☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער האט וועמען פיינט? דער איד דעם גוי, אדער פארקערט?

ווער האט וועמען פיינט? דער איד דעם גוי, אדער פארקערט?

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8260

נח בער » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:21 pm

· #252718
ווער האט וועמען פיינט? דער איד דעם גוי, אדער פארקערט?
מיר אלע זענען אויפגעצויגן געווארן מיט די גמ' פון עשיו שונא ליעקב, און סיני שירדה שנאה לעולם, פארט טרעף איך זיך שטענדיג פארקלערט איבער ווער האט באמת מער פיינט דעם צווייטן, דער גוי דעם איד, אדער גאר האט דער איד מער פיינט דעם גוי, און יא, על לא דבר?

קוקנדיג פון דער נאנט די שנאה צום "טמא'נעם גוי" וואס אידן פרעדיגן אריין אין די קליינטשיגע קינדערלעך נאך איידער זיי האבן פארשטאנד צו מאכן א ברכה, קלער איך אויב טוט מען אויך אזוי אינעם פובליק סקול? טוט מען דארט פארפירן אז דער איד איז א מיאוס'ע זאך וואס אפי' דער בעסטער איד איז א שלעכטע ברי'?

ווען די נייעס איז פול פון שטעטלעך וואס טוען אפענערהייט, אן שום בושה, זיך רייצן מיט זייערע שכנים, אנעקסירן שטחים, פארבאטן איינצוקויפן ערד ארום זייערע הייזער, פייפן זיך אריין אין די פעלקער נעבן וועם זיי זענען אין "גלות", האב איך אן ערנסטער פארדאכט אז מיר האבן א פיל פיל אינערליכער האס צום גוי ווי פארקערט.

מען קען צונעמען די אלע נייעסלעך און קלארערהייט זען אז יעדע זאך וואס מען האט געוואלט גרייכן, וואלט מען געקענט טון מיט שכל ודעת אנשטאט זיך רייצן מיט א עקל צום גוי "שונא", אבער היות מען קען דאך נישט פארהאנלען מיט א פיינט, גייט מען קרום.

עס איז קלאר דא באנדיטן וואס האבן א פיינטשאפט צום איד על לא דבר און די זענען די אנטיסעמיטן פון אלע דורות, אבער איז דאס א שטעמפל פאר יעדער בן אדם וואס איז נישט א איד?

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:06 pm

· #252726
איך בין אויך א פרי פון די חרדישע חינוך סיסטעם און קיינמאל נישט געהערט פון קיין שנאה צו א גוי. יא, מ'האט ארויסגעברענגט די והייתם לי סגולה מכל העמים און מ'האט גערעדט בגנות פון די גויאישע לעבן (פארשטייט זיך אריינגערעכענט שקרים וכזבים) אבער פיינט האבן? קיינמאל!

פאר א איד קרענקט נישט אויב פאר א גוי גייט גוט, משא"כ ווען ס'איז פארקערט. אמת, אסאך מאל זענען זיך אידן ווערד דאס געלט, אבער גענוג מאל קומט דאס צוליב קנאה און שנאה. זענען פארהאן אסאך גוים וואס האבן קיינמאל קיין שייכות געהאט מיט א איד, מיטאמאל געזעהן, און ער האט אים פיינט כדי להמית.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:09 pm

· #252728
נאך אזויפיל טויזענטער יארן וואס די גויים האבן אונז געשלאגן און גע'הרג'עט מיט כל מיני עינויים קשים ומיתות משונות, האבן מיר נאטורליך א פחד, פיינטשאפט, און ווידערווילן אינעם גוי.

מאטי » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:25 pm

· #252732
אמת שמעקעדיג אבער לאמיר פארשטיין וואס מיינט דאס "גוי?" גייט זיך אן אומשולדיגער בן אדם אויפן גאס און מ'באשולדיגט אים אין עבירות וואס זיינע זיידעס האבן געטון די לעצטע צוויי טויזענט יאר? וואס האט דאס צו אים בכלל?

yatzmachp » דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:18 am

· #252776
נח בער, איך מוז דיר זאגן אז דו שרייבסט ווי טיפש, שוטה, רשע וגס רוח. פאר דיינע אייגענע שנאת ישראל צו אנדערע יודן מאכסטו א קוגל.

די שאלה צו אידן האבן פיינט גוים אדער פארקערט אדער ווער האט מער פיינט דעם אנדערן איז אירעלעווענט וואס מען לערנט טעארעטיש. וואס מאכט יא אויס איז וואס איז אין פראקטיק. ווען האסטו די לעצטע מאל געזען א יוד באפאלן א גוי פאר זיין איינציגע חטא פון זיין א גוי? ווען האסטו די לעצטע מאל געזען פארקערט? ווען האסטו די לעצטע מאל געזען א ארימער יוד זיך ארומדרייען און פארפירן אז די סיבה פון זיין ארימקייט זענען סיי די ארימע גוים פארן אויפעסן זיין געלט במישרין ובעקיפין, און סיי די רייכע גוים ווייל זיי זענען רייך געווארן אויף זיין חשבון? ווען האסטו די לעצטע מאל געזען א יוד וואס אינטערסירט אים וויפיל קינדער דער גוי האט? די באטאם ליין איז, וואס עס טוט זיך אין הארצן איז נישט קיין נפקא מינה די שאלה איז וויאזוי פירסטו דיך אויף צו דעם וועם דו האסט פיינט. ליידער זעהט מען ווי איין יוד צום צווייטן קען טוהן זאכן וואס פארא גוי וועט ער אין זיין לעבן נישט טוהן. פרעג איך דיך, דו ווילסט נאך רעדן וועגן שנאת הגוי?

די האסט אריינגעמישט א ספעציפישע זאך ווי לאנד אנעקסעישן, וואס פארלאנגט זיך א עקסטערע אשכול פאר זיך, נאר איך מיין אז דו האסט נאר געפראווט מיין פוינט אז דו האסט מער שנאת ישראל ווי שנאת הגוי.

אפאר קראנקע משוגעים זענען אויפגעקומען מיט א חידוש אין די לעצטע פאר יאר אז אויב א גוי וואס האט פיינט יודן און פארפירט און שרייט הויעך און שרייבט אויף די אינטערנעט וועגן א זאך וואס ער וויל בעוולען יודן מוז זיך דער יוד ארפלייגן, זיך לאזן באגאנווענען און באקלאפן, אויב נישט איז ער עובר אויף א נייע אויסגעטראפענע איסור דאורייתא, דרבנן, הלכה, מנהג, חומרה פון התגרות באומות וואס איז ביהרוג ואל יעבור.

יעצט צום ענין. אנעקסעישן אין ניו יארק האט א לעגאל פראצעדור. א יעדער יוד האט א רעכט על פי תורה צו פאלויען דעם פראצעדור אפילו עס זענען דא אידישע און גויאשע שונאי ישראל וואס האבן עס נישט ליעב. דאס האט מיט התגרות באמות נישט קיין שייכות קיין כי הוא זה. נאר וואס דען, ווען איך וועל זעהן אז מאיר דייטש, וואס זיין זוהן ליפא איז די הויפט אידישע שטיצער פון די אנטיסעמיטן פון יונייטעד מאנרא, וועט פארמאכן זיין סאשעל סערוויס אפיס און אזוי אראפ נעמען א גרויסע חלק פונעם חרון אף פון די גוים, וואס מיט דעם טוען די יודן דיירעקטלי פארארעמען די גוים. אפילו די יודן וואס זענען באמת בארעכטיגט דארפן עס אויפגעבן, אריינגערעכנט נח בער, וואס טוט מען דען נישט פאר התגרות באומות וואס איז ביהרג ואל יעבור? דאמאלס וועל איך זיין איבערצייגט אז נח בער וויל מקרב זיין די גאולה.

