☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אטאקירן א צווייטער ניק

אטאקירן א צווייטער ניק

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8231

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 3, 2015 8:09 am

· #251482
אטאקירן א צווייטער ניק
זייענדיג א תושב דא קומט מיר אויס פון צייט צו צייט זיך אנצושטויסן אין געוויסע ניקס וואס קריכן אויף די געהירן. איך רעדט נישט פון אזעלכע וואס האבן אנדערע מיינונגן ווי מיר, ווייל מעולם לא אמרתי קבלה דעתי. אדרבה, איך בין דא ווייל איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן. איך האב אבער א פראבלעם מיט אזעלכע וואס האבן קיינמאל קיין גוט ווארט פאר א צווייטער און זענען אזעלכע איפכה מסתברה'ניקעס אדער ווען איינער שרייבט עפעס קומט יענער און זאגט "כ'האב שוין לאנג געוויסט דערפון".

וואס קרענקט מיר יא איז אז געוויסע חברה זענען באשאנקן מיט אויסטערלישע שלעכטע מידות, וואס זענען גרייט אריינצושטעכן אין זיבעטען ריפ (קרעדיט:???) אויף אן אינטערגעציפטע פאלשער איידעלע אופן און שטעלן אן א פנים פון אומשילדיגקייט.

ווי יעדער זעהט, שטייען די גבאים אויף די וואך נישט צוצולאזן אז מ'זאל זיך פערזענליך אטאקירן איינער דעם צווייטן. איך רעספעקטיר די תקנת המקום און פארשטיי עס. אז ס'וועט צוגעלאזט ווערן, וועלן אלע שמועסן פארפארן פון די רעלסן און ס'וועט האבן יענץ פנים אזש די ליינער וועלן פארלירן די אפעטיט.

איך וויל פארשלאגן, און איך האף אז די הנהלה וועט מסכים זיין, אז דער אשכול זאל דינען אלץ א מקום מוקלט ווי מ'זאל זיך קענען אריבערכאפן און אריינשמייסן מנה אחת אפים פאר דעם וואס עס קומט זיך. איך שטעל מיך פאר אז געוויסע ניקס ווי צ.ב.ש. שמעקעדיג אדער ר' בערל וועלן בויקאטירן דעם אשכול ווייל זייערע איידעלע מידות וועלן דאס נישט קענען אויסהאלטן. אבער פאר די המון עם שטעל איך מיך פאר אז ס'וועט זיין א תועלת האבן א מעגליכקייט צו שטעלן א צווייטן אין פלאץ אן דעם וואס אנדערע אשכולות זאלן ווערן פארשמירט.

ווער ס'איז אינטערסירט זאל זיך ביטע דא מעלדן און אויב וועט זיין א גרויסע רעספאנס, עמיר פעטישענען די גבאים, מנהלים און אחראים דאס צו ערלויבן.

פישלע העררינג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 9:10 am

· #251488
קאווע שטיבל איז א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגן. עס איז איבערהויפט נישט ערלויבט צו קריטיקירען א צווייטע ניק, נישט אין אן אנדערע אשכול און נישט אין דעם אשכול.

ביטע זיך האלטן צו די פארשריפטן און ניווא פון שטיבל.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 3, 2015 10:58 am

· #251503
#טראלאלערט.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:33 am

· #251515
שמעון וואלף
זייענדיג א תושב דא.

מיט וואס ווערט מען א תושב? מיט די סכום תגובות? מיט די לענג וואס מען איז א שרייבער דא?

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:35 am

· #251516
איך אויך,
באטיטל'ן א צווייטן אלץ טראל אן אנגעבן א הסבר, קען אויך אריינגיין בגדר אטאקירן. דארפסט נישט שפארן קיין ווערטער נאר שרייב ארויס וואס איז ראונג.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:54 am

· #251521
במחילת כבוד הפותח האשכול:

ווערן באליידיגט פון עמיצן וואס מען קען נישט, ווייזט אויף קטנות המוחין.
טוה א קוק: קיינער דא אין קאווע שטיבל קען דיך נישט פארזענדליך, און קיינער מיינט נישט דיך פארזענדליך, די אטאקע איז אויף וואס דער שרייבער שרייבט, דעריבער אפי' דער שרייבער רעאגירט שארף אדער ציניש, מיינט ער נישט גארנישט פארזענדליך. דעריבער דארף דיך נישט באדערן ווען איינער שרייבט אגרעסיוו אדער ציניש, סארקאסטיש אד''ג.

