☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » היטלער מיט פיאות

היטלער מיט פיאות

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8261

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:27 pm

· #252734
היטלער מיט פיאות
קלאגן, קלאגן, קלאגן
אויף דיין שלאגן, שלאגן, שלאגן
קיין הארץ געטוען פארמאגן
אין גהנים דיר יאגן.

פארשפארט, פארשפארט, פארשפארט
דיר נישט געארט, געארט, געארט
ווי איך קליין קינד דיין פיינט
ביים ווינקל פון וואנט.

פארשעמט, געקלאפט מיין זיך
געטרויטן מיט דיין ערוואקסענע שיך
דיין רשעות, דיין איך
א דיקע פיינפולע בוך.

היטלער מיט פיאות
מקפיד אויפן כזית
על פי דרכו מיט ראיות
מטורפים און חיות.

ביסט שוין אויף די זייט
אבער עס יאגט מיר נאך דיין שד
איך קען נישט לויפן צו ווייט
ארום מיין געוויסן גאר טייט.

אבער מיין הארץ ווי א טיגערס געשריי
הייב דיך אויף און גיי
לאז די רשעות און וויי
שטארק דיר אויף זיי.

שייל דיר ארויס פון די בלוט
ברעך דורך די יון און טיט
בוי איבער, זוך די גוט
אין זכרון קעלער לאז די שיה*.

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:38 pm

· #252741
העי, די לעצטע זאץ גראמט נישט

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:00 am

· #252778
געשריבן לע"נ איינע פון מיינע מלמדים.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:05 am

· #252793
לכבוד פרשת משפטים?..

נופת צופים » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:20 am

· #254616
שמעון וואלף
העי, די לעצטע זאץ גראמט נישט

נאך ווי עס גראמט. איך מיין די לעצטע זאץ איז נאך די בעסטע.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:28 am

· #263048
@ישראל קאפקע, איך ווארט צו הערן פון דיר.

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:47 am

· #263056
דיין מלמד האט געדארפט זיין גאר גרויזאם אז דו טראכסט נאך אפילו פון אים.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:08 am

· #263065
נארמאל נישט, נאר יעצט אז ער האט געהוילעכט טראכט מען מער. קאפקע האט מערער געווען אויף א אנדערע פלאץ אויפן אויסדרוק פון "היטלער מיט פיאות". ס'איז געניצט מער בלשון גוזמא לשבר את האוזן, אבער ס'איז נישט א שרעקליך גרויסע גוזמא. איינער וואס צאפט בלוט און הארץ פון אינגע קינדער על לא דבר איז א אכזר סוכ"ס.

אחד העם » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:39 am

· #263081
בין כך ובין כך. איז דער אויסדרוק א פאעטישער. און עס האט מיר געברענגט הרהורים. הגם סאיז גאר אנדערש ווי דיין מכוון. אבער דער אויסדרוק זאגט אסאך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 31, 2015 2:02 am

· #263085
אדרבה, לאמיר הערן דיינע הרהורים.

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:33 am

· #263110
רויטע וואנצעס
@ישראל קאפקע, איך ווארט צו הערן פון דיר.

וואס שייך צו זאגן? איך האלט ווייטער אז דער אויסדרוק איז נישט אקעי.