☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?

וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8262

נח בער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:37 pm

· #252863
וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?
ווען מיר זענען עלטער געווארן האט מען אונז געשיקט לערנען קיין אמעריקע צו די סאטמארע ישיבה, עס איז אויך נישט לייכט געווען, ווייל מיר האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די סאטמארע בחורים. אויך די מנהגים זענען געווען אנדערש, אבער מיר זענען געווען געוואוינט אז צו זיין ערליכע אידן דארף מען אלעס לייגן אין א זייט, און אפילו עס איז נישט גרינג און נישט באקוועם דארף מען זיך מוטשענען און אנשטרענגען.

די שורות האב איך באמערקט אינעם מאמענט פון פארגאנגענע וואך, אינעם העכסט אינטערעסאנטער און באלערנדער קאלום "יש אומרים" וואס געט א אדלערישן בליק אויף פארשידנס וואס טוט זיך אינדרויסן פון אונזער צירקל.

די ווערטער האבן זיי נאכגעברענגט פון הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו, וועלכע איז געקומען פון ארגענטינא קיין אמעריקע לערנען אויף סאטמאר, וואס דער לעצטער האט דאס לכאורה איבערגעגעבן פאר זיינע אייניקלעך וואס האבן דאס אריינגעשריבן אינעם גליון "זקינך ויאמרו לך" פ' בשלח. (אגב יעדע וואך קען מען זיך דארט באלעקן מיט אפט טשיקאווע ענינים וואס "זיידעס" געבן איבער פאר זייערע אייניקלעך. ועוד חזון למועד אי"ה).

די ווערטער האבן מיר אויפגעברענגט צו פארשטיין פארוואס האבן די סאטמארע אידן אנגעברענגט די אידן אין אמעריקע, וואס איז געווען שלעכט אין ארגענטינא אז מען האט זיי געמוזט אהערשלעפן אויסצומישן מיטן היימישן עולם און מאכן פון זיי אקוראט וואס סנחריב האט אנגעדרייט אז ער האט מבלבל געווען איין פאלק אינעם צווייטן.

עס איז באמת א פרייד צו ליינען אז דער אויבנדערמאנטער ר' יעקב סאאל ני"ו האט עס פיין דורכגעמאכט און נאכדערצו מיט פרייד און תמימות און האט זוכה געווען צו האבן אייניקלעך יראי ה' וחושבי שמו וואס לערנען אין אזא הייליגער מוסד ווי עס איז די סאטמארע בתי חינוך אין קרית יואל, אבער זענען אלע אזוי גוט אנגעקומען?

לאמיר אנקוקן דער פרשה פאזיטיוו אז מיטן אנברענגען ספאנישע מיידלעך פון ווייט אוועק האבן פילע עלטערע בחורים וואס איז זיי שווער געגאנגען שידוכים געקענט האבן א פיין און יונגער מיידל וואס האט געהאט אלע מעלות (אויסער קענען די זעלבע שפראך ווי דער בחור...)

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:49 pm

· #252922
און וויליאמסבורג ליידט פון די ירושלמיע קנאים וואס האבן זיך באזעצט דאהי, קוק נאך וועסטו זעהן אז אלע פראטעסטען און קול קורא'ס, פאשקעווילין וכדומה איז יד ירושלים באמצע, קלאר יוכיח, ועוד.

סוף דבר, קען מען טייטשען, חן המקום - ווען האט א פלאץ חן, על יושביו - נאר ווען אירע ארגינעלע איינוואוינער באוואוינען איר.

פליקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:41 pm

· #252934
גיי פארשטיי אבער יעדע שטיק צייט האבן אריין געוואנדערט קינדער פון עלטערן וואס זענען נישט פון אינזער חדר, ווי למשל ווער געדעינקט מיכאל נחמד, מיט אלעזר ברזיליי, גיי פארשטיי געקענט האבן זיי גארנישט, ווייל וויאזוי האבן זיי געקענט פארשטיין וואס ר' יודל בערקאוויטש האט פארגעלערנט, ווען זיי האבן נישט געקענט אפילו רעדן אידיש, אדער ווער רעדט נאך וויפיל מיר האבן זיך אינטערגעהאלטן מיט אלי מאסרי נעבעך, א שאד נעבעך זיין היט האבן מיר אלע מאל ציטרעיטן, און דערנאך חוזק געמאכט אז ער האט א צעהאקטע היט, ער האט געזאגט אז ער וואוינט הויעך די בוטשער, א משיגענער, ער קען נישט אידיש וואס האבן מיר געוואלט פון אים, אבער ער האט געמיזט לערנען אין טרופ, ווייל אויב די ציונם לאקערן אויף אים, וועים האט ג'ארט אז ער וועט שערן זיין בארד פאר א שווארץ קאפל.

א איד » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:43 pm

· #252935
למעשה זעהט מען אז זיי האבן זיך אריינגעגלידערט,
פשט מיין איך צו זאגן, אלע פון זיי האבן חתונה געהאט קיינער איז נישט געבליבן סינגל, אין זייערע קינדער האבן אויך אלע חתונה געהאט.

א איד » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:20 pm

· #252946
וואס הייסט קיינער נישט פאר די פאפאנע וואלט עס נישט געשטערט?

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:32 pm

· #253301
ר' עזריאל איז גערעכט זייער אסאך פון די פון אחינו הספרדים וואס מען האט פראבירט משתכנז זיין האבן זיך נישט מסדר געווען, פרעגט נאר די מחנכים פון היינט וויפיל זיי מוטשען זיך מיט די ספרדישע משפחות זיי זענען חלילה נישט ווייניגער פון אונז אבער אינגאנצן א אנדערע מענטאליטעט און דארפן א אנדערע חינוך א שאד אז אזוי פיל פון זיי וואלטן לכאורה געקענט וואקסן שענער אין זייער אייגענע גארטן

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:45 pm

· #253350
ווי איך האב אמאל געמאכט ריסורדזש, האב איך באמערקט עפעס, רוב פון די איצטיגע סוקסעספולע משפחות זענען זייערע עלטערן יא געווען מער ווייניגער אפגעזינדערט, געדאווענט ביי הרב עקשטיין, נישט פרובירט צו האבן א ברכת כוהנים זיץ אין ראדני... די האבן אויפגעשטעלט הערליכע שטובער, ממש איינס ביי איינס.
די פאר וואס זענען אהערגעקומען און זיך אפגעשאקעלט פון זייער סיסטעם און זיך געוואלט אריינגלידערן אינעם גלובאל'ן סיסטעם זענען על פי רוב אדורכגעפאלן. דע קינדער האט מען מער גערודפ'ט און די תוצאות זענען איבעריג צו באשרייבן.

אבער... הרב עקשטיין איז קלאר אדורכגעפאלן און מועל בשליחות געווען! נישט דאס האט סאטמאר רב געוואלט! ער האט געוואלט א רב דארט, נישט א קהילה דא...

אזוי צו אזוי, זיי זענען אלע וואוילע אידן. רוב פון זיי ווען נישט די נאמען וואלטן זיי ניטאמאל געווען אנדערשט פון יעדעם. ס'פעלט זיי נישט גארנישט. ס'דא רבנים, דיינים, מרביצי תורה, ערליכע בעלי בתים, אברכים יקרים, עשירים גמירים און גרויסע נדבנים.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 10:15 pm

· #280383
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אבער אין א יעדן איינעם פון די דאמאלס'דיגע פעולות, (צו מ'איז יא מסכים אז ס'איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, אדער נישט) איז געווען דער הויפט מאטיוו אז מיט דעם ראטעוועט מען זיי פון אריינפאלן צו די ציונים. א טעאריע וועלכע האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין שקר ושוא. און געבויעט אויף הוילע דמיונות. אדער פינאנציעלע אינטערעסן. תימנ'ער אידן יוכיח...!...

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 10:18 pm

· #280384
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אבער אין א יעדן איינעם פון די דאמאלס'דיגע פעולות, (צו מ'איז יא מסכים אז ס'איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, אדער נישט) איז געווען דער הויפט מאטיוו אז מיט דעם ראטעוועט מען זיי פון אריינפאלן צו די ציונים. א טעאריע וועלכע האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין שקר ושוא. און געבויעט אויף הוילע דמיונות. אדער פינאנציעלע אינטערעסן. תימנ'ער אידן יוכיח...!...

