☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » היימישע קאלעקשען עיזשענסי - גביית חוב

היימישע קאלעקשען עיזשענסי - גביית חוב

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8213

Kool man » פרייטאג יאנואר 30, 2015 11:29 am

· #250935
היימישע קאלעקשען עיזשענסי - גביית חוב
מיין שכן וואס וואוינט שוין נישט אפאר יאהר באקומט פון צייט צו צייט פאסט, געווענדליך אלטע אומבאצאלטע ביללס, די לעצטע פאהר חדשים קומט אהן בריווען פון א קאמפעני גביית חוב, ס'דריטע מאהל ס'יז געקומען האמיר עס מחמת נייגעריגקייט געעפענט, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז א קאלעקשען קאמפעני וועלכע בילען פאר עפעס א טעלעפאון קאמפעני פאר וועמען דער געוועזנער איינוואוינער איז שולדיג געבליבען געלט, זיי סטראשענען מיט דין תורה און אומבאטעמטע קאנסעקווענצען אויב מ'צאהלט נישט, גאנץ אינטרעסאנט, ס'מיר א חידוש אז כ'אב נאכנישט געהערט פון דעהם

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 30, 2015 11:55 am

· #250938
איז עס לעגאל?

Big Boy » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:00 pm

· #250940
Legal to open someone else's mail or legal to collect a debt? On the first one of course not. On the 2nd one, of course yes.

chusid » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:39 pm

· #250947
יאפ, עקסטשעינזש נוצט זיי

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:18 pm

· #250950
chusid
יאפ, עקסטשעינזש נוצט זיי

xchange נוצט זיי, ווייל דורך א ליגאלע וועג קענען זיי נישט איינקאסירן געלט וואס קומט זיי נישט.

shem-tov » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:22 pm

· #251000
די צוויי ווערטער היימיש מיט קאלעקשאן עידשענסי קלעבט עפעס נישט. כווייס נישט פארוואס אבער אין ענגליש זאגט מען ראנג אן סאו מעני וועיס. סטראשן. טעראריזירן. וויי טאן. באליידיגון. רייטן אויף א אומגליקליכער. זוכט אייך א צווייטע פרנסה קלער איך

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:34 pm

· #251001
אזוי גייט א היימישע קעלעקשין עידשענסי
א) מ'שיקט א הזמנה צו ב"ד
ב)מ'סטראשטעט אז די קינדער גייען פליען פון די מוסדות
ג)מ'בארעדט איהם ביי אלע שדכנים, און מ'מאכט עם קאליע די שידוכים
ד)מ'לאזט איהם מער נישט עולה זיין אן עלי'
ה)מ'איז איהם מער נישט מצרף מו מנין
ו)מסטראשעט אז מ'וועט נישט לאזן קובר זיין אין קיין שום יודישע בית החיים

outspoken » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:47 pm

· #251002
this collection agency is exchange itself look at the address and you will see its the same as exchange they don't collect for nobody only for themself

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 9:26 pm

· #251007
shem-tov
די צוויי ווערטער היימיש מיט קאלעקשאן עידשענסי קלעבט עפעס נישט. כווייס נישט פארוואס אבער אין ענגליש זאגט מען ראנג אן סאו מעני וועיס. סטראשן. טעראריזירן. וויי טאן. באליידיגון. רייטן אויף א אומגליקליכער. זוכט אייך א צווייטע פרנסה קלער איך

נאר מ'זעהט ווי עפעקטיוו זיי זענען. א באנדע שלימזלנים. זיי האבן אפילו נישט אן אפדעיטעד אדרעס פון וועם זיי ווילן קאלעקטן געלט.
גם אני בחלומי: איך האב אוועקגעמופט פון מיין אלטע אדרעס שוין 11 יאר צוריק. און ס'קומט נאכאלץ אן דזשאנק מעיל פאר מיר אויף יענעם אדרעס. איך און מיין ב"ב טוען טאקע דיירעקטן אלע נודניק'ישע שנאר בריעפן אויף יענעם אדרעס... 😂

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:30 pm

· #251032
גאלדבערגס גראסערי און אנדערע גראסריעס אין בארא פארק טוען אזא איינפאל. זיי האבן א לויער אויף די פעיראלל וואס רופט דריי פיהר מאל בעטן געלט. אויב ס'העלפט נישט שיקט די לויער ארויס פרי-קארט דאקומענטס, רוב מענטשען כאפן א פחד פון די צעטלעך און הייבן אן מאכן פעימענטס.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 12:53 am

· #251045
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: וואס ווילסטו. ער איז זיך מודה אז ער האט נישט געקענט איינהאלטן זיין יצר...!

קאך_לעפל » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:30 am

· #251075
גביית חוב איז א היימישע אידישע קאלעקשען עדשענסי וואס מאנט איין חובות וואס מענטשען זענען שילדיג בדרך התורה, יא און אזוי עקסשזענדש טעלאקאם איז א אידישע קאמפאני, פירן זיי זיך אויף ווי אידן, און האלטן די גויאישע קאלעקשזען עשזענסי'ס אונדרויסען, ווייל זיך צו ווענדען צו א גויאישע קאלעקשען ענדשענסי איז א ערענסטע חשש מסירה, מוסר ממון ישראל ביד עכו''ם.
איך פארשטיי גארנישט די עוולה פון די גביית חוב קאמפאני, מען בעט מיט שיינעם אז מען זאל באצאהלן, און אויב מאכט מען זיך נישט וויסענדיג, ריפן זיי צו דין תורה, וואס איז שלעכט דערמיט? באצאהל אדער פארהאנדל און הכול על מקומו יבוא בשלום......

קאך_לעפל » זונטאג פעברואר 1, 2015 12:01 pm

· #251088
[ציטאט אראפגענומען]


עס קען זיין, אבער עס איז לא מעלה ולא מוריד.....

זיי סערווירן יעדעם, אדרבה הייב אויף א טעלעפאן און פרעג זיי.....

Kool man » זונטאג פעברואר 1, 2015 1:29 pm

· #251095
יא, קאנפירמד אז ס'יז עקסטשעינטזש אליין, אויב יא זענען זיי גאר צוריקגעבליבען, זיי האבען נישט די ריכטיגע ספעללינג פון די נאמען, און שוין אזוי זיי האבען געמאפט און די אפגעריסענע עקסטשעינזש האט נאך זייער אור אלטע אדרעסע, זיי האבען שוואכע טשאנסע צו מצליח זיין.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:17 pm

· #260819
פאר אונזער היימישער עולם איז דאס א קנאקעדיגע ביזנעס. ווער קען דען בעסער סטראשען, פייניגען, טעראריזיאען דאס מענטשהייט ווי א עכט היימיש חסידישער איד

למדן » זונטאג מערץ 29, 2015 9:33 pm

· #262642
פארוואס איז גיין צו א גויאישע קאמפאני מסירה?
איז עס נישט ווי א סערוויס וואס זיי טוען פאר די רייט פרייז?
עס איז נישט קיין דין