2 מדנ"י סאלדאטן טויט אין כיזבאלא אטאקע אויף מיליטערישן טרעקל
א כיזבאלא אנטי טאנק מיסל האט -לויט רוב באריכטן- אומגעברענגט צוויי מדנ"י סאלדאטן אין די מדנ"י אקופירטע גולן הויכן נעבן די שעבא פארמס (הר דוב) אקופירטע דורך מדנ"י און וואס געהערט פאר לבנון.
דאס קומט נאך די מדנ"י באמבאדירונג אויף א כיזבאלא קאנוואוי אין סיריע לעצטע וואך וואס האט אומגעברענגט זעקס כיזבאלא קעמפער און אן איראנער גענעראל.
בערך 11:35 צופרי לאקאלע צייט האט א כיזבאלא אנטי טאנק מיסל געשאסן פון לבנון טעריטאריע באטראפן א מדנ"י מעדיצינישע טרעקל אין א מיליטערישע קאנוואוי נעבן די גרעניץ מיט סיריע און מדנ"י.
מדנ"י האט אין רעאקציע באמבאדירט פינף און צוואנציג צילן אין דרום לבנון נעבן די גרעניץ, די שפאנישע אמבאסאדאר אין בעירוט האט באשטעטיגט אז א שפאנישע יו.ען. שלום-היטער איז אומגעקומען, אנדערע פאטאליטעטן אויף די לעבאנעזער איז דערווייל נישט באקאנט.
א פון פריער אומבאקאנטע כיזבאלא פליגל מיטן נאמען 'די רעכטפארטיגע מארטירער פון קונעיטרא' האט גענומען פאראנטווארטליכקייט, כיזבאלא קוועלער האבן געמאלדן אז פופצן מדנ"י סאלדאטן זענען אומגעקומען, אבער כיזבאלא האט א היסטאריע פון איבערטרייבן די נומער פון מדנ"י פאטאליטעטן.
<a class="postlink" href="https://secure.euronews.com/embed/2421242">https://secure.euronews.com/embed/2421242</a>