמת, אז הרב אהרן קוטלר'ס 'שיקען שבת פעקליך קיין שאנחיי' איז א קליינעקייט כלפי הערצל'ס חלום פון א גאנצע זעלבסטשטענדליכע מדינה. אבער אין די כשרון פון אפלערנען די ברייטקייט פון א סוגיא עד הלכתא און די שטארקקייט פון זיך אוועקשטעלען מיט א נייעם גאנג אנטקעגען די אמעריקאנער שטראם און די מדות טובות זיך צו קענען פיהרען מיט אנדערע, איז ער, אין זיין באגרעניצטע וועג, געווען אן אויסגעהאלטענע מנהיג און חכם.
ר' מיכאל בער, מיט זיין אומפראקטישע גאונות פון קאוד"ס, זיין דמיון פון בויען אן מיטלע'ן, זיין ברייטע קענשאפט אין שפראכען און זיין אומדערזעטיגטע דארשט פאר נייע וויסענשאפטען, איז טאקע א 'מענטש צום טיש', אבער ער באלאנגט נישט מיט א חזו"א ר' חיים עוזר און סאטמאר רב (יא, אין כושר הנהגה איז ער יא א זאך, הגם נישט מיט די אנדערע אין חכמת התורה און אויסגעהאלטענקייט) אין איין אטעם.

There we go again
ליין איבער פון אנהייב אשכול. אין קורצ'ן, מ'רעדט פון דער וועלט'ס גלויבונג אז רמ"ד איז א וועלט'ס בעל כשרון געווען. דער פותח האשכול האט געבעטען א ראיה. לעיקוואוד האט צוגעשטעלט די הצלה פון ר' אהרן קוטלר צו דער פון רמ"ד און צו דעם האב איך זיך באצויגען. וויבאלד מיר האבען נישט קיין תשובות פון רמ"ד, ס'איז נישט מעגליך איהם צו באטיטלען אלס א וועלט'ס מנהיג, בלייבט דער פותח האשכול מיט'ן קשיא, און אלע לעגענדע'ס ווייזען גארנישט אויף.
ווי גרויס איז דער ישוב איין מאנט קיסקא?
יום טוב ליפמאן צונזדי לעצטע צענדליגער יארן וואוינען דארטן אכציג פאמיליעס, סוואקסט נישט אבער סבלייבט די זעלבע.ווי גרויס איז דער ישוב איין מאנט קיסקא?
זופ מיט מאנדלעןבעיקר וואוינען דארט קרית שמונה אידן, וואס זוכן צו פלאצירן דעם אכטער.יום טוב ליפמאן צונזדי לעצטע צענדליגער יארן וואוינען דארטן אכציג פאמיליעס, סוואקסט נישט אבער סבלייבט די זעלבע.ווי גרויס איז דער ישוב איין מאנט קיסקא?
דקארט איז גרינגער צו באקומען דעם אכטער?
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
[quote="יום טוב ליפמאן צונז"]דקארט איז גרינגער צו באקומען דעם אכטער?
מ'קען רעדן אפן. איך גלייב נישט אז די עף בי איי לייענט ק"ש, ספעציעל די אלטע אשכולות
מ'קען רעדן אפן. איך גלייב נישט אז די עף בי איי לייענט ק"ש, ספעציעל די אלטע אשכולות
אויב זיי האבן חברה וואס ליינען, ווייסן זיי אפשר אויך וואס די אכטער איז...
פון זייער שרייבן א עם הארצישע אידיש (פון טרענסלעיט ארויס) קוק'ט אויס ווי זיי האבן נישט קיין אידישע שרייבער שטאב.
אבער ס'נישט קיין ראי' אויף א ליינער שטאב.
--
ס'גראדע דא אין ק"ש מער ווי איין ניק וואס ארבעט פאר זיי.
לאמיך שרייבן קלארער, זיין געלט (וואס ער ארבעט צו באקומען) גייט פאר זיי...

כפתוראיך האב גארנישט באהאלטן. איך האב נאר געניצט די זעלבע לשון ווי א תגובה פריער. חןץ פון דעם וואס אלע היימישע וואס איך קען האבן סעקשען עיט ליגעל, סא נישטא וואס צו באהאלטן.יום טוב ליפמאן צונזדקארט איז גרינגער צו באקומען דעם אכטער?
מ'קען רעדן אפן. איך גלייב נישט אז די עף בי איי לייענט ק"ש, ספעציעל די אלטע אשכולות