☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אלף בית פון ויקטוריה חנה

אלף בית פון ויקטוריה חנה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8258

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:41 pm

· #252689
אלף בית פון ויקטוריה חנה
ויקטוריה חנה (א סטעידזש נאמען, איך ווייס נישט וואס איר אמת'ע נאמען איז), א ספרדישע זינגער/ וואויס ארטיסט פון א פרומע שטוב, האט די טעג ארויסגעגעבן א קליפ פון א ניגון אירס וואס איז געבויט אויף די כ"ב אותיות און די פיוטי ההושענות וואס גייט אויף די סדר האותיות. דער זינגערין איז עוסק אין דער ענין פון ספר יצירה וואס איז מסביר דער ענין פון די כ"ב אותיות און ברענגט דאס ארויס אין איר ארט. אנהייב קליפ קען מען זעהן ווי זי שטעלט צאם די כ"ב אותיות לויט די מקומות וואס זיי זענען קבוע בגוף כמבואר בספר יצירה, און אזוי אויך שטעלט זי צאם פארשידענע מאטיפען פון די אידישע אותיות אין דער קליפ גאר קונסטליש און אויף א מחודש'דיגע סגנון. הביטו וראו.




דא קען מען זעהן ווי זי זינגט דער זעלבער ניגון אין אביסעל אן אנדערע ווערזיע צוזאמען מיט דער אמעריקאנער וואקאליסט Bobby mcferin

איך אויך » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:53 pm

· #252692
קונסט זעה איך ,א''ב זעה איך אבער א ניגון הער איך נישט (אפשר א 'טשענט').

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:33 am

· #300457
Re: אלף בית פון ויקטוריה חנה
פשיהא!! זעלטן וואס איך באגעיגן אימעצן אזוי שרעקלעך פאריקט.

ודי למבין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:08 pm

· #300988
גוטע געדאנקן, א שאד אז זי לייגט עס נישט ארויף אויף גוטע ניגונים