א ניק וואס ווערט געבאדערט פון א צווייטע ניק וועם ער קען נישט פארזענדליך, איז בלויז ווייל ער קומט אהער דא אין שטיבל זיכן ליבע און לייקן...... נישט צו זאגן אדער הערן א מיינונג אדער פארפירן א דיבאטע.... דא איז נישט קיין פלאטץ צו זיכן ליבע..... ליבע דארף מען זיכען אין א טינקלע בעדרום........... נאכן גיסן וואסער ארום דעם בעט........

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:07 pm

· #251525
אט אזוי, אין דעם אשכול קענסטו אטאקירן, אבער גערעכט ביסטו נישט...

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 27, 2015 5:30 pm

· #292136
רבותי, איך האלט מיך איין מיט קייטן. מיינע ליפן זענען צעביסן און מיין פנים פלאמט. ס'דא איינער וואס ווען איך זעה זיין נאמען קומט מיר בייז בליט ארויף אין קאפ. איך ווייס נישט וואס צו טון פאר כעס דער קריכט דאך אזאנס אויף די נערווען אז מ'קען ציפלאצט ווערן.

הצלה!!!!

שבת אחים » מאנטאג יולי 27, 2015 5:39 pm

· #292138
איך האב גארנישט געוואוסט ווי שטארק איך מאך דיך נערוועז און אז איך טרעט דיר אויף די נערווען 😕

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 27, 2015 5:48 pm

· #292141
שמעון וואלף
איך אויך,
באטיטל'ן א צווייטן אלץ טראל אן אנגעבן א הסבר, קען אויך אריינגיין בגדר אטאקירן. דארפסט נישט שפארן קיין ווערטער נאר שרייב ארויס וואס איז ראונג.

שמעון וואלף:ייש"כ פאר דיין פארשלאג. אבער לפענ"ד פעלט עס נישט אויס. למשל אויב איינער האט א טענה צו א געוויסן ניק קענמען זיך אדורכשמועסן און אויסלופטערן די טענה בדרך כבוד. איך בין זיכער אז דאס וועט די הנהלה יא צו לאזן. אבער סתם אריינפראקן אין יענעם אפילו לדעתי האלט איך אז ס'קומט איהם וועט נישט ברענגען קיין שום נוצן. ס'וועט נאר אנהייצן די געמיטער, און א יעדער וועט וועלן באווייזן זיין כח. נאכדעם וועט דאס קאווע שטיבל ח"ו האבן א פנים ווי ---- און ----!

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 7:01 pm

· #292165
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
איך האלט נישט אז מען זאל שטיל מאכען מענטשן מיט וואלן ביזט נישט צופרידען מיט זיין שפראך ליין נישט


I can't believe I just said that...

וכדומה.. » מאנטאג יולי 27, 2015 7:19 pm

· #292175
איך פארשטיי נישט, דא איז דא תקנות פאר א סיבה, ניין?

ווילאנג איינער קומט נאך די פארלאנגטע תקנות ביים שרייבן מיט וואסערע רעכטן ווילסטו אים אויסשפארן?? ווייל ער שרייבט נישט פונקטלעך וואס דיר שמעקט? ווייל דו האלטסט אז ער רעדט נאריש?? אפשר זאל מען דארפן דורכגיין א אייקיו טעסט פאר מבאקומט שרייב רעכטן דא?

ווילאנג ער פארדרייט נישט קיין אשכולות, פירקלט נישט אן, אדער צוברעכט סיי וואסערע אנדערע תקנות, וואס דעמאלטס קענסטו באריכטן, האט ער די זעלבע רעכטען ווי דיר צו שרייבן! ווילסט נישט ליינען איז נישט, אבער אויסשפארען? מיט וואסערע רעכט?

דא איז א פובליק פארום, און יעדער קען שרייבן וואס ער וויל ווילאנג ער שטעלט זיך צו צו די תקנות, צו סשמעקט דיר יא צו נישט!

