☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ישעיהו השלישי - פרק א'

ישעיהו השלישי - פרק א'

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8198

יאיר » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:44 pm

· #250296
ישעיהו השלישי - פרק א'
פרק א'


די וויזיע פון ישעיהו השלישי, וואס ער האט געזען אויף דער חרדי'שער אידנטום, אין די צייט וואס די רבי'ס פון באבוב האבן זיך ארומגעקריגט:

הערט זיך צו, שווארץ איינגעהילטע גופים; נייגט צו אייערע אויערן, אידן וואס רופן זיך חרדים.
גאט רעדט צו אייך: איך האב אייך געגעבן א תורה, און איר קוקט עס נישט אן!
מיינע נביאים האבן געשריבן פיר און צוואנציג ספרים, וויפיל פון זיי קענט איר?
איר זענט איינגעזינקען אין מאטעריאליזם, און איר רעדט זיך איין אז איר דינט מיר.
הערט אויף רייניגן אייערע קערפערס אין מקוה, און הייבט אן גלאנצן אייערע נשמות!
אייערע מוחות זענען פארטעמפט און אייערע הערצער זענען פארגליווערט.
איר מיינט אז איר גלייבט אין מיר, אבער דעם טייטש פון אמונה ווייסט איר נישט.
אייערע מיילער זענען אנגעפילט מיט אומווירדיקייטן, כאטש איר עסט נאר מיט אייערע הכשרים.
אין מקוה באשמוצט איר אומשולדיגע מענטשן, צווישן מנחה און מעריב בארעדט איר מיינע קינדער.
און דערנאך גייט איר אהיים, און פאטשט זיך שישו מעי.
און ווען עס קומט א צרה, ווארפט איר דעם שולד אויף אייערע פרויען.
איר בויעט אן ארון הקודש פון מארמויער שטיין, אריינצולייגן מיינע ספרים וועלכן איר פאלגט נישט.
איר טאנצט הקפות מיט הויכע פארענטשעס, און איר טרעט אויף די ספרים אין אייערע הענט.
איך האב באפוילן לא תשנא את אחיך, און איר האט פיינט אייערע אייגענע ברידער.
איך האב געבאטן לא ימותו אבות על בנים, און איר שטראפט קינדער אויף זייערע עלטערנ'ס זינד.
איך האב געהייסן לא תלך רכיל בעמך, און אייערע צייטונגען זענען פיל מיט רייד פון פארשעמונג.
איך האב געזאגט לא יהיה לך אלהים אחרים, און איר דינט מענטשן פון פלייש און בלוט.
אבער הבלים וואס איך האב קיינמאל געהייסן, הענגט איר אן אין מיין הייליגן נאמען.
געלט און כבוד איז אייער מולך, איר זענט מקריב דערפאר אייערע קינדער.
עשירים און בעלי תאוה באעהרט איר, אבער די וואס דינען מיר ווערן דערנידערט.
איר פארשלייערט אייערע תאוות אין מיין הייליגן צודעק, איר דערנידערט מיר אין די אויגן פון די פעלקער.
איר דערשטיקט יעדן קול פון שטראף רייד; איר פארגיפטעט יעדן קוואל פון ווארהייט.
איר רופט זיך חרדים. וואו איז אייער חרדת אלהים?
איר רופט זיך חסידים. וואו זענען אייערע חסדים?
איר באשיצט מתים, אבער איר באגראבט לעבעדיגע.
איך דארף נישט אייערע טיי אווענטן; אייערע נדבות פאר אידן וועמען איר האט דערטראנקען.
באצווינגט נישט אייער אידעאלאגיע אויף אנדערע, און איר וועט נישט האבן אזויפיל נצרכים!
אייערע גראנדיעזע בתי מדרשים צעווארפט, און אייערע בלוט-פארשמירטע מוסדות לעזט אויף.
די פלאקאטן פאר אייערע דינערס רייסט אראפ, זיי פארשוועכן מיין נאמען!
פארמאכט אייערע גמרות; פארשפארט אייערע כוללים -
און זעצט זיך לערנען מיינע רייד, די ווערטער וואס איך האב איבערגעגעבן פאר מיינע שליחים.

יואב » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:48 pm

· #250298
👍
געוואלדיג שבגעוואלדיג. וואס טוט זיך מיט די בנות ציון?

יאיר » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:52 pm

· #250299
יואב
:like
געוואלדיג שבגעוואלדיג. וואס טוט זיך מיט די בנות ציון?

נאך א וויזיע וועט קומען צו דער צייט.

נהורא נפישא » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:54 pm

· #250301
...

אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:08 pm

· #250303
די געזעאכטס פון יאיר דער זעער פון קפה שטוב וואס האט געזען אין דער טאג פונעם שניי-זאוורוכע;

קינדער מיינע, איר זענט טויט צעפראסקעט; אייערע רביים זיצן ביים בארטן אין פלורידע און אסר'ן אייך, פון דארט, צו רייזן אהין.

מען נייגט אייך זיך צו מערן ווי די שרצים אין ים, אבער קיין וועגעלע חלילה נישט פירן.

מ'רעדט פון שלום, מ'מיינט קריג, מ'רעדט פון קדושה מ'מיינט דעם ברית.

אידישער פאלק, אפילו די אראבער האבן געהאט א פרילינג, אומגעצייטיגטע טייבעלעך, וואו זענט איר?

הוגה » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:33 pm

· #250338
א גוט מארגן! נאך אן אויפגעקלערטע כופר האט זיך אויפגעוועקט אונז איינצוטיילן וויאזוי צו זיין אידן? דער ישעיהו ג' מיינט אז ער איז אויפגעקומען מיט עפעס חדשות. גיי דיר מיט דיינע חברים ישעיהו א' און ב', חבקוק, ירמיהו וכדו' און גייטס אייך קיין פודסטעפס און לאזט אונז און אונזערע הייליגע רביס לעבן.

פליקער » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:53 pm

· #250345
האמיר דא יאיר ווערסעס הוגה, איז דאס עפיזאד איינס?

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 27, 2015 12:07 am

· #250349
תיקון טעות, איך האב געבאטען לא ימותו בנים על אבות כצ"ל

עדיאל » דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:59 am

· #250373
ויהי בשנה השלישית לחוזה יאיר ואני שוכב על מטתי בליל זעוות. היה היה דבר ה' אל עדיאל בן זבדיה משער העובדים לאמר. לך אל יאיר ודברת אליו, כה אמר ה' אלהי ישראל. עמי מה עשו לך, ישראל מה חטאו לך. היקחו בניך בשביה וכי ישכבו את בנותיך, כי דברת אליו רק רע כל היום. ותעלה באושתם בחוצות, וברחובות תרנן עליו, והיית לנביא בשער. היכחש כושי בכושרי חם, או אם יסנן סיני שנאת בני עמו, כי פיך מלאה מרמה וארס פתן בלשונך. טח עיניך ראות בטוב ירושלים, ואטם אזניך משמוע צדקת בני ציון. לכן כה אמר ה', יען כי ידעת את נאקת עמי ולא אבית מושיע לו, ואבית בלענים ומאנת חזקת בו. והיה ביום פקדי על רועי עמי ופקדתי גם על בית יאיר. כי ידעתי את סבלות בני ישראל אשר שריהם וכהניהם לוחצים אותם, שמעתי את נאקתם. והיה המאור למארה והמשכיל יהיה למשחיל. והיה גזבריהם מאירים שבעתיים כאור יאיר, