☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל

הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8222
בלאט: 1 2 3

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 7:16 pm

· #251150
הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל
זענען די שמועות אמת רח"ל?!

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 1, 2015 7:29 pm

· #251155
איך ווייס נישט וועלעכע שמועות דו מיינסט אבער יא מען האט געטראפן ביי איהם יענע מעשה אויף זייער א שווערע פארנעם (זיין רעבעצין לרפו"ש מוטשעט זיך שוין לאנג מיט דעם) און זיין מצב איז זייער שמאל לפי ידיעתי יכול להיות אז מען גיבט איהם אינגאנצן נישט קיין טריטמענט ל"ע
זאל מען טאקע אינזין האבן אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בתושח"י

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:21 pm

· #251173
געוואלדיג
איך ווייס נישט וועלעכע שמועות דו מיינסט אבער יא מען האט געטראפן ביי איהם יענע מעשה אויף זייער א שווערע פארנעם (זיין רעבעצין לרפו"ש מוטשעט זיך שוין לאנג מיט דעם) און זיין מצב איז זייער שמאל לפי ידיעתי יכול להיות אז מען גיבט איהם אינגאנצן נישט קיין טריטמענט ל"ע
זאל מען טאקע אינזין האבן אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בתושח"י


זאל זיין בשורות טובות. יישר כח.

היינט געהערט אז עס איז ערענסט. ער האט געהאט א שווערע הארץ אטאקע בערך א יאר צוויי צוריק. א צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט פנעמאוניע. פאריגע וואך מיטוואך האט ער געפילט זייער נישט גוט. מען האט אים אריין געפירט אין שפיטאל און געפינען יענע מחלה אין די בלוט אויף א זייער שפעטע סטעידזש, לא עלינו ולא עליכם. די רביצין זיינע איז שוין געווען זאגט מען זיך געזעגענען! ה׳ ישלח להם רפואה שלימה בקרוב בתוך חולי ישרא׳. משיח זאל שוין קומען.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג פעברואר 1, 2015 11:11 pm

· #251216
[ציטאט אראפגענומען]


ר' עזריאל טייערע

איך וויל נאר איין זאך בעטען בכל לשון של בקשה ווען א מענטש איז אין א צרה דערמאן נישט יענעם'ס שלעכטס אין אזא זמן איז נישט כדאי ער איז פארט א איד אין אזא זמן דארף מען נאר זאגן גוטס מען טאר נישט מעורר זיין אויווען מיט אזעלכע דיבורים

איך מיין גארנישט נאר פשוט מעורר זיין אין האפעטליך וועט מיינע דיבורים עושה רושם זיין

כוכב » זונטאג פעברואר 1, 2015 11:27 pm

· #251225
אנאנים, זיי נישט קיין רוקד על דם, טאנץ נישט אויף יענעמס בלוט ווען א איד א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך האלט ביים אויסגיין, והדא הוא דכתיב עת לשתוק, פארשטאפט דיין פרעסער.
שעם דיך אז איך דארף דיר עס מעורר זיין.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 2, 2015 3:27 am

· #251249
מען קען דן זיין איבער זיינע פעולות א צווייט מאל יעצט איז צייט פאר תפילות

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 2, 2015 8:13 am

· #251257
יעדער דא זאל נעמען אויף זיך איין קונטרס צו לערנען, ס'דא גענוג פאר יעדעם.

=אין יאוש

ברסלבער » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:27 am

· #251264
דער מצב איז דערווייל נישט בעסער. זייטס מתפלל פאר אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בקרוב.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:14 am

· #251285
קאווע טרינקער
יעדער דא זאל נעמען אויף זיך איין קונטרס צו לערנען, ס'דא גענוג פאר יעדעם.

=אין יאוש

אזעלכע תגבות אר דשוסט עסקינג פאר עזריאל סטייל תגובות אויף צוריק. ---רעדאגירט: דער אשכול איז מתפלל צו זיין פאר זיין רפואה / אפדעיטס אויף זיין מצב, נישט איהם צו אטאקירן און בארעדן--- לרפו''ש בקרוב.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 2, 2015 12:15 pm

· #251297
איך קען נישט הרב שיק פעזענטליך אבער אזויפיל ווייס איך אז ער פירט אָן די ישיבה פון הרב יואל ראטה שליט״א וואס דארט קען איך יא אסאך בחורים און עלטערין וואס זענען אויפגעלויכטן געווארן , די תלמידים פון די ישיבה זאגן אלע פה אחד אז דער מוהרא״ש זז״ג איז דירעקט א פיינער ערליכער מענטש וואס מיינט עס אמת׳דיג , און אפילו נישט איז יעצט זיכער נישט די צייט צו אטאקירן אדער חוזק מאכן פון זיינע קונטרסים אזוי ווי @כוכב און @התם ומתמם עם תמימים האבן פריער געשריבן, ס׳איז א בושה און א חרפּה אז מ׳דארף בכלל דעס מסביר זיין

# הרב אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בקרוב.

יואב » מאנטאג פעברואר 2, 2015 12:22 pm

· #251299
[ציטאט אראפגענומען]

אויב האסטו עפעס צוזאגן אויסער זיין מצב הבריאות, דאן עפען אויף א באזונדערן אשכול אין אנשי שם, צימעס אדער וואטעווער.

איך בין טאקע נייגעריג איבער די משפחות וואס ער האט אנגעבליך "חרוב געמאכט". זאג מיך נישט אז דאס ברויך גיין צוזאמען מיט דעם ארכי-אויסגעדראשענעם שמאלקעפיגן העשטעג פון "פארכאפט"!

נח בער » מאנטאג פעברואר 2, 2015 1:51 pm

· #251324
דער שכן
זענען די שמועות אמת רח"ל?!

פון אנדערע האב איך געהערט אז שוין עטליכע יאר וואס ער האט עדות געזאגט, ומי לנו גדול, אדם מעיד על עצמו, אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין, און דאס זעלבע איז אויך יעצט, און איז בלויז א טריק צו האלטן די נאכלויפער אין טשעק, מיט געוויינערייען און הימל'דיגע יללות, און דערנאך וועט קומען די בשורה טובה אז מען האט מכפר געווען און געשאנקען נאך יארן.

נעכטן האב איך געהערט בשם די נאכשלעפער זיינע אז ס'בלויז א שטארקע בראנקייטיס, אבער נישט מער.

איך האב עס טאקע געהערט פון א כלי רביעי אדער מער, ממילא קען זיין אז עס איז יא שטערבליך ווי אנדערע וואס האבן געזאגט אז די קענסער צעלן זענען אזוי שטארק פארשפרייט אז מען טוט מער גארנישט דערצו, און מען ווארט אויפן אויסגאנג, היות עס איז א דבר ידוע מפי כמה וכמה אז מיר האבן וואונדערליכע סגולות ורפואות אז וואס דאקטוירים זעען היינט, קען נעלם ווערן מארגן.

וה' הטוב זאל געבן לאנגע יארן פאר זיינע געטרייע פאסטוכער וואס דינען און העלפן זיינע קינדער.

ברסלבער » מאנטאג פעברואר 2, 2015 2:08 pm

· #251333
ער האט קיינמאל אין לעבן נישט געזאגט אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין.

מיט צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט א שווערע בראנקיירעס, עכ"פ אזוי האט מען געמיינט, למעשה איז עס געווארן ערגער און ערגער און דאן האט מען אים אריינגעפירט אין שפיטאל און עס איז פעסגעשטעלט געווארן אז נישט די בראנקיירעס איז די זאך, נאר יענע מעשה אין די בלוט. ווען מען האט דאס געכאפט איז שוין געווען היבש שפעט ל"ע.
דערווייל פרובירט מען צו טון וואס מען קען, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט ער זיך גענצליך ערהוילן, עוד ינובון בשיבה.

און צו @נח בער. נעקסטיים זיי מברר פאר דו שרייבסט שטותים והבלים ואס דו האסט געהערט פון א כלי רביעי.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 2, 2015 2:28 pm

· #251339
בחדרי ברענט אז דער ..... הרב בערלאנד זאגט אז הרב שיק האט נאך פיר יאר צו לעבן. ראביי ברסלב אטאקיר מיך נישט כ'זאג נאר וואס עס שטייט דארט.

גאנצל » מאנטאג פעברואר 2, 2015 2:36 pm

· #251344
התם ומתמם עם תמימים
[ציטאט אראפגענומען]


ר' עזריאל טייערע

איך וויל נאר איין זאך בעטען בכל לשון של בקשה ווען א מענטש איז אין א צרה דערמאן נישט יענעם'ס שלעכטס אין אזא זמן איז נישט כדאי ער איז פארט א איד אין אזא זמן דארף מען נאר זאגן גוטס מען טאר נישט מעורר זיין אויווען מיט אזעלכע דיבורים

איך מיין גארנישט נאר פשוט מעורר זיין אין האפעטליך וועט מיינע דיבורים עושה רושם זיין


מילא ס'וואלט געווען ר' דוד טווערסקי פון סקווירא וואלסטו געמעגט שרייבן וואס דו ווילסט אבער היות ס'איז א צווייטער דארך מען זיך רעכענען מיט געפילן

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג פעברואר 2, 2015 3:00 pm

· #251350
האלא האסט מיר אמאל געזעהן עפעס שרייבן אקעגן די סקווירא רבי ??

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:42 pm

· #251431
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=79242">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=79242</a>

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:46 pm

· #251432
הרב ברלנד לבן המוהרא"ש "אבא יחיה עוד 3 שנים"
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=79206">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=79206</a>

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 2, 2015 10:49 pm

· #251438
"אבא זה הראש של כל ברסלב", אמר הרב ברלנד. "הוא דור רביעי מהמהר"ם שיק, הוא גאון הגאונים, הכי גאון בדור. בלילה אחד הוא כותב ספר שלם שבו הוא מביא מכל הש"ס, מכל המדרשים ומכל הזוהר, אין דבר שאבא לא יודע. רואים את זה בספרים שלו. הוא הראש של כל ברסלב ולכן קוראים לו מוהרא"ש".


WOW קיינמאל נישט געוואוסט. כ'מוז כאפן א ברכה ביי אזא איד.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:26 pm

· #251446
שמעקעדיג, ביי גוגל האסטו שוין גענומען א ברכה?

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:28 pm

· #251447
גוגל ווייסיך נישט, אבער ביי 'בינג' האט שוין שמעקעדיג זיכער גענומען א ברכה....

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:30 pm

· #251449
ישמעאל הכהן
גוגל ווייסיך נישט, אבער ביי 'בינג' האט שוין שמעקעדיג זיכער גענומען א ברכה....

😂 😂 😂 👍

shem-tov » דינסטאג פעברואר 3, 2015 8:10 am

· #251483
עד היכן הגיעני. הזאת כלל ישראל. א יוד ליגט נעבעך על ערש דוי א טאטע. א זיידע. א צדיק פון יבנאל. א רבי א שיינער יוד. א איש פשוט מאד. רוף אים וויאזוי די ווילסט און פונקט איצט דארף מען אים בארעדן. דאס קען נאר שרייבן א קורץ קעפיגער בחורל שלא טעם טעם חיים בעולם. צדיקל, לכל זמן נישט איצט איי עם ווערי סארי

השי"ת ישלח לו במהרה א רפואה שלימה בגוף ובנפש

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 3, 2015 9:53 am

· #251495
הרב ברלנד לבן מוהרא"ש
לאחר מכן קרא הרב לתלמידיו שעמדו סביבו לקרוא 'תיקון הכללי' נוסף לרפואתו של מוהרא"ש. "הוא יחיה לכל הפחות עוד שנה שנתיים", אמר הרב ברלנד.

הרב משה שיק: "אבא צריך הרבה רחמי שמים, הרופאים אומרים שזה ממש עניין של שעות".

הרב ברלנד: "אבא יחיה עוד שלוש שנים מינימום.

1 2 אדער 3?

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:19 am

· #251507
רופאים הכי מומחים בעולם
לגאון הגאונים הכי גאון בדור

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:21 pm

· #251535
אלע נביאות'ן פון ברלאנד איז אלץ נאר באופן וואס רב שיק וועט נישט אונטער גיין ברלאנדס פיס. כידוע די גרויסע תיקון און סגולה פאר אריכות ימים.

ראש הישיבה » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:36 pm

· #251540
איך האב באקומען אין אימעיל פון ארגון להתפלל:

מִי שֶׁבֵּרַךְ אֲבוֹתֵינוּ אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב משֶׁה וְאַהֲרֹן דָּוִד וּשְׁלֹמֹה הוּא יְרַפֵּא אֶת הַחוֹלִים

דניאל בן רחל
(שעובר עכשיו השתלת כבד)
ו יהודית בת שרה פרידה גיטל
(לרפואת הגוף ורפואת הנפש)
ו משה חיים בן חגית
(עובר היום ניתוח מורכב וקשה)
ו שרה בת פְרֵחָה
(לרפואה שלימה במהרה ואריכות ימים ושנים)
ו יסכה חיה בת רחל אפרת
(לרפואה שלימה במהרה)
ו שירה בת שרה
(ילדה קטנה ומתוקה לרפואה שלימה במהרה)
והרב אליעזר שלמה בן מלכה
(הרב משה שיק, בנו של מוהרא"ש, סיפר הלילה (שני): "בעקבות התפילות הרבות לשלומו וההתעוררות הגדולה בעם ישראל, החליט מוהרא"ש שליט"א להתחיל בטיפול הרפואי ולהיות בריא בעזרת השם. מוהרא"ש אמר שלמרות שהרופאים נותנים רק 30 אחוזי הצלחה לטיפול, הוא נותן 100 אחוז. צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים)

בַּעֲבוּר שֶׁאָנוּ מִתְפַּלְלִים בַּעֲבוּרָם, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִמָלֵּא רַחֲמִים עַלֵיהֶם לְהַחֲלִימָם וּלְרַפְּאֹתָם וּלְהַחֲזִיקָם וּלְהַחֲיוֹתָם, וְיִשְׁלַח לָהֶּם מְהֵרָה מֵאוֹצְר מַתְּנַת חִנָם רְפוּאָה שְׁלֵמָה מִן הַשָּׁמַיִם לְכָל אֵבָרֶיהֶם וּלְכָל גִּידֶיהֶם בְּתוֹךְ שְׁאָר חוֹלֵי יִשְׂרָאֵל, רְפוּאַת הַנֶּפֶשׁ וּרְפוּאַת הַגּוּף הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב. וְנֹאמַר אָמֵן


מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען טעגליך אימעילס צו מתפלל זיין פאר חולה ישראל דורך שיקן אן אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:lehitpalel@gmail.com">lehitpalel@gmail.com</a><!-- e -->.

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 1:38 pm

· #251552
היינט אינדערפרי האט זיך געמאכט פרישע קאמפליקאציעס. זייטס מתפלל פאר רבי אליעזר שלמה בן מלכה זאל האבן א גאנצע רפואה בקרוב.

איך פערזענליך האב א שטארקע הכרת הטוב פאר מוהרא"ש וואס האט מיר געגעבן אזויפיל גוטס אין לעבן, ער האט מיר געגעבן אזויפיל עצה און הדרכה וואס האט מיר געשטעלט אויף די פיס און גאר אסאך ארויסגעהאלפן ברוחניות ובגשמיות.
למעשה האב איך אים גארנישט צוריק געגעבן. אנדערש ווי אנדערע רבי'ס האט מוהרא"ש נישט קיין סיסטעם ווען חסידים זאלן עפעס קענען צוריק געבן. נישטא קיין גרויסע חתונות, נישטא קיין געקוויטלעכטס, נישטא קיין געשטופעכטס, נישטא ווען און וויאזוי אים עפעס צוריק צו געבן. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטון אין זיין גאנץ לעבן איז נאר געווען נאר צו העלפן מענשטן און זיי פארקויפן די גוטע לימודים פון ברסלב, דורך שרייבן קונטרסים, ספרים און בריוון, און דורך רעדן און מחזק זיין מענטשן. יעצט האב איך א שטיקל געלעגנהייט כאטש מתפלל צו זיין און בעטן פאר זיין רפואה.
אסאך מענטשן זאגן אז ווען עס טרעפט זיי א שווערע מינוט זענען זיי זיך מחי' מיט זיינע זאכן וועלכע בלאזן אריין א האפענונג און העלפן הייבן די מוט. נאר ווען עס ווערט שוין בעסער אויף די געוויסן פאסט נישט אייביג זיך צו אינדענציפירן מיט ברסלב בכלל און מוהרא"ש בפרט.
איינער וואס ווייסט ביי זיך אז ער האט אמאל געהאט חיזוק פון מוהרא"ש אדער פון זיינע ספרים, דארף יעצט אלס הכרת הטוב, זאגן א קאפיטל תהלים און מתפלל זיין לרפואתו השלימה. און אפילו ווער נישט, קען אויך נישט שאטן צו מתפלל זיין פאר א צווייטן איד וואס געפינט זיך אין א שווערע מצב.

שעפטל » דינסטאג פעברואר 3, 2015 1:47 pm

· #251554
פרישע בריוו פון מהרא"ש

📎 IMG-20150203-WA051.jpg

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 2:00 pm

· #251556
שעפטל
פרישע בריוו פון מהרא"ש

נישט קיין פרישע בריוו. נאר יעצט פארעפנטליכט געווארן.

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 3, 2015 2:05 pm

· #251558
ווי איז דער פלאץ ווי ער וויל ליגן?
אומן? יבנאל?

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 2:07 pm

· #251560
יבנאל

קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 2:45 pm

· #251573
[ציטאט אראפגענומען]

Who knows

Kool man » דינסטאג פעברואר 3, 2015 3:41 pm

· #251588
ווייסט איינער ווער איז עשו?

שמערל » דינסטאג פעברואר 3, 2015 4:13 pm

· #251596
ווער יעקב איז, איז שוין יעדער קלאר?

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 5:07 pm

· #251603
איך פארשטיי נישט וואס איז די ווינט דא אראפצורייסן הרב שיק, מען רעד דא פון א איד וואס רבים הולכים לאורו, און האט שוין אויפגעלאכטן אסאך אידן. ביטע רעדן מיט אפבאכט אזוי ווי א גדול, און נישט לאזן דעם אצבע און גידול אראפרייסן א מענטש וואס שוועבט צווישן לעבן און טויט איבערהויפט ווען ער איז נישט קיין חדר יונגל.

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 5:26 pm

· #251606
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז זייער שווער מסביר צו זיין. מוהרא"ש איז נישט קיין רבי, ער איז ווי א טאטע פאר זיינע חסידים. די קינדער האלטן מיט אינדערהיים און ווייסן און פילן ווי מוהרא"ש האט זיי געהאלפן ביי יעדע שווערע צייט, ביי סיי וועלכע געלעגנהייט ווען ס'האט אויסגעפעלט איז ער געווען זייער רוקן ביין. די קינדער דארף מען נישט דערשרעקן, זיי בעטן זיך פאר זייער טאטע.

[ציטאט אראפגענומען]

אין יבנאל איז דא א רב מטעם פון די רבנות הראשות וואס טיילט שוין אויס צרות פאר מוהרא"ש פאר לאנגע יארן. און ס'איז מסתבר אז לאחר מאה ועשרים וועט ער אויך פרובירן אונטערצושטעלן פיסלעך.

דער שכן » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:03 pm

· #251615
עס טוט וויי צו הערן דאס. ער האט שוין געהאט א געוואלד מיט רדיפות לענג אויס זיין לעבן.

די ווידיאו קליפ פון די מיידעלעך/קינדער וויינען מיט דעם גאנצן בילד דארט איז א שרעקליכע עוולה מכמה סיבות. ווער עס איז לכתחלה שולדיג אין דעם, ווייסעך ניש..

shem-tov » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:09 pm

· #251618
די גאנצע מעשה מאכט שוין נישט קיין סענס. קודם זאגט מען ער איז שטערבליך קראנק. די דאקטוירים גיבן אויף. די משפחה ביים בעט מיט פסוקי יחוד. און פלוצלינג קומט איצט ארויס א שיינער בריוו וואס ער האט גאר היינט געשריבן ביים האספיטאל בעד וואס קוקט אויס ווי דער רבי איז ב"ה בייים פולן זינען מיט ממלא מקום אישוס און די טעכטער. האט ער בכלל א זוהן. מיינט ער אפשר אים מרחק צו זיין. בקיצור א נישט גלויביגער קען מיינען אז איינער האט בלויז א שטארקע פארקילעכץ. ווייסט איינער וואסע גייט פאר דא. איך האף מען מאכט נישט דא קיין ליצנות פונעם עולם

שמערל » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:13 pm

· #251620
ברסלבער
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז זייער שווער מסביר צו זיין. מוהרא"ש איז נישט קיין רבי, ער איז ווי א טאטע פאר זיינע חסידים. די קינדער האלטן מיט אינדערהיים און ווייסן און פילן ווי מוהרא"ש האט זיי געהאלפן ביי יעדע שווערע צייט, ביי סיי וועלכע געלעגנהייט ווען ס'האט אויסגעפעלט איז ער געווען זייער רוקן ביין. די קינדער דארף מען נישט דערשרעקן, זיי בעטן זיך פאר זייער טאטע.

זייער פיין. די פלא בלייבט נאר אויפן טיטשער וואס אנשטאט מיטוויינען מיט די אומשולדיגע תמומי לב, האט זי די קאלטקייט עס אראפצוכאפן און ארויסשיקן אויף וואטס עפפ.
פאר מיר שיינט עס ווי א שוי שפיל

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 8:57 pm

· #251640
shem-tov
די גאנצע מעשה מאכט שוין נישט קיין סענס. קודם זאגט מען ער איז שטערבליך קראנק. די דאקטוירים גיבן אויף. די משפחה ביים בעט מיט פסוקי יחוד. און פלוצלינג קומט איצט ארויס א שיינער בריוו וואס ער האט גאר היינט געשריבן ביים האספיטאל בעד וואס קוקט אויס ווי דער רבי איז ב"ה בייים פולן זינען מיט ממלא מקום אישוס און די טעכטער. האט ער בכלל א זוהן. מיינט ער אפשר אים מרחק צו זיין. בקיצור א נישט גלויביגער קען מיינען אז איינער האט בלויז א שטארקע פארקילעכץ. ווייסט איינער וואסע גייט פאר דא. איך האף מען מאכט נישט דא קיין ליצנות פונעם עולם

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? ער איז ליידער זייער קראנק מיט יענע מעשה אין די בלוט, ער איז זייער שוואך אבער ב"ה ביים פולסטן זינען. דער בריוו בכתב יד איז געשריבן געווארן שוין א לאנגע צייט צוריק, עס איז נאר יעצט ארויסגעקומען עפענטליך. דער געדרוקטער בריוו האט ער פארשטייט זיך נישט אליין געשריבן, ער האט דאס פארגעזאגט פאר איינעם וואס האט עס געטייפט, אזוי ווי ער שרייבט שוין בריוו פאר א שטיק צייט.

כוכב » דינסטאג פעברואר 3, 2015 9:04 pm

· #251643
דא אין קאווע שטיבל וועלן מיר אבער נישט פאלגן די צוואה און בשם כל הקהל הקודש טוען מיר ממנה זיין תלמידו חביבו שר התורה והיראה חכימא דיהודאה תלמיד המחכים את רבו מרן @ברסלבער אלס מנהיג ואיש על העדה פון אונזערע היכלי קודש והוא יוליכנו קוממיות לארצנו ומלכינו בראשינו, כתר הילומים על ראשו יצור בנזר שיר שפרה יחי אדונינו מורינו יחי.

shem-tov » דינסטאג פעברואר 3, 2015 9:09 pm

· #251645
העי כוכב דער רבי לעבט נאך. שכח ברעסלאווער פאר אויסקלארן.

בעל מדות » מיטוואך פעברואר 4, 2015 2:58 am

· #251699
א מין עזות און פרעכהייט צו אנאליזירן דא דעם "טויט" פון איינער וואס האט נאך גענוג יארן צו לעבן, עס איז א געפירליכע אומאיידעלע זאך! מען דעבאטירט דא זיין חלקה, ממלא מקום, און נאכאביסל זיין אינשורענס פאלעסי... מען קען נוצן אונזערע תפלות,
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער צובראכענע און ערליכע איד וואס האט במשך זיין לעבן אסאך מיטגעמאכט אז אנדערע זאלן נישט מיטמאכן, א איד צו וועם אזויפיל האבן זיך געוואנדן פאר עצה ותושיע, א איד וואס האט אראפגעשלינגען פיילן און גראנאטן און קיינמאל צוריקגעשאסן א איד וואס האט אויפגעבויעט א שטאט פאר צובראכענע ארימע מענטשן אהן פאמיליע זיך זארגנדיג פאר זיי ווי א אייגענע טאטע, און א איד וועם אסאך אידן ברויכן האבן, הרב אליעזר שלומה בן מלכה זאל זיך גענצליך ערהוילן בנסים שלא בדרך הטבע און ער זאל קענען ווייטער שענקען זיין שמייכל און שטיצע פאר די וואס ברויכן צוקימען דערצו.

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 4, 2015 10:01 am

· #251707
בעל מדות
א מין עזות און פרעכהייט צו אנאליזירן דא דעם "טויט" פון איינער וואס האט נאך גענוג יארן צו לעבן, עס איז א געפירליכע אומאיידעלע זאך! מען דעבאטירט דא זיין חלקה, ממלא מקום

סליחה סליחה וואס ווילסט די דא?
עס איז ארויס געקומען צוויי צעטלעך איינס וועגן זיין ממלא מקום און איינס וועגן זיין חלקה, און דאס איז וואס האט גיברענגט פאר חברי השטיבל צו רעדן דערוועגן
זא אזוי גוט אין שגץ אהן מוהרא"ש היתכן ער אנאליזירט זיין "טויט" און ער שרייבט וועגן זיין ממלא מקום און זיין חלקה ווען ער האט נאך אזוי פיל יאר צו לעבן!

בעל מדות » מיטוואך פעברואר 4, 2015 3:11 pm

· #251738
הרב שיק מעג -ווען ער פילט זיך באדראעט פון זיינע פייפס און מאשינען ארום- שרייבן צו זיינע אנהענגער וואס ער וויל, כל זמן רעדט פון זיין לעבן, און די מעגסט רעדן פון דיין "לאחר מאה ועשרים" וואס דו ווילסט, פון מיין זייט פלאפל אריין וועסט נאר אויסקוקן ווי זיי

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 4, 2015 4:43 pm

· #251752
אויב מעג ער שרייבן וואס ער וויל מעג איך פארשטיין וואס ער שרייבט אויך!
איז וואס איז שלעכט צו פרעגן ווי איז דער פלאץ וואס ער וויל ליגן און ווער איז עשו

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 12:02 am

· #251827
ס'קוקט אויס ווי ס'געבליבן למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל"

בעל מדות » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 12:47 am

· #251839
מאטי
ס'קוקט אויס ווי ס'געבליבן למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל"




EMARGENCY ALERT!! Please wake up!! we just got a critical phone call from hospital the situation with Muharush got very bad, Please PRAY NOW

יעצא ערשינען, ק/פ

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:04 am

· #251861
אפדעיט: די נאכט איז געווען זייער א שווערע נאכט, בערך צוועלף אזייגער איז דער מצב געווארן גאר שווער און קריטיש. בחסדי ה' האט זיך דער מצב סטאביליזירט, אבער מוהרא"ש איז נאך אלץ אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.
בקשו רחמים מרובים בעד מורינו ר' אליעזר שלמה בן מלכה לרפואה שלימה בקרוב.
בלאט: 1 2 3