פארוואס זאג איך אז יונייטעד מאנרא זענען אנטיסעמיטן? ווייל לויט זיי ווען אידן וואוטן אין א בלאק הייסט עס קאראפשען, ווען א גוי וואוט אין א בלאק הייסט עס דעמאקרעסי. ווען אפישעלס וואס זענען געווארן עלעקטעד דורך יודן טוען סיי וואס הייסט עס קאראפשען, ווען זייער קאנדידאט טוט וואס זיי ווילן הייסט עס דעמאקרעסי. ווען יודן געוואונען א קארט קעיס איז קאראפשען, ווען זיי געווינען הייסט עס יוסטיץ. איך מיין יעדער קען זעהן די פיקטשער.

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:03 am

· #252779
yatzmachp
נח בער, איך מוז דיר זאגן אז דו שרייבסט ווי טיפש, שוטה, רשע וגס רוח. פאר דיינע אייגענע שנאת ישראל צו אנדערע יודן מאכסטו א קוגל.


וואספארא גערעדעכץ איז דאס?

'בכלל, פון דיין געשרייבאכץ זעהט זיך אויס ווי די האסט עפעס אן אגענדע דא און די שעמסט דיך ארויסצושרייבן אפען.

דאס וואס א איד אטאקירט נישט א גוי איז צוליב פחד פון נקמה און מוראה של מלכות. און אנעקסעישאן, כאטשיג ס'האט א לעגאלע פראצעדור, קען עס נאכאלץ זיין אוממענטשליך.

ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:25 am

· #252788
שמעון וואלף
איך בין אויך א פרי פון די חרדישע חינוך סיסטעם און קיינמאל נישט געהערט פון קיין שנאה צו א גוי. יא, מ'האט ארויסגעברענגט די והייתם לי סגולה מכל העמים און מ'האט גערעדט בגנות פון די גויאישע לעבן (פארשטייט זיך אריינגערעכענט שקרים וכזבים) אבער פיינט האבן? קיינמאל!.

יידל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:36 am

· #252801
איך בין גאר נייגעריג וואו קאפקע איז געגאנגען אין חדר... איך האב געלערנט אין א נארמאלן, רעגלמעסיגער חדר, בכלל נישט קיין קנאי'שער מוסד, און כ'האב געהערט מער ווי איינמאל דרשות אז מען דארף פיינט האבן דעם גוי. נישט אז ס'האט געהאט אויף מיר ווייס איך וועלכע אפעקט. כ'געדענק נישט ווען איך אדער סיי פון מיינע חבירים זאלן באמת ארויסווייזן פיינטשאפט צום גוי. אבער דאס איז איינמאל זיכער אז די אפיציעלע ליניע איז געווען אז מ'דארף פיינט האבן דעם גוי (און דער זעלבער סענטימענט קען מען טרעפן אין היימישע פובליקאציעס, ספרים, קול קוראס פון רבנים, פאמפלעטן, און דבר-יום-ביומו אנאנסן)

יידל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:37 am

· #252803
פאקטיש דערמאן איך זיך יעצט ווי אין מאסף הפעמון איז ערשינען א לענגערער ארטיקל-צוויי פון איינער הרב דייטש א קלויזענבורגער בנחיצת הענין לשנוא את הגוי.

ישמעאל הכהן » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:42 am

· #252806
מ'דארף פיינט האבן דעם ''גוי'' פונעם גוי, אבער נישט דעם חלק ה'יומען פונעם גוי.

אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:42 am

· #252807
דאס אז מ'דארף זאגן אז מ'זאל זיי נישט פיינט האבן, זאגט אויך עפעס. ווי זאגט דער וועלט, פארוואס דארף שטיין אזויפיל מאל ואהבתם את הגר...

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:50 am

· #252811
שמעון וואלף
דאס וואס א איד אטאקירט נישט א גוי איז צוליב פחד פון נקמה און מוראה של מלכות. און אנעקסעישאן, כאטשיג ס'האט א לעגאלע פראצעדור, קען עס נאכאלץ זיין אוממענטשליך.

און פארוואס האט די גוי נישט מורא פון נקמה פון דער איד? אונז האבן דויך זיי פיינט אסאך מער ווי זיי אונז

עס איז דא א מעשה מיט'ן קדושת ציון אויף איינע פון די שונאי ישראלים אידערהיים וואס האט גיפרעגט נח בער'ס שאלה אז ענק לערנט מען אויס פיינט צו האבן די גוי און די קדושת ציון האט אים גיענטפערט ווי מאנכע האבן שוין דא געשריבן אונז לערנען אויס די קינדער צו זיין אפגעטיילט פונעם גוי אבער חלילה פון פיינט האבן און ער האט אויסגעפירט איבערצייג דיר אליינס קוק ווען עס קומען ארויס א גרויס גרופע גוים פון א טומאה אדער פובליק סקול און א איד וועט דוירך וואקן וועט ער אריבער גיין די גאס אלץ פחד פונעם גוי אבער ווען עס קומט ארויס א עולם אידן פון א ביהמ"ד צו חדר וועסטו קיינמאל זעהן א גוי האבן א פראבלעם דוירך צו וואקן אינדערמיט ער האט נישט קיין שום פחד אז עס וועט אים עפעס גישעהן

שמן זית » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:53 am

· #252814
במחילת כבוד הפותח האשכול, איך בין אויפגעוואקסען צווישען גוים, איך דריי מיר מיט גוים רוב פונעם טאג, און וואו אסאך מגיבים האבן שוין ערווענט, איך פיל נישט קיין שום האס צום גוי. אפגערעדט אז איך וויל אים נישט וויי טון. ווען איך זעה א גוי אין א צרה וועל איך רחמנות האבן אויף אים און אים פרובירן צו העלפן.

וואס יא? איך פיל מיר העכער פון אים, און איך בין שטאלץ צו זיין א חלק פונעם עם הנבחר, איך האלט אז איך האב א סיבה און תכלית אויף די וועלט, משא"כ דער גוי.

און דאס לייג איך אויך אריין אין מיינע קינדער, אז זיי זאלן וויסן אז מיר זענען א אויסדערוועלט פאלק!

אבער שנאה?? חס מלהזכיר!!!

