☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לא נבחרות - לא בוחרות

לא נבחרות - לא בוחרות

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8266

פארוואס? » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:45 pm

· #252965
לא נבחרות - לא בוחרות
ווי עס איז באקאנט פאר יעדן איינעם, גייט פארקומען בחירות אין ארץ-ישראל, אינעם קומענדיגן מערץ 17, פאר די צוואנציגסטע כנסת ישראל.

געציילטע חרדי'שע פרויען האבן אויפגעמאכט א קאמפיין מיטן נאמען לא נבחרות לא בוחרות , זאגנדיג דערמיט, אז כל זמן עס וועט נישט זיין קיין חרדי'שע חברת-כנסת אינעם כנסת, וועלן זיי נישט גיין וואטן.

עס הערט זיך זייער א דרייסטישע שריט, און זיי וועלן לכאורה דארפן צאלן א טייערע פרייז דערפאר, (עס איז גרינג צו שאצן אז ווען נישט, וואלט דער נומער פון די פרויען געווען מיט אסאך מער דידזשיטס).

זייערע פאשקעווילן און סטעיטמענטס איז זייער שיין און קריעיטיוו, ספעציעל איינס פון זיי (וואס איז געווארן אויפגעהאנגען אין די גאסן פון ארץ ישראל), וואו זיי שרייבן כביכול א געגנערישע פאשקעוויל, מיטן ציהל צו אריינברענגען אין באוואוסטזיין זייער קאמפיין:


עס איז צום האפן אז זייערע פעולות וועלן עפעס אויפטוהן, כאטש עס איז קלאר אז אין שארט-טערם וועלן זיי נישט דערגרייכן זייער ציהל (מ'האלט שוין נאכן אפלייען די ליסט פון די חברי-הכנסת פאר די חרדישע פארטייען), און זיי ווייסן דאס אויך, אבער די מטרה איז צו צוביסלעך ווייך מאכן די בלאקעידזש וואס נעמט ארום די מוחות, און צוביסלעך אריינברענגען אביסל מער אפענקייט.

פאר מער באזוכט דא.

פאר די אין חוץ לארץ, וואס זענען שותפים לדעה, און פרעגן זיך די קשיא: האחיותיכם תצאנה למלחה ואתם תשבו פה?
איז שוין דא די באקאנטע תירוץ פונעם רעבענזכעסאלאגעינא אז: אית דפרע בגופיה ואית דפרע בממוניה.

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:54 pm

· #252968
א מחיה... כ'האב הנאה.
נישט ווייל איך וויל זעהן דווקא פרויען ח"כ אין די חרדישע פארטיי, נאר אפילו די מענער זאלן נישט זיין וועם סאדיגורא מיט שראלטשע מאכן אפ! די ח"כים זענען בכלל נישט ערוועלט עפ"י דעת רוב הציבור!
מ'דארף מאכן פריימעריס, מעמבערס פון די פארטיי זאלן געבן זייער שטימע, ווער ס'זאל אין משכן הכנסת איבערגעבן זייער שטימע.

יאיר » מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:29 pm

· #253074
אפשר קענען די חרדיות פון ארץ ישראל קומען קיין חוץ לארץ אויסלערנען אונזערע טורבאן איינגעהילטע פרויען ווי אזוי צו מאכן א רעוואלוציע?

מאטי » מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:48 pm

· #253094
שווה צפייה: עובדה - פרק 12 - רציתי לשתף אותך: הנשים החרדיות שנאבקות על זכותן להיבחר לכנסת
<a class="postlink" href="http://www.mako.co.il/mako-vod-keshet/uvda-2015/VOD-91bc91fcc8d6b41006.htm?Partner=makoTVapp">http://www.mako.co.il/mako-vod-keshet/u ... =makoTVapp</a>

פארוואס? » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:22 am

· #253148
[ציטאט אראפגענומען]


דער צושטעל איז נאריש לענ"ד, ווייל כאטש עס זענען פארהאן אלע סארטן מענטשן, און נישט יעדער איינער באקומט א פלאץ אין כנסת, גלייב איך אז אויב עס איז נישט פארהאן קיין דיסקרימינאציע, דאן וועט די פראצענט פון די סארט פראקציע אינעם פאלק ווערן רעפרעזענטירט פחות ויותר מיט דעם פראצענט אינעם פארלעמענט, משא"כ דא ווען עס איז דא 50% פרויען אויב נישט מער, און צווישן די 20 פרומע חברי כנסת, איז נישט פארהאן קיין "שום" פרוי.