וואס פאלט דיר ביי אז דו האסט נאך קיינעם נישט נערוועז געמאכט מיט א תגובה וואס דו האסט געשריבן?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 27, 2015 7:42 pm

· #292178
.
imgres.jpg

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 8:12 pm

· #292195
@אנאנים דו דארפסט שפארן דיינע תגובות !!!

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 8:28 pm

· #292209
מר שש, קאווע שטיבל האט שוין דורכגעלעבט אסאך שווערע צייטן מיט ניקים וואס האבן באמת פארדרייט אשכולות רעכטס און לינקס און נישט גערעדט צום דבר, איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען אבער יעדער קען טראכטען פון צווי אדער דריי ניקים און מען האט עס דורכגעלעבט. איינע פון די שיינע זאכן פון קאווע שטיבל איז אז מען טאלערירט אלע סוגים פון קאפקע ביז פאר הדור און פון ירא שמים ביז שבת אחים. אז מען וועט אנפאנגן מיט וואטוס און שגץ ארויס וועט זיך דאס נישט ענדיגן, ביז א קורצע צייט וועלן זיך אפאר איי וועלטיסן אריינכאפן און איבערנעמען די שטיבל.

בנוגע דיין טענות צו (פארמעקט) , מיין איך ביסט נישט אויפריכטיג מיט דיר, אמת ער פרעזענטירט גאר לינקע דעות, מער וויפיל די האלסט דיך ביים ערלויבן און דאס באדערט דיך, און די טענה אז ער נעווירט און חזרט אן און פארדרייט אשכולות איז סך הכל א תוצאה וואס די האסט א קעגן זיינע דעות איך מיין אז א גרויס עולם וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע דעות שפירן נישט אז ער חזר'ט אן אשכולות.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 27, 2015 8:32 pm

· #292213
ווען א רבים איז קובע אן אומטאלערענץ באזירט אויף אומ'יושר מיינט נישט אז ס'האט האפט. כ'וויל נישט אריינגייו אין וויכוחים, אבער וויפל מאל אין היסטאריע האט די רבים קובע געווען צו פארטיליגן אדער צו בעוולה'ן אומשולדיגע מענטשן. איי ווער איז קובע וואס יושר איז? א מענטש אדער מענטשן וואס די רבים פון די מענטשהייט האלט אז ער/זיי איז א ישרן.

טאלארענץ איז נישט געמאכט פון קלעי, מ'קען איר נישט דרייען ווי א שפילצייג ווייל א רבים וויל אזוי. טאלארענץ איז געבן רעכטן פאר יעדעם גלייך, ווילאנג זיי זענען נישטא צו שאדן מאכן די מענטשהייט בגופם, בממונם אדער בנפשם. זאג מיר נישט אז ס'איז ממש פוגע בנפש ווען איינער שרייבט פארקערט אדער מאדנע וואס דעם ציבור שמעקט נישט.

וויפל מענטשן אין אונזער היימישע סאסייעטי ליידן וועגן זיי זענען אינו מן השורה. קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר די אידן אויך.

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 8:38 pm

· #292218
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
[ציטאט אראפגענומען]


איך זעה נישט ווי ער פארמיאוסט ער זאגט סך הכל דעות וואס אסאך האלטען אז האלטען נישט ריכטיג
ער אטאקירט נישט פערזענליך פארדרייט נישט דער נושא מגיב זיין כנגד דעת פותח האשכול איז נישט משנה
I can't believe I just said that...

shem-tov » מאנטאג יולי 27, 2015 8:43 pm

· #292219
שמעון וואלף אויב מיינסטו טאקע (פארמעקט). ער קוקט אויס צו זיין אן אנטווערפענער וואס איז זייער אנגעווייטאגט אויף פשעווארסק. איך מיין מען זאל אים לאזן עפענען א אשכול אין צימעס סזאל הייסן עפעס (פארמעקט) וואס דארט זאל ער דערציילן וואס סבאדערט אים. מיר זענען אלע דא צו העלפן

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 27, 2015 8:48 pm

· #292222
ממש א שאנדע די אומטאלערענץ טייל ניקים ווייזן דא ארויס, אלעס צוליב יענעמס דעות. הזאת קאווע שטיבל?