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:23 am

· #252830
כ'דערמאן זיך יעצט אז ס'איז שוין אמאל געווען א אשכול דערוועגן,

דא האט איר א צווייטן פרעספעקטיוו:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2277">viewtopic.php?f=4&t=2277</a><!-- l -->

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:43 am

· #252834
'שנאה' קען האבען אסאך הגדרות און מובנים, און קען כולל זיין פארשידענע אנדערע הרגשות. עס איז איין זאך צו טראכטען אז אידען זענען במהותם עפעס מער דערהויבען פון גוים און גוים זענען מער נידעריג, נאך א זאך בפועל פיינט צו האבען גוים אזויווי דער קלויזנבערגער רבי און דיין, נאך א זאך צו פיעלן א סארט מיאוס און אראפקוקען אויף א גוי, ווער רעדט נאך א קאלירטע גוי, נאך א זאך אנצוזאגען די קינדער נישט זיך חבר'ן אדער אנקוקען גוט עפעס א גוי ווייל מען קען נשפע ווערן, נאך א זאך זיין אנגעווייטאגט אויף 'גוים' ווייל פרעה המן דער אינקוויזציע און די נאציס האבען גע'רודפ'ט אידען, נאך א זאך צו טאנצען אתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו מכל הלשונות וקדשתנו במצוותיך. נאך א זאך צו לעבן אין אן אפגעזונדערטע קולטור און זיך נישט פארשטיין מיט דער הלוך ילך פון דער גוי. נאך א זאך מורא האבען ווי כאילו די גויישע קינדער וואס קומען ארויס פון סקול אדער קלויסטער גיין דיר וויי טוהן סתם אזוי אדער חושד זיין יעדער גוי אין זיין א גנב, און נאך.

די אלע זאכען קענען נכלל ווערן בשם הכולל "שנאת הגוים", איך מיין אבער אז יעדער איינער רעדט דא פון א צווייטער סארט פילינג און ארום דעם דרייט זיך די וויכוח יעדער טייטשט דא 'שנאה' אנדערש. אויך זענען פילינגס זייער פערסאנאל און יעדער איינער שפירט אביסעל אנדערש, טאמער וויל מען טאקע רעדן וואס דארף זיין דארף מען דאס צונעמען קלאר פון וואס מ'רעדט. @שמן זית למשל זאגט א איד האט א תכלית אין לעבן משא"כ א גוי, אבער ער שרייט דאס איז נישט שנאה. כ'מיין אז פאר אסאך מענטשען אין לך שנאה גדולה מזו. די שאלה איז די הגדרה פון וואס מ'רעדט און וויאזוי מען איז דאס דן.

ירח בן יומו » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:51 am

· #252835
איך ווייס נישט צו די עולם דא בלייבט ביי אלע תפילות ביז'ן סוף, אבער פון מוסף ראש השנה און יום הקדוש געדענקט דאך יעדער איינער
עלינו לשבח לאדון הכל לתת גדולה ליוצר בראשית שלא עשינו כגויי הארצות ולא שמנו כמשפחות האדמה שלא שם חלקנו כהם וגורלנו ככל המונם,
ועל כן נקוה...לתקן עולם במלכות שדי, יכירו וידעו כל יושבי תבל כי לך תכרע כל ברך תשבע כל לשון

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:34 pm

· #252844
yatzmachp
נח בער, איך מוז דיר זאגן אז דו שרייבסט ווי טיפש, שוטה, רשע וגס רוח. פאר דיינע אייגענע שנאת ישראל צו אנדערע יודן מאכסטו א קוגל.


פארוואס זאג איך אז יונייטעד מאנרא זענען אנטיסעמיטן? ווייל לויט זיי ווען אידן וואוטן אין א בלאק הייסט עס קאראפשען, ווען א גוי וואוט אין א בלאק הייסט עס דעמאקרעסי. ווען אפישעלס וואס זענען געווארן עלעקטעד דורך יודן טוען סיי וואס הייסט עס קאראפשען, ווען זייער קאנדידאט טוט וואס זיי ווילן הייסט עס דעמאקרעסי. ווען יודן געוואונען א קארט קעיס איז קאראפשען, ווען זיי געווינען הייסט עס יוסטיץ. איך מיין יעדער קען זעהן די פיקטשער.

פונקט נעכטן האב איך צו מיר געטראכט, וואס איז טאקע ראנג מיט'ן וואטן עז עי בלאק און אזוי ארום איבערווינען און אריינשטעלן אייגענע אין די רייען פון די לאקאלע אויטאריטעטן באאמטע וכו'. מיר דוכט זיך אז די לאגיק אונטער דעם איז פשוט.
די אויפטוה פון וואלן איז אז אלץ אינדיווידועלן אין א דעמאקראטישע סאסייעטי ווילן מיר אליינס ערוועלן ווער ס'זאל פארטרעטן אונזערע אינטערעסן. דאס איז אלעס פיין אין א געזעלשאפט וואו דער יחיד'ס געברויך ווער געשעצט אבער אין אונזערע געזעלשאפט -- וואו אפאר משתלטים על הציבור טוען זיך זעלבסט פאררופן אלץ אונזערע פארטרעטער און טוען ביד חזקה דערשטיקן אינדיווידועלען פרייהייט, -- איז טאקע 'בלאק וואטס' דאס פארקערטע פון פרייהייט און בעצם א געצייג אין די הענט פון די פאר אונטערדרוקער צו קענען ממשיך זיין מיט זייער באצווינגנדן שררה און דערשטיקן יחידיש'ן אינטערעס סיי ביי אונז און סיי ביי די געזעלשאפטן קעגן וועמען זיי שלאגן זיך. אין אנדערע ווערטער, האסט דעפיטעד דעם וואלן סיסטעם. מה הועילו חכמים בתקנתם?

נהורא נפישא » דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:43 pm

· #252854
במחילת כבוד הפותח האשכול אלף פעמים, וואס הגם כוונתו רצויה, איז ער אליין אריינגעפאלן אינעם נעץ פון אראגאנץ און מיספארשטענדעניש, די הנחה אז ס'איז בכלל דא א חלוקה צעווישן צוויי דריי הונדרעט טויזענט חרדישע נפשות אנטקעגן זעקס ביליאן נפשות וואס זענען צוטיילט צעווישן הונדערטער טויזענטער רעליגיעזע, נאציאנאלע און עטנישע בעקראונדס איז אזוי מגוכך, אזש אזא שפראך שטאמט גראד ארויס פון אן אייראפעישן שטעטל פאר צוויי הונדרעט יאר ווען טביה דער מיכליגער האט נאר געוויסט פון די צוויי הונדרעט משפחות ארום אים מיט א צאל גויאישע שכנים, כ'מיין וואס האבן די אלע "גויים" אין קאממען? ס'איז הונדרעטער מאל ווייניגער פון צעווישן אן אמעריקאנער גוי און צעווישן א חסידישער אמעריקאנער איד, יא ס'איז טאקע דא בולטדיגע דיפרענצן לבוש אין שפראך אין קולטור אבער כאטש אין עקענאמישע געלעגנהייטן זענען זיי אייניג, וואס אין פארגלייך צו אנדערע מקומות איז דאס אויך א טייל פון די דיפרענצן

נאך מער, רוב "גויים" האבן קיינמאל נישט געהערט פון קיין אידן פונקט ווי אסאך אידן האבן קיינמאל נישט געהערט פון דזשעניזם וואס איז ס'אך א גרעסערע רעליגיע פון די אידישע רעליגיע

יא אוודאי איז דא אסאך אנטיסעמעטיזם, וואס שטאמט ע"פ רוב פון צוריקגעשטאנענקייט און אראגאנץ, ס'איז צו די זעלבע צייט אויך דא איסלאמאפאביע, קריסטאפאביע, ראסיזם אנטקעגן שווארצע אין אנדערע מינאריטעטן, און הגם מ'קען טרעפן עפעס אן אויסשליסליכקייט איבער די פלאג פון אנטיסעמעטיזם איז דאס אבער גארנישט פארבינדן מיט דעם אז די אנטיסעמיטן באטראכטן זיך אלס גויים קעגן דעם איד

און גראדע ביים היימישן ציבור בין איך נישט אזוי באזארגט פון שנאה אנטקעגן דעם גוי אויפן לעוועל פון געוואלדאטן, ס'איז מער די איגנאראנץ שבו וואס באטראכט יעדן נישט חרדישן איד אלס א נישט פולקומער יומען ביאינג אז מ'קימערט זיך נישט איבער יענעמס געפילן ווי ס'פאסט זיך פאר א פעלאו יומען בבואינג, ווי אויך די איגנאראנץ צו באטראכטן די מעקסיקאנער ארבייטער אין א גראסערי אייניג מיט א ווייסע אמעריקאנער ביזנעסמאן, הלמאי זיי זענען דאך ביידע גויים.

און בד"וו אנטיסעמעטיזם איז בד"כ נישט דירעקטעט אנטקעגן חרדישע אידן וואס זענען קאנצעטרירט אין עטליכע גרויסע געטאוס, מסתמא רוב אנטיסעמיטן האבן אינזין די עווערדזש איד וואס איז בכלל נישט אזוי ווייט רעליגיעז.

נח בער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:38 pm

· #252864
יידל
פאקטיש דערמאן איך זיך יעצט ווי אין מאסף הפעמון איז ערשינען א לענגערער ארטיקל-צוויי פון איינער הרב דייטש א קלויזענבורגער בנחיצת הענין לשנוא את הגוי.

און אויך איז געווען אן ענטפער צו זיין (העסליכער?) ארטיקל אין א שפעטערדיגע אויסגאבע.

גוט וואלט געווען אויב קען מען ארויפ'פעיסט'ן יענע מאמרים.

איך האף אז שפעטער וועט זיך מאכן מער צייט צו קענען ערקלערן וואס עס האט מיר געגרידזשעט וואס אלס פועל יוצא האב איך דעם ארטיקל אראפגעשריבן, און אויך וועלן מיר אפליינען די אלע הערליכע רעאקציעס פון די מעמבערס דא.

קול דודי » דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:47 pm

· #252867
חס וחלילה. מיך האט מען אויסגעלערנט אז שנאה איז א מיסע גויישע מידה. שנאה איז ווי א קרענק, כמעט ווי א קענסע"ר רח"ל, אויף אלע גויים געזאגט. ביי יודן איז נישטא קיין אמת'דיגע שנאה.

ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:26 pm

· #252878
קול דודי
חס וחלילה. מיך האט מען אויסגעלערנט אז שנאה איז א מיסע גויישע מידה. שנאה איז ווי א קרענק, כמעט ווי א קענסע"ר רח"ל, אויף אלע גויים געזאגט. ביי יודן איז נישטא קיין אמת'דיגע שנאה.
😂 😂 😂

yatzmachp » דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:33 pm

· #252891
נאום דורכליינען אלע תגובות קוקט אויס נאכאמאל אז we are missing the point. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, וואס טוט זיך אין הארץ איז אירעלעווענט. רוב עס אן שנאה, גבוה, קדושה, אראגאנץ וכל שם וחניכא. דער עיקר איז ווי אזוי מען פירט זיך אויף. דער גוי האט פיינע דעם און קען זיך נישט איינהאלטן, דער יוד, קען זיין האט פיינט דעם גוי אבער קען זיך איינהאלטן.

יואב » דינסטאג פעברואר 10, 2015 7:45 pm

· #252911
איך בין יא אויפגעצויגען געווארן מיט א שנאה צום גוי. איך דענק טאקע נישט ווען און וויאזוי  מ'זאל ממש דירעקט האבן געפרעדיגט אז מ'זאל "דעם גוי"( בלשון יחיד) פיינט האבן שנאת מוות, אבער יא גענוג ארום דער נושא וואס זאל ברענגען אזא משמעות.

די נושא ליגט מיר יא אין דער הינטער-באוואוסטזיניקייט, אבער אז איך וויל שרייבן איבער דעם איז ווי לעיקוואד ברענגט שוין ארויס: איך ווייס נישט פון וואו און איבער וואס אנצוהייבן אדער ענדיגן.

לאמיר זאגן פאר די אלע אין די חדרים לבית אבותם וואו מ'רעדט נישט איבער פיינט האבן גויים דירעקט, פרעדיגט מען אן א שיעור איבער זאכן וועלכע זענען גענוג אויף צו אימפלייען אזא מעסעדש.

ישמעאל הכהן זאגט גוט: "מ'דארף פיינט האבן דעם חלק הגוי פונעם גוי". דער פראבלעם איז אבער אז דער חלק הגוי וואס מ'פרעדיגט ביינונז איז שוין באלד גרעסער פונעם גוי אליינס מיט אלע זיינע נישט גוי'אישע חלקים.

יעדע זאך וואס שמעקט נישט עמיצן ווערט באלד נחתם מיט דעם חוקת הגוי זיגל; יעדעס אומרעכט אין דער וועלט וואס פאסירט, איז פארגעקומען און וועט געשען, איז עפעס וואס הורתה ולידתה אצל דעם יעניגן "גוי", און א איד ברויך זיך ממאס זיין פון דעם מיט אלע כוחות. גויים האבן אונז פיינט וכידוע ההלכה בידוע, און ווי ס'שטייט שוין פון צדיקים אז אויב א גוי גייט פארביי א איד און לאזט אים נישט אראפ א פראסק קען דאס בלויז קומען אדער ווייל ער האט מורא פון דער רעגירונג אדער איז ער פשוט געווען פויל. א גוי איז עקלדיג, א גוי איז א גנב, מאלעסטאר, שלעכטער און גארנישט בעסער פון א בהמה. נישטא קיין חלק היומען וואס דו רעדסט פון, יא, אויסער די "חסידי אומות העולם", וואס אוודאי קען מען פון זיי טרעפן אחד בעתיד ושניים בעבר. דאס אלץ זענען אומאפציעלע אינדארסירונגען אויף זיי פיינט צו האבן. אפילו אויב דאס איז נישט די פונקטליכע כוונה איז דאס זיכער די אינסטינקטיווע רעאקציע.

און טאמבל סאס, איך דיסעגרי מיט דיר. יעדער וואס האט אן אייגענע מיינונג קען שטימען וויאזוי ס'שמעקט אים. קיינער קען נישט זען וויאזוי א געוויסער יחיד האט געוואויט. אז עמיצער וויל שטימען ווייל זיין רבי האט אזוי געהייסן איז דאס זיין וועג פון אויסדריקן א מיינונג. ואם כדברך אין לדבר סוף. יוניאנס טיילן אויך איין זייערע ארבעטערס פאר וועמען צו שטימען, שווארצע וועלן שטימען פאר א דעמאקראט און אזוי ווייטער. אז איינער וויל נישט ניצן זיין אייגענעם פארשטאנד איז דאס זיין פראבלעם – אויב אוודאי זיין פארשטאנד באטראכט דאס בכלל ווי א פראבלעם.

אין מאנרוי איז נישט קיין שאלה אז קרית יואל האט א גאר גרויסע באפעלקערונג, און אויב רוב שטימען פאר יא איז דוקא דאס דעמאקראטיע. נאר וואס דען? ס'איז דא אזויפיל אנדערע סיבות פארוואס זיי קענען זיין חיות רעות און דערמיט מחלל שם שמים זיין מסוף העולם ועד סופו.

ירח בן יומו » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:02 pm

· #252926
חז"ל האבן שוין מעיד געווען אז אתם קרויין אדם ואין אומות העולם קרויין אדם (ב"מ קיד:, יבמות סא.).
ווי אויך איז א גוי נישט נאמן נאר ער איז חשוד לשקר (קוים מסיח לפי תומו גלייבט מען איהם).
מ'טאר זיך נישט מייחד זיין מיט א גוי, ער איז חשוד אויך שפיכת דמים און משכב זכור (ע"ז פ"ב).
ישראל שהזיק נכרי פטור, נכרי שהזיק לישראל(אפי' תם נ"ש) חייב (ב"ק לז:)
אוכלין שקצין ורמשין חביל גופייהו (שבת פו:).
וכהנה רבות ועוד חזון.

ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:26 pm

· #252932
יואב

און טאמבל סאס, איך דיסעגרי מיט דיר. יעדער וואס האט אן אייגענע מיינונג קען שטימען וויאזוי ס'שמעקט אים. קיינער קען נישט זען וויאזוי א געוויסער יחיד האט געוואויט. אז עמיצער וויל שטימען ווייל זיין רבי האט אזוי געהייסן איז דאס זיין וועג פון אויסדריקן א מיינונג. ואם כדברך אין לדבר סוף. יוניאנס טיילן אויך איין זייערע ארבעטערס פאר וועמען צו שטימען, שווארצע וועלן שטימען פאר א דעמאקראט און אזוי ווייטער. אז איינער וויל נישט ניצן זיין אייגענעם פארשטאנד איז דאס זיין פראבלעם – אויב אוודאי זיין פארשטאנד באטראכט דאס בכלל ווי א פראבלעם.

יאיר » דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:38 pm

· #252933
ס'איז דא עפעס א שטיקל אמת דערין אז מיט אלע פרעדיגונגען און מיאוסע ווערטער קעגן גויים איז דאס אלעס אין בחינה פון הלכה ולא למעשה און דאס טייטשט זיך נישט אויס אין פיזישע אטאקעס וכדו'. אבער אין אנדערע סארטן באקריוודען זעט מען דאס גאנץ קלאר. דער גאנצער מושג אז מען טאר נישט דיסקרימינירן וכדו' עקזיסטירט בכלל נישט אין דעם חרדישם ווערנאקולאר, ווי אונזערע גדולים פארפירן שוין איבער די שרעקליכקייט פון דעמאקראטיע ר"ל וואס איז דער היינטיגער נסיון. האט דער אויבערשטער געהאלפן אז אידן האבן ליב דעם גלות, האבן זיי נישט דעם זעלבסטשטענדיגקייט וואס זאל זיי ערלויבן צו דיסקרימינירן קעגן גויים. און ביי די אידן וואס האבן יא זעלבסשטענדיגקייט איז טאקע נישט אזוי פויגלדיג, ווי ישראל קאפקע וועט שוין מאריך זיין במקומי.

מאטי » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:09 pm

· #252943
עימיצער קען מיר אפשר פארשטיין געבן די משמעות פון דאס ווארט "Gentile?"

ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:39 pm

· #252951
מאטי
עימיצער קען מיר אפשר פארשטיין געבן די משמעות פון דאס ווארט "Gentile?"


די טייטש איז פאלק אדער שבט. ערשט גענוצט אין די וואולגאטע (די אפיציעלע לאטיינישע ביבל פון די קאטוילישע קירכע) איבערצוזעצן גוי = א פאלק (שני גוים בבטנך, גוי קדוש).
היינט גענוצט דאס זעלבע ווי 'גוי' ווערט גענוצט ביי אונז היינט, נעמליך א נישט איד.

מאטי » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:42 pm

· #252953
האסט מיר געגעבן די דעפיניציע, איך האב געבעטן די משמעות.

אלנפאלס, פארוואס איז פארהאן א ווארט אויף ''נישט איד" וואס איז נישט פארהאן ביי קיין שום אומה ולשון?

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:28 pm

· #252958
בעצם האבן זיך ביידע נישט ליעב, דער גוי האט א גיעול הנפש צום איד, און דער איד האלט דעם גוי ווי א בהמה אין שטאל, אלזא וואס איז דער אינטערשיד? דער גוי האט פיינט דעם איד ״אן קיין שום ריכטיגע סיבה״ רוב מאל איז זיינע רעאקציעס צום איד, שפיציגע אויגן און האס, עפעס מיט וואס ער איז געבוירן מיט, און קען זיך נישט העלפן. ווידעראום דער איד, האט (פיינט) עקלט זיך פונעם גוי ״מחמת הכרה״, ער האט נישט קיין איינגעבאקענע שנאה צום גוי מתלדתו, עס איז בלויז ווייל ער האט אנערקענט אז דער גוי איז פיסט און וויסט, שמוציג און גרויליג.

און דאס איז א חסד ה׳, אלמלא דער גוי זאל נישט פיינט האבן דעם איד וואלטן אידן אריינגעגאנגען אין היסטאריע פונקט ווי אמורי און הגרגשי. די שנאה טיילט אונז אפ, און אונזער נסיון איז אז מיר זאלן נישט זיך פארהאנקענען די אויגן אויף זייער געמאכטע שיינקייט, וואס איז פונקט ווי א שטיקל צואה אין א דיימאנד שטיין.

ירח בן יומו » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:34 pm

· #252960
די ספורנו סוף ויגש איז מסביר אז ווייל די מצרים האבן פיינט געהאט די יודן און זיי פאר'עקלט, דאס האט גורם געווען אזן די יודן האבן זיך געהאלטן א באזונדערע פאלק, ובני ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאד מאד, און טאקע אלע דורות זענען די גויים געווען די שומרים אז ס'זאל זיך האלטן די אומה הישראלית, אין אונגערין\פולין וואס די יוד איז געווען פארפיינט ביים גוי איז נישט געווען קיין אסימעלזאציע, משא"כ דייטשלאנד וואס האט זיך בארפריינד מיט'ן יוד (קודם החטא) איז געווען א בראך אזוי ווי אין אמעריקא.

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:23 pm

· #253006
יואב

און טאמבל סאס, איך דיסעגרי מיט דיר. יעדער וואס האט אן אייגענע מיינונג קען שטימען וויאזוי ס'שמעקט אים. קיינער קען נישט זען וויאזוי א געוויסער יחיד האט געוואויט. אז עמיצער וויל שטימען ווייל זיין רבי האט אזוי געהייסן איז דאס זיין וועג פון אויסדריקן א מיינונג. ואם כדברך אין לדבר סוף. יוניאנס טיילן אויך איין זייערע ארבעטערס פאר וועמען צו שטימען, שווארצע וועלן שטימען פאר א דעמאקראט און אזוי ווייטער. אז איינער וויל נישט ניצן זיין אייגענעם פארשטאנד איז דאס זיין פראבלעם – אויב אוודאי זיין פארשטאנד באטראכט דאס בכלל ווי א פראבלעם.

באנו לאותה מחלוקה. צו די שטימען פון מענטשן וואס מ'ציהט אויף נישט-אויסלערנענדיג/אויסלערנענדיג-נישט צו האבן אן אייגענע מיינונג קענען אנגערופן ווערן שטימען? און נאך שטימען מתוך ולמען דעמאקראטיע..

יואב » מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:02 pm

· #253010
טאמבל סאס
יואב

און טאמבל סאס, איך דיסעגרי מיט דיר. יעדער וואס האט אן אייגענע מיינונג קען שטימען וויאזוי ס'שמעקט אים. קיינער קען נישט זען וויאזוי א געוויסער יחיד האט געוואויט. אז עמיצער וויל שטימען ווייל זיין רבי האט אזוי געהייסן איז דאס זיין וועג פון אויסדריקן א מיינונג. ואם כדברך אין לדבר סוף. יוניאנס טיילן אויך איין זייערע ארבעטערס פאר וועמען צו שטימען, שווארצע וועלן שטימען פאר א דעמאקראט און אזוי ווייטער. אז איינער וויל נישט ניצן זיין אייגענעם פארשטאנד איז דאס זיין פראבלעם – אויב אוודאי זיין פארשטאנד באטראכט דאס בכלל ווי א פראבלעם.

באנו לאותה מחלוקה. צו די שטימען פון מענטשן וואס מ'ציהט אויף נישט-אויסלערנענדיג/אויסלערנענדיג-נישט צו האבן אן אייגענע מיינונג קענען אנגערופן ווערן שטימען? און נאך שטימען מתוך ולמען דעמאקראטיע..

טאמבל, באנו לאותה מחלוקה אז וואס? ס'איז נישטא אזא מחלוקה בתוך די ראמען פון דעמאקראטיע. די מחלוקה איז דעמאקראטיע אדער נישט. מיט דיין מהלך המחשבה זענען פרויען נישט דערלויבט געווארן צו שטימען איבער דער דעמאקראטישער וועלט ביז די לעצטע הונדערט צו צוויי הונדערט יאר, און אין פילע לענדער קענען זיי נאך אלץ נישט.

קודם כל, וויאזוי קענסטו נעמען א דעמאקראטישע פראצעדור, און דאס בידיים מאכן אויס דעמאקראטיש? אויב זאל מען גיין מיט דיין מהלך וועט זיך דאס קיינמאל נישט ענדיגן.

צווייטנס, וואס טייטש ער איז געצווינגען? ער איז איבערצייגט אז זיין קהילה וויל זיין טובה, זיין קהילה וויל קאנדידאטן וועלכע זאלן מסכים זיין צו דעם גאנצן פסוק פון ובני ישראל פרו וישרצו, און ער אליינס וויל בלייבן געטריי פאר זיין קהילה. ער וויל אויך אז מ'זאל האקן שטיקער לאנד און מ'זאל זיך נישט רעכענען מיט די געפילן פון די שכנים, ס'גייט אים נישט אן, טאלעראנץ און מענטשליכקייט איז נישט אויף זיין אגענדע בכלל. אבער אויף דער אגענדע פון דעמאקראטיע איז זיכער צו לאזן דעם לאנד אלס א רעפאבליק, וואו דער המון געוועלטיגט.

און דאס הייסט נישט געצווינגען. געצווינגען מיינט אויב עמיצער וויל שטימען פאר דעם צווייטן, און מ'זאגט אים אז אויב ער שטימט אזוי ווארפט מען ארויס זיינע קינדער פון מוסד. און אפילו אזוי קען קיינער נישט וויסן פאר וועמען ער האט טאקע געשטימט – א דאנק דעמאקראטיע.

א צווייטע טענה וואס דו קענסט יא האבן, איז אפשר זאל אזא אישו ווי אנעקסעישאן נישט ליגן אין דער האנט פון די וויילער, גענוי ווי אנדערע זאכן וועלכע זענען פאר לעגיסלאטורן, עקזעקיוטיוון און געריכטן צו מחליט זיין. אבער דא וועט קומען די אנדערע זייט און ארגומענטירן אז דאס איז נישט דעמאקראטיע. ווייל למעשה רעפרעזענטירן זיי נישט דאס רוב. 

בקיצור, דיין געדאנק טאמבל איז א וועג פון  צעברעכן דעמאקראטיע, נישט דאס פארטיידיגן.

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:38 pm

· #253033
אאיך ווייס טאקע נישט וואס וואלט געווען בעסער ווי דעם. איך האב נישט פארגעשלאגן אן אלטערנאטיווע. אבער דא הערשט זיכער א לאך אין דער א.ג. דעמאקראטישע סיסטעם.

באנו למחלוקה באציה איך מיר בתוך די ראמען פון וויסן וואס ס'איז די אייגענע טובה און וויסן די רעכטן פון א יחיד אין א דעמאקראטישע סאסייעטי. איך באציה מיך צו וואס מענטשן טענה'ן, אין הכי נמי מיר ווייסן נישט בעסער, אבער רעלאטיוו צו וואס מיר ווייסן באקומען מיר גענוג פרייע טשויס פאר וועמען צו שטימען. איך פרוביר נישט צו זאגן אז מיר חסידים האבן נישט די יכולת פון האבן א געדאנקענגאנג וואס זאל זיך לוינען פאר'ן יחיד. מיר האבן, מ'דארף עס אבער קודם לערנען.

יואב
מיט דיין מהלך המחשבה זענען פרויען נישט דערלויבט געווארן צו שטימען איבער דער דעמאקראטישער וועלט ביז די לעצטע הונדערט צו צוויי הונדערט יאר, און אין פילע לענדער קענען זיי נאך אלץ נישט.
אה יא? אויב אזוי פארוואס זענען פרויען נישט געגיבן געווארן די מעגליכקייט פון 'בלאק שטימען?'

ער איז געצווינגען? ער האט בכלל נישט קיין אינטערעסע לכאן או לכאן. וואס פארשטייט ער צו פאליטיק און צו די תוצאות לטובתו או לרעתו, וואס שטימען פאר פלוני ופלוני, וועט אים ברענגען? חוץ פון זיין זיך פארלאזן בלינדערהייט אז די בריוון וואס די קהילה מאכערס האבן ארומגעשיקט מיט די נעמען פאר וועמען צו וואטן - מיינען די טובה פון די קהילה אלס א כלל. ווייסט ער דען אפילו וואס זיין טובה איז? איז מען אים מגלה אלצדינג נאך וואס דער קאנדידאט וועט אריינברענגען און וויאזוי ס'וועט אפעקטירן זיין לעבן? ווי אזוי ס'וואלט געווען אויב שטימט ער פאר'ן אנדערען? דו נוצט אים אויס אלס א שטימע-בארעכטיגטער בריה, ער זאל דינען דיינע אינטערעסן. און נאכדעם טראכט פון די בייעסעס וואס די פאליטיקאנטן באקומען גענויגט לטובת די אויטאריטעטן וואס שאפן זיי די בלאק וואוטס, ביי סיי וועלכע באשלוס זיי דארפן מאכן - בנוגע מולטי-ציבורישע אנגעלעגנהייטן.

