☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קליינע ווערטער פון גרויסע מענטשן

קליינע ווערטער פון גרויסע מענטשן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8265

ישמעאל הכהן » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:44 pm

· #252964
קליינע ווערטער פון גרויסע מענטשן
''קום נאר אהער דו קליינער טוטער''

'' דו גייסט פון דאנעט דו קליינער שטינקער?'


~ גרויסע טאטע'ס צו קלענערע קינדער ~

כוכב » מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:40 am

· #252979
אז דו גייסט נישט אין בעט קום איך מיט א סטראפ.

כעדיר געבן אין זיבעטן ריפ אריין.

לייג נישט די הענט דארט.

גיי זיץ ביי די קינדער טיש.

פיץ נישט דיין נאז.

נאך איינמאל און כבין דיר נישט מקנא.

ווילסט כזאל שרייבן אן נעוויירע צעטל.

איך גיי לייגן פעפער אין דיין מויל.

קומסט נישט מיט צו די חתונה.

וועלכע סדרה גייט די וואך.

יונגעלע, ברענגמער די סאדע.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:52 am

· #252990
איך האב געהאט א רבי אין חדר וואס פלעגט שרייען... (ווי אן עגלה ערופה)

שעם זיך אין דיין ווייטען האלדז אריין... איך דארף זיך אויסשרייען די גרינע גאל...

ווארט נאר ביז מארגען... מארגען וועל איך ברענגען מיין רימאן...

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:56 am

· #252991
בחור'ל גיי צו צום עמוד!

ציבעלע-קיגל » מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:03 am

· #252993
שיגץ ארויס!
פוי!
גיוואאאאאלד!

ר' שלמה אבן גבירול » מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:02 pm

· #253003
[ציטאט אראפגענומען]


געווענליך ווען א מגיד שיעור פלעגט מיר עס זאגן, פלעג איך אים בעהטן צו צוווארטן א מינוט
איך בין געגאנגען צום ספרים שראנק, ארויסגענומען א ספר איוב, און אים צוגעוויזן וואס איוב יונגסטע חבר האט אים געזאגט, נאכדעם וואס די צוויי עלטערע האבן פרובירט

וַיַּעַן אֱלִיהוּא בֶן בַּרַכְאֵל הַבּוּזִי וַיֹּאמַר צָעִיר אֲנִי לְיָמִים וְאַתֶּם יְשִׁישִׁים עַל כֵּן זָחַלְתִּי וָאִירָא מֵחַוֹּת דֵּעִי אֶתְכֶם. אָמַרְתִּי יָמִים יְדַבֵּרוּ וְרֹב שָׁנִים יֹדִיעוּ חָכְמָה. אָכֵן רוּחַ הִיא בֶאֱנוֹשׁ וְנִשְׁמַת שַׁדַּי תְּבִינֵם. לֹא רַבִּים יֶחְכָּמוּ וּזְקֵנִים יָבִינוּ מִשְׁפָּט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:27 pm

· #253103
''עפרא לפומיה!''

- כ''ק אדמו''ר מ'... שליט''א אויף כ''ק אדמו''ר מ'... זצ''ל -

טמיר » דינסטאג מערץ 8, 2016 8:20 pm

· #323679
Re: קליינע ווערטער פון גרויסע מענטשן
אסאך מאל קומט מיר אויס צו הערן שטארקע מימרות פון איינע פון גרעסטע - אויב נישט דער גרעסטער- בעלי מספרים פאר קליינע קינדער.
2 מימרות קומט מיר יעצט ארויף אויפן זכרון:

גוים האבן נישט קיין בארד; זיי האבן א בעזעם. (העתקה מסיפור דסיסרא)

די סנהדרין האבן געקענט אלע שפראכן, אויסער העברעאיש. ווייל ס'איז טמא.