shem-tov » מאנטאג יולי 27, 2015 8:58 pm

· #292225
שמעון וואלף
דער פי הטבעת האט זיך געמיסט אריינדרייען פארענט פון מיר ווען איך פאר אויף זעכציג אויפ'ן 42. ווען ער וואלט זיך ווען געיאגט, מילא. אבער אז די פארסט אויף 40 האסטיך מיר געקענט דורך לאזן פאר די דרייסט דיך איין. צו אלע צרות זענען די קינדער געווען מיט מיר אין קאר און כ'האב געדארפט האלטן די פיסק פארשלאסן


שמעון וואלף זיך צופיל איינהאלטן איז אויך נישט אזוי געזונט סדא היינט אסאך ענגער מענעדשמענט קורסן וואס די קענסט דזשוינען

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 8:59 pm

· #292227
וואס וואלטסטו געטוהן ווען די וואס מאכן דיר נארוועיז וואלטן געווען דיין בעה"ב אויף א גוט באצאהלטע דזשאב וואס דו גלייכסט שטארק...
ווילאנג מען שרייבט לויט די תקנות איז מען דא וועלקאם, און יעדער וואס קען מיין היסטאריע דא ווייסט אז איך בין אינגאנצן נישט קיין ליבעראלער און איך האלט אז די אידישע פאלק איז די חשוב'סטע, אבער יעדער האט א רעכט צו רעדן און שרייבן וואס ער וויל און אויב עס שמעקט מיר נישט וועל איך זיך דינגען מיט זיינע ווערטער.

רוסישער » מאנטאג יולי 27, 2015 9:13 pm

· #292234
@אנאנים! דו קומסט א גרויסע אנטשולדיקונג צו דער גלייכמאסיקער חבר אין ק"ש (פארמעקט) , ס'דא די וואס האבן הנאה פון זיין שרייבן, און אפי' אויב ניט האט ער די פולע רעכט צו דא זיין. (פארמעקט) : איך האף דו ווערסט ניט צוקראצט פון די צרות עין.

אין דער קאנסטעטושן איז פאראנען סעיפים וואס מ'זאגט פאראויס אז מ'קען ניט מאכן אין דערויף קיין אמענדנענט, א זאך וואס איז נגד דער עצם יסוד שעליו הושתת ק"ש ועליו הוטבעו אדניה, איז ניט שייך מאכן פון דעם א תקנה.

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 10:01 pm

· #292247
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
שמעון וואלף
רבותי, איך האלט מיך איין מיט קייטן. מיינע ליפן זענען צעביסן און מיין פנים פלאמט. ס'דא איינער וואס ווען איך זעה זיין נאמען קומט מיר בייז בליט ארויף אין קאפ. איך ווייס נישט וואס צו טון פאר כעס דער קריכט דאך אזאנס אויף די נערווען אז מ'קען ציפלאצט ווערן.

הצלה!!!!

נעבעך עס איז דא טאבלעטן פאר דעם

I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2015 11:43 pm

· #292278
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
אינ'ם היימישע געזעלשאפט איז נישט פארהאנען קיין עכטע וואלען, ווייל מ'קען אנשטעלען א גייסט אין גאס און מענטשען פארלירען אן אייגענע מיינונג. אויף ק''ש איז יא מעגליך. דעריבער איז ק''ש אנדעריש פון א שטיבל.
אבער אנאנים, דיין משל פון א בעל תפלה איז נישט ממש אזוי. ס'איז מער דומה צו איינער וואס שרייט איהש''ר צו הויך. ער וויל זיין א מעמבער ווי יעדעם, מיט א ביסל שטערען אנדערע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2015 12:01 am

· #292283
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
אין א ביסמדריש איז נישט שייך אזא מציאות ווי 'צו הויך'? ביטע קום סליחות טעג קיין לעיקוואוד, מ'עט דיר שוין עפעס ווייזען.

רוסישער » דינסטאג יולי 28, 2015 9:12 pm

· #292450
ב"ה איז ידידנו @פארמעקט (קרעדיט: סדרן) צוריק געקומען אן ווערן נתפעל פון דער אומרעכטער אויפרייסעניש - חזק ואמץ!