אבער ס'איז מער פונעם. אלס א רעפובליק ווי דער המון געוועלטיגט - ווי דו זאגסט - מיינט מען אן המון וואס איז פארעמט זיך פון אינדיווידועלן האבן באוואוסטזיניג יעדערער געוואוט פאר זיין קאנדידאט, שוין נאכדעם וואס ער האט פארשטאנען וויאזוי עס לוינט זיך אים קודם אלס יחיד און נאכדעם אלס משפחה, קאמיוניטי, לאנד א.א.וו. און באותו זמן, טארן נישט די ציהלן דערגרייכט דורכן געווינען דעם קאנדידאט, דערשטיקן די מערב וועלט געזעצן פון פרייהייט און גלייכבארעכטיגונג לפי די קאנסטוטוציע און לויט ווי מ'האט איר דעוואלאופט עד היום הזה, צו די זעלבע צייט אויך רעכענענדיג זיך מיט אנדערע פארגעשריטענע מערב לענדער כמובן (א זאך מיט וואס אמעריקע צייכנט זיך נישט ספעציעל אויס). דא עקא, אז די ציהלן צו וואס אונזערע קהילה פירער שטרעבן צו דערגרייכן דורך די קאנדידאטן זענען אוממענטשליך, אונטאלעראנט וכו'. פיר אויס די איבריגע.

און ווי איך האב נעכטן געזאגט: א געצייג אין די הענט פון די פאר אונטערדרוקער צו קענען ממשיך זיין מיט זייער באצווינגנדן שררה און דערשטיקן יחידיש'ן אינטערעס סיי צווישן אונז און סיי פון צווישן די געזעלשאפטן קעגן וועמען זיי שלאגן זיך

דזשאני שרייעט מיט רעכט. "איך וואט פאר פאטאקי ווייל איך ווייס זיין בילעט און ער זאגט צו מיר מרוויח צו זיין כך וכך אבער דו שמערל ביסטאך נישט אינטרעסירט בכלל צו וואוינען בשלום מיט מיר. כי לא זה חיינו. דו וועהלסט ווייל דיין רב האט דיך אזוי באפוילן. בשעת ווען ענקערע וואוטס גייען אלע קאנצערטרירט אויף איין קאנדידאט צעטיילן זיך אונזערע וואטס - פון א זעלבע מספר מענטשן - אויף עטליכע קאנדידאטן, נישט געבנדיג א מעגליכקייט פאר קיינעם אנצוציען גענוג. נאך מער, אויף די אופן ווי אזוי דו לעבסט, קען איך במציאות קיינמאל נישט האבן א בארעכטיגטע שטימע ווייל דו וועסט אינעוועטיבלי האבן מער קינדער ווי מיר, א פאקט וואס שפיגלט זעלבסט אפ דיין נישט שעהרן די זעלבע ווירדן ווי מיר.

נאריש גערעדט, פארוואס זאל א געווענליכער אינגערמאן חושד זיין אז די ראשים מיינען ראש וראשון קודם זיך אליינס? און ביסיידס, זינט ווען איז א קאנדידאט פערפעקט געשניטן אז אלס וואס ער לויפט פאַר לוינט זיך אפ' פאר אונזער "כלל?" לאמיר ברענגען א פאקטישע ביישפיהל, ווען מ'רעדט מיך איין צו וועלן פאר מר שטינקעוויטש (אנטשולדיגט, כ'קען נישט קיין פאליטיק) ווייל ער גייט לייכט ער ארויסגעבן פערמיטס אזוי אז די קינדער געבענטשטע משפחות זאלן קענען ארויסבויען עקסטענשאנס פון אלע ווינקלען, ווייס איך דען אז ער וויל אויך איינפירן העכערע קאר טעקסעס און אונשורענסעס כדי צו בוסטן יונגע מענטשן צו נוצן פובליק טראנספארט, בשעת איך מיטשע מיך יעדן טאג אפצוטראגן און אפנעמען מיינע פינף קינדער פון די מוסדות? שכוח, דער ראש הקהל האט נישט קיין פראבלעם צו מעינטעינען זיין שיינע וואגן אבער איך מוטשע מיך שוין אזוי צו צאלן שכר לימוד, פעלט נאך אויס מוסיף צו זיין קאר הוצאות? אגב, דער זעלבער קאנדידאט גייט אויך שניידן פון די גרענטס פאר פריוואטע סקולס כדי צו פארמערן די פאנדס פאר פובליק פאנדעט סקולס. און אז מ'רעדט שוין אזוי, גייט דער קאנדידאט מאכן זיכער אז יעדע קאמפליענט וואס קומט אריין אין זיין אפיס איבער עמיצנ'ס אינגל וואס האט זיך אפגעבריהט אין מקוה, וועט ער זיכער מאכן תיכף זי צו שרעדן.

אזוי ווי דו זאגסט און נאך מער. "דער לאגיק פון הולכים אחרי הרוב איז נאר ווען דער זעלבער רוב איז דער וואס טוט איבעראל אפלייען דעם לאגיק" איך האב נאכנישט געזען קיין איין ביהמ"ד אוואו רוב עולם זאל זיך אויפשטעלן, אויסטוהן דעם רעבין די שטריימל און בעקיטשע און פארלאנגען דעמאקראטישע וואלן.

איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען מיך מער קלארער מאכן. איך בין נישט קיין מבין צו פאליטיקס אבער איך בין אייביג גרייט צו לערנען. איים סארי אבער דעמאקראטיע איז קיינמאל נישט גאנץ געווען און גייט זיך נאך אסאך טוישן.

yatzmachp » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:02 am

· #253132
טאמבעל, עס קומט מיר פאר אז דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין די בעסיקס פון פאליטיקעל סייענס און סיסטעמס פון גאווערנמענט, אריינגערכענט סימפל דעמאקרעסי און פרידאם. נאר צו ענטפערן אויף דיין לאנגע מגילה וועל איך דיר געבן צו פארשטיין אפאר קלייניקייטן. דעמאקרעסי אין קאנטעקסט פון ליבערטי זאגט אז מענטשן האבן א נאטירליכע רעכט צו מאכן דעסיזשענס איבער זיין אייגענע לעבן אריינגערעכנט שלעכטע, אומאויסגערעכענטע, נערישע, און אומוואוסענדע דעסיזשענס. פעריאד. די נעקסטע חלק דארפסטו קוקן אין היסטארי, ווי די גאווערנמענט איז באשטאנען נאר פון מענטשן וואס זענען געלערנט און האבן געמאכט דעסיזשנס פאר די אומוויסענדע קעגן זייער ווילן האט זיך עס אייביג געענדיגט שלעכט. פיינעלי
Churchill said it (House of Com­mons, 11 Novem­ber 1947). From Churchill by Him­self, page 574:

Many forms of Gov­ern­ment have been tried, and will be tried in this world of sin and woe. No one pre­tends that democ­racy is per­fect or all-wise. Indeed it has been said that democ­racy is the worst form of Gov­ern­ment except for all those other forms that have been tried from time to time.…

יעצט גיי קויף דיר א בוק פון פאליטיקעל סייענס, באקען דיך מיט דעם נושא און נאכדעם נעם דיך שרייבן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:49 am

· #253140
yatzmachp
די שאלה צו אידן האבן פיינט גוים אדער פארקערט אדער ווער האט מער פיינט דעם אנדערן איז אירעלעווענט וואס מען לערנט טעארעטיש.

גייט דער כלל אויך אן דא?

האסט מיר שיין געענטפער איבער דעם איידיע. און שכוח פארן ברענגען דעם אלטן איבערגעקייעטן מאמר. אבער פון די ווערטער אליין דיינע, "דעמאקרעסי אין קאנטעקסט פון ליבערטי זאגט אז מענטשן האבן א נאטירליכע רעכט צו מאכן דעסיזשענס איבער זיין אייגענע לעבן אריינגערעכנט שלעכטע, וכו" זעה איך אז דו האסט נישט גענצליך געלייענט אדער פארשטאנען מיין תגובה.