נאכ'ן שרייבן און פאוסטן מיין פריער'דיגע תגובה האביך באמערקט אז אנאנים האט געשריבן אינ'ם זעלבן סגנון. בלייבט נישט איבער נאר צו מאכן די ברכה ברוך שכיוונתי...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 10:33 pm

· #280388
אנאנים: אין דיין תגובה פון 8:51 פ.מ. צו עזריאל'ס מאמר, האביך אויך א שטיקל הגה"ה. ווייל איך האב גאר א נאנטן קרוב (אדם קרוב אצל עצמו.) וועלכער האט אלס יונגל געוואוינט (ניין. כ'האב נישט מורא פאר גילוי שכינה...) אין מאנטעווידעא, אורוגוויי ווען ר' אברהם לייטנער ז"ל איז דארט געווען רב. און ער געדענקט אז ר' אברהם לייטנער איז נישט געווען אזא עקסטרעמיסט ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דאהי. און ער האט געפיהרט די ארטיגע קהילה זייער שיין. ער האט געהאט דירעקט קאנטראל אויף די שחיטה. וועלכע איז געווען אויף א גאר מהודר'דיגן אופן. אויך האט ער געגעבן השגחה אויף די פראדוקציע פון איין וועדזשעטעיבל אויל קאמפאני. (ס'איז געוווען מערערע) וואס דער היימישער עולם האט גענוצט. אויך איז געווען א גוטער סיסטעם פון חלב ישראל און היימיש געבאקענע ברויט. און ער האט אויך אנגעפיהרט מיט א גרויסע תלמוד תורה און ישיבה קטנה. וואו ס'זענען געקומען לערנען (אשכנזי'שע) בחורים פון שכינות'דיגע מדינות ווי ארגענטינע, בראזיל און טשילע...ער האט בפירוש נישט געפיהרט די קהילה מיט א סאטמאר'ע, קנאות'דיגע אגענדע. און חוץ א צוויי אדער דריי שונאים וואס ער האט געהאט, האט די גאנצע קהילה מיטגעארבעט מיט איהם. און דער פאקט וואס א סאך אידן דארט זענען געגאנגען אן בערד האט געהאט צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז זייער שווער געווען צו טון ביזנעס ווען איינער איז געגאנגען א בארד...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 10:46 pm

· #280393
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: מ'רעדט דאך נישט איבער זייער היינטיגן מצב. מ'פארציילט נאר איבער זייער אנהייב. ראשית דרכם. און וואס ס'האט געטריבן הרב עקשטיין ז"ל פון בוענאס איירעס, ארגענטינע זיי צו טראנספארטן אהער קיין נ.י. אין די סאטמאר'ע ישיבה...וואו זיי זענען אדורך א סאך שוועריגקייטן. אזוי ווי א סאך אנדערע אידישע אימיגראנטן פון די פריערדיגע יארן...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 10:59 pm

· #280397
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: א ייש"כ פאר מעורר זיין. איך טראכט טאקע אזוי צו טון. גאר בקרוב אי"ה. בלי"נ...!

berlbalaguleh » זונטאג יוני 7, 2015 10:13 am

· #281076
אנאנים: ייש"כ פאר ברענגען דעם רירנדן, הארצרייסנדן קליפ פון דעם תימנ'ער בחור. נאר ס'איז דא אן ענליכע סעריע קליפס פון א תימנ'ער משפחה וועלכע די סאטמארער עסקנים האבן געברענגט קיין מאנסי און מ'האט זיי אויסגענוצט פינאנציעל. (לדוגמא: מ'האט דעם יונגערמאן געהייסן גיין שנארן פאר די תימנ'ער אידן, און מ'האט ביי איהם צוגענומען דאס געלט. און נאר געגעבן א קליין חלק דערפון. און ער איז אויך אדורך א שווערע פרשה מיט א קינד וואס איז ל"ע אוועק ביי איהם אין שטוב. און די רעגירונגס אויטאריטעטן האבן באשולדיגט זיין ווייב. נאכדעם האט מען צוגענומען די קינדער פון זיי און מ'האט זיי אוועקגעגעבן פאר אנדערע משפחות. און די עלטערן האבן נישט געהאט קיין צוטריט צו די קינדער. און לויט ווי דער טאטע באשולדיגט האט מען זיי נישט געהאלפן לגבי די רעגירונג. נאר מ'האט זיי ארומגענארט מיט שקרים און בלאף...!

shem-tov » זונטאג יוני 7, 2015 11:31 am

· #281086
פליקער שרייבט אז מען פלעגט לאכן פון דעם בחור וואס האט געזאגט מיט א שטאלצקייט איך וואוין הויעך די בוטשער... אוי פלעגט מען לאכן ווי כאלו סאיז עפעס ראנג מיט זיי. מרס מאסרי זאגט נאך עד היום אויף די משפחת מאסרי ענסערינג מאשין. ביטע מאכט אריין א מעסעדש... איך פארשטיי נישט וואסיז אזוי פאני.. אימעדשין וויאזוי מיר וואלטן גערעדט א צווייטע שפראך..

berlbalaguleh » זונטאג יוני 7, 2015 12:17 pm

· #281104
shem-tov
פליקער שרייבט אז מען פלעגט לאכן פון דעם בחור וואס האט געזאגט מיט א שטאלצקייט איך וואוין הויעך די בוטשער... אוי פלעגט מען לאכן ווי כאלו סאיז עפעס ראנג מיט זיי. מרס מאסרי זאגט נאך עד היום אויף די משפחת מאסרי ענסערינג מאשין. ביטע מאכט אריין א מעסעדש... איך פארשטיי נישט וואסיז אזוי פאני.. אימעדשין וויאזוי מיר וואלטן גערעדט א צווייטע שפראך..

שם טוב: ס'איז דא אן א שיעור מעשיות פון אידישע אימיגראנטן וועלכע זענען געקומען פון דייטשלאנד און אונגארן קיין ארץ ישראל און זיי האבן זיך געבראכן די ציין צו רעדן די "שפה הטמאה" עברית...! אפילו אויף ר' איטשע מאיר לעווין איז דא אן א שיעור מעשיות ווי ער האט גערעדט געהעריג לשון הקודש אין כנסת (המינים)...נאר א סאך פאסט נישט ארויס צו שרייבן. אפשר אין מאחורי אדער אין ליצנות אשכול. (אויב מ'וועט אמאל מאכן אזא אשכול...!)

כפתור » זונטאג יוני 7, 2015 3:10 pm

· #281169
למעשה ווייסט איינער פארוואס האט די רבי געשיקט רב עקשטיין אהין? האט ער סתם געזוכט אים צו פטרן ער זאל אים נישט שטיין אויפן קאפ? לויט ווי מיין חבר זאגט מיר איז דא דארט א פאר טויזנט חרדישע משפחות - רוב זענען נישט פון עקשטיין - מ'האט דארט סופערמארקעטס, רעסטוראנטס, און בעיקעריס לרחצה. ס'פעלט זיי גארנישט.
זיי זענען נישט די נעבעך וואס מ'פארקויפט דא. אידישקייט גייט נישט אונטערגיין אן די עקשטיינס

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:46 pm

· #305920
כפתור
למעשה ווייסט איינער פארוואס האט די רבי געשיקט רב עקשטיין אהין? האט ער סתם געזוכט אים צו פטרן ער זאל אים נישט שטיין אויפן קאפ? לויט ווי מיין חבר זאגט מיר איז דא דארט א פאר טויזנט חרדישע משפחות - רוב זענען נישט פון עקשטיין - מ'האט דארט סופערמארקעטס, רעסטוראנטס, און בעיקעריס לרחצה. ס'פעלט זיי גארנישט.
זיי זענען נישט די נעבעך וואס מ'פארקויפט דא. אידישקייט גייט נישט אונטערגיין אן די עקשטיינס

כפתור: אז עקשטיין (דער זון) וועט נישט שרייען אז אידישקייט האלט ביי אונטערגיין, וועט ער דאך נישט האבן וואס צו פארקויפן. וכסף מנלן...?!. משא"כ אז ער וועט שרייען אז דאס אידישקייט האלט ביי אונטערגיין. און אז די ציונים און זייערע שלוחים וועלן זיך ח"ו גובר זיין. און נאר ער רעפרעזענטירט דעם פך שמן הטהור כאוות נפשו של רבינו הקוה"ט זי"ע וועט מען איהם באגיסן מיט געלט... 😂 🙄

Moses » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:44 pm

· #306091
A Jew from Yemen who was brought to London told me that he has to beg the askonim for fifty pounds and he has to wright a big thank you letter which they put in the newspapers for their propaganda

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:27 pm

· #307929
Re: וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?
שורה התחתונה.!
אזעלעכע תוצאות, פאסירט ווען סאקמר רב זצ״ל האט פראבירט ׳עוסק צי זיין אין קירוב..!׳
זענען הייליג גערעכט ווען זיי זאגן אז ׳קירוב רחוקים איז נישט אינזער מצוה..׳