בכלל, אויב דער בעל המשל מיינט צו ארויסברענען אן אמת'ע פוינט, דאן לייקנט ער דעם אמת, מיר און דיר ווייסן, איז דען די סיבה פארוואס חרדישע פרויען זענען נישט אין כנסת, צוליב די זעלבע סיבה וואס איבערוואגיגע מענטשן זענען נישט (?) דארטן, איז דען נישט קלאר און אפען אז עס מ'לאזט נישט קיין פרוי זיין א חברת-כנסת?

גנדי » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:28 am

· #253150
דוכט זיך איך האב ערגעץ געזעהן בילדער פון פרומע פרויען וואס ווילן לויפן פארן כנסת? ווער זענען זיי?

פלאוויוס » פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:15 am

· #253421
גנדי
דוכט זיך איך האב ערגעץ געזעהן בילדער פון פרומע פרויען וואס ווילן לויפן פארן כנסת? ווער זענען זיי?


ובזכותן: חרדיות עושות שינוי

<a class="postlink" href="https://www.mimoona.co.il/Projects/2488">https://www.mimoona.co.il/Projects/2488</a>

<a class="postlink" href="http://bechirot.gov.il/election/Candidates/Pages/OneListCandidates.aspx?LPF=Search&WebId=6adadc15-e476-480b-9746-04490aedeb0f&ListID=ba72a662-765c-45af-9d48-fb68080956af&ItemID=42&FieldID=ListNickname_GxS_Text">http://bechirot.gov.il/election/Candida ... e_GxS_Text</a>

איש את רעהו » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:19 am

· #253429
יאיר
אפשר קענען די חרדיות פון ארץ ישראל קומען קיין חוץ לארץ אויסלערנען אונזערע טורבאן איינגעהילטע פרויען ווי אזוי צו מאכן א רעוואלוציע?

זיי ווארטן צו זען די רעזולטאטען פון יאיר'ס רעוואלוציע'ס אויף ק''ש

chusid » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:39 pm

· #256798
פון:זהבה גלאון
ככה נראית תמונת ראשי המפלגות שפורסמה היום בעמוד הראשי של האתר "בחדרי חרדים". אני לא יכולה לתאר לעצמי איך מרגישות נערות ונשים שחיות בחברה שעושה להן בכל יום את מה שעשו כאן לתמונה שלי.
בשנים האחרונות יותר ויותר נשים חרדיות מסרבות להיות שקופות ודורשות לקחת חלק בפוליטיקה, בתרבות ובמרחב הציבורי. התמונה הזאת היא חלק מהמלחמה של גברים נגד המגמה החשובה הזאת. אני ומרצ עומדים לצד הנשים האלה והמאבק שלהן לשוויון ולכבוד. אני מבטיחה שנעשה הכל כדי שינצחו במאבק, כדי שאף אישה לא תודר מהמקום שהיא עבדה קשה כדי להגיע אליו, וכדי שאף פעם לא יפקסלו לנו את הפנים.
ובזכותן - חרדיות עושות שינוי
📎 1484676_864973620259661_3454626483747673752_n.png

קינד_אן_קייט » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:31 pm

· #259425
זיי האבן אנגעצויגן קארגע 1800 שטימעס, חבל.

אולי, נעקסטע מאל זאלן זיי אפקויפן אפאר רעבעצין׳ס און שפילן בעסער דעם פאליטישען סיסטעם.

קינד_אן_קייט » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:03 am

· #259447
ס׳איז גאר א שוואכער מספר, פערצענטואל איז דאס לכאורה א נישטיגע 1% פון זייער וואל כח, וואס צייגט אז אדער האבן זיי געפירט א שוואכן קאמפיין און נישט אויספיעט צו דערגרייכן זייער פאטענציאל, אדער גאר ערגער, אז דאס מערהייט 99% האבן דא אויסגעדרוקט א קנאפער פראטעסט אויף פארקערט און איגנארירט א געוואונטשענער מהפיכה.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:45 am

· #259472
99% האט גארנישט פראטעסטירטס, זיי זענען געגאנגען מיטן סטאטוס קווא און געפאלגט די רבנים, דאגעגן די גאנצע איין פראצענט פון יהדות החרדית וואס האט געוואוט איז געגאנגען קעגן די רבנים, די מוסדות, (די פרעשור דארט צו וואוטן ג' איז סאך שטערקער ווי דא צו וואוטן פאר דזאו לאזאר), קעגן די פארטיי וואס זאגט צו מער קיצבאות פאר קינדער, כוללים, זאכן וואס קענען מאכן א עכטע דיפערענס ביי זיי אין טאש, אבער זיי זענען געגאנגען קעגן אלעס און פראטעסטירט, פאר וועם? פאר אפאר ווייבלעך וואס האבן דיסיידעד צו שפילן אביסל פאליטיקס, נישט קיין פראפעסיאנאלע קאמפיין, סתם, אפאר פרויען וואס ווייזט ארויס ווידערשפעניגקייט קעגן די רבנישע און מענערישע עסטעבלישמענט. איך מיין אז די איין פראצענט ווייזט אויף עפעס.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:47 am

· #259473
די שטימעס איז פאר קוליאן-ובזכותן, דאס איז אן עקסטערע מערכה פון לנל"ב.

זייער שיין, אבער עס איז שוין דא מער וואס האבען געוועלט כולנו חברים-ננח פון דעם.. (2300)

קינד_אן_קייט » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:13 am

· #259480
געפילטע פיש
דאגעגן די גאנצע איין פראצענט פון יהדות החרדית וואס האט געוואוט איז געגאנגען קעגן די רבנים, די מוסדות, (די פרעשור דארט צו וואוטן ג' איז סאך שטערקער ווי דא צו וואוטן פאר דזאו לאזאר), קעגן די פארטיי וואס זאגט צו מער קיצבאות פאר קינדער, כוללים, זאכן וואס קענען מאכן א עכטע דיפערענס ביי זיי אין טאש

אז דו רעכנסט ״גאנץ״ יהדות החרדית (פון די וואס שטימען ג׳) איז די רעזולטאט א בלויזע 0.5% בערך, כ׳האב געהאפט אז זיי וועלן אנציען נאנטער צו 5-10% (פארגעס נישט אז זייער אגענדע זאגט צו נאך מער ספעציפיש פאר פרויען עווענטועל).

כ׳פארשטיי אייערע נייגונגען צו טרעפן אין דעם שוואכן אויסקום א קורטוב נחמה, ועקיבא מצחק.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:45 am

· #259485
קען זיין ביזט גערעכט אז איך ליין אריין אין דעם אביסל צו סאך, אבער פארגעס נישט, דאס זענען נישט פון די מכם ובכם וואס זענען נישט אינטערעסירט אינעם הצלחה פון יהדות החרדית (נישט די פארטיי), ווייל זיי קענען דאך וואוטן פאר מרץ אדער ליכוד, דאס זענען חרדישע מענטשען וואס יעדע וואוט פאר די פרויען איז ארויסגעווארפן א וואוט, פון א סטראטעגישע בליק, ווייל קיינער האט זיך נישט איינגערעדט אז זיי וועלן אריבערגיין די אחוז החסימה, ממילא איז עס פשוט אוועקגעווארפן א וואוט על קרן הצבי, און מיט דעם אלעם האבן זיי אנגעצויגן 0.9% פראצענט (1858 קעגן 205,551) אויף עפעס ווייזט עס. קענסט זיך דינגען וואס די "עפעס" מיינט.

ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:39 am

· #259488
אינטערעסאנט, אין בני ברק אליין איז געווען פונקטליך 1860 פסול'ע שטימען.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 5, 2015 7:15 pm

· #280921
פארוואס: דאס אז דער קול קורא איז איין שטיק ליצנות איז זיכער. אבער, ערנסט גערעדט, וואס איז דער איסור עפ"י הלכה אז א פרוי זאלל וואוטן. אדער אז זי זאלל אויסגעוועהלט ווערן אלס א חברת הכנסת...? אדער אלס מעמבער אין א מועצה דתית...!