ס'נאר א שאד אז דו פארגינסט מיך נישט מער מחכמת כבודו נאר אנשטאט שיקסטו מיר לערנען ביכער איבער פאליטיקעל סייענס בכלליות.

yatzmachp » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:01 pm

· #253280
איך וועל דיר זאגן וואס מיין פראבלעם איז מיט דיר, פארוואס איך געב דיר נישט דעם כבוד. דו האסט אפאר תגובות וואס דער עיקר איז געבויט אויף די הנחה אז דו פארשטייסט בעסער ווי די אלע נערישע אידן וואס וואוטן לויט זייער פארטיי /קהילה עד כדי כך אז דו ביסט גרייט אוועק צונעמען אדער צוימען זייערע רעכטן אין נאמען פון אויפגעקלערטקייט. דו געבסט זיי אפילו נישט די benefit of the doubt. האב איך דיר געוואלט אויפקלערן אז דו ביסט עוסק אין אן עסק וואס דו ווייסט זייער ווייניג דערוועגן און וועגן דעם איז נישט שייך דיר צו ענטפערן אויף די דיטעילס.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 7:17 pm

· #253847
איך האב אמאל געהערט פון דעם גר צדק ר' אברהם גאלדשטיין הי"ו האט ער מיר געזאגט אז א סעלף העיטינג דזשו איז א פרה אדומה ווייל א אקס ווערט דאך אין כעס פון די קאליר רויט (כהיום נודע שאינו) ולכן א פרה אדומה האט זיך פיינט ודפח"ח.

כלפי מה הדברים אמורים,
מען האט דא א גאנצע וויכוח אם יש שנאה מיהודי לגוי או לא, דאס איז קלאר אז כהיום איז מעגליך דא איזה שנאה אויך פון אונז צום גוי, אבער דאס איז נישט מער פון פארשטענדליך נאך אלע יארן אין גלות, איך וועל זיך נאר באציען צו השקפת התורה צו די נושא.

השי"ת האט באשאפן די וועלט מיט כמה ברואים, כל אחד על איזה מדריגה דומם, צומח, חי, מדבר, ישראל, און יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז יעדע נידעריגע מדריגה איז געמאכט לתשמיש די העכערע מדריגה, ווי דער צומח וואקסט פון דעם דומם און ערנערט זיך פון איהם, דער חי עסט דעם צומח וואוינט ביים צומח באשיצט זיך דורכן צומח, און דעם מדבר עסט און האט הנאה פון דעם חי.
די העכסטע מדריגה איז ישראל, און די זעלבע חילוק וואס איז דא בין דומם לצומח ובין צומח לחי, כך הוא צווישן מדבר און ישראל, אפשר זעהט זיך דאס נישט אן גרינג אבער אזוי איז עס, ולכן איז פארשטענדליך אז מדבר איז באשאפן געווארן לתשמיש ישראל, פארשטייט זיך אז מען איז מצווה אויף צער בעלי חיים אויך ביי זיי און רחמנות האבן אויף זיי.

ולכן וועט מען זאגן "אויף אלע גוים געזאגט", ווייל אויב איז דא עפעס נישט גוט ביי אידן וועט מען עס וועלן לייגן בעסער אויפן גוי וואס איז באשאפן געווארן לשמשינו, אזוי ווי מען וועט נוצן חיות צו פראבירן נייע מעדעצין לתועלת בני אדם אפילו אז מען האט זיי נישט פיינט, ולכן וועט מען פארקויפן מחלות לגוי ווייל בעסער ביי זיי ווי ביי אונז, וואס אונז זענען נזר הבריאה, ווי עס שטייט אין פסוק והסיר ה' ממך כל חולי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שנאיך (דברים ז' ט"ו), חלילה צו וועלן סתם זייער שלעכטס אדער זיי פיינט האבן, אבער אזויווי א שוחט איז נישט קיין שונא פון בהמות נאר ער נוצט זיי פאר אונזער נוצן, כן הוא בזה, און פארקערט אין ספר חסידים שרייבט ער זייער שארף אויף מענטשן וואס שעלטן גוים און דער גוי פארשטייט נישט און מיינט אז ער בענטשט איהם, ווייל מען דארף מכבד זיין יעדע חלק פון די בריאה און זיך נוצן מיט די בריאה כרצון השי"ת.

משא"כ דער גוי האט אונז אמת'דיג פיינט ללא שום סיבה, ווי מען האט דא שוין פריער דערמאנט אז ביים גוי אויב וועט דער איד זיין ארעם איז ער א פאראזיט וואס איז פויל און לעבט אויף נדבות און אויף יענעמס שווער געהארעוועטע געלט, איז ער רייך איז ער א שווינדלער און א שארלעטאן וואס האט בא'גנב'עט אלע גוים און פון דעם געווארן רייך, גייט ער אין מיליטער איז ער א בלוט דארשטיגער, גייט ער נישט איז ער א פחדן און א פאררעטער, איז ער אנגעטון לויט די מאדע איז ער א חונף, איז ער חעניאקיש איז ער שמוציק פיל מיט לייז, ארץ ישראל איז נישט זיינס, אבער וואו ער געפינט זיך איז ער א פרעמדער, איז ער א אדוואקאט צו א דאקטער איז עס ווייל ער איז א בעל גאוה און מאכט געלט אויף מענטשנס צרות, איז ער א פשוטער ארבייטער איז עס ווייל ער טויג נישט אויף בעסערס, וועלט ער אויס זיינע קאנדידאטן אביוזט ער די סיסטעם, וועלט ער נישט ערפילט ער נישט זיין דעמאקראישע פליכט וכהנה וכהנה,
א איד וועט קיינמאל צופרידן שטעלן די וועלט, ולכן איז בכלל א שאד צו פראבירן ווייל ער וועט אונז ממילא פיינט האבן ווי עס זעהט זיך אלס ארויס,

און טאקע פון די פעולות זעהט מען די השקפות, פון דעם פאקט אז עס האט זיך נאך כמעט נישט געמאכט אז אידן זאלן הרג'ענען גוים בכלל, און אוודאי נישט סתם ווייל ער איז א גוי אדער נאכשרייען גוים אדער שרייבן אנטקעגן זיי גראפיטי וכדו' אלע אנטיסעמיטישע זאכן קען מען זעהן אז אידן האבן נישט עכט פיינט די גוים ולהיפך.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 7:17 pm

· #253848
אז מען רעדט שוין פון די שנאה בין העמים לישראל איז וויכטיג אנצומערקן אז עס איז כמעט נישטא א מער אנטיסימיטישע זאך ווי די טערמין אנטיסעמיטיזם, ווייל דער טערמין דארף צו באצייכענען יעדער וואס איז אנטי אפשטאמיגע פון די סעמיטישע פעלקער וואס איינע פון די פעלקער איז די אידישע פאלק, אבער אין מציאות ווערט דאס גענוצט נאר צו אזוי באצייכענען די וואס זענען אנטי אידן וואלט דאס געדארפט הייסן אנטיאידשיזם, אבער עס איז נישט עטיקל און נישט פאליטיקלי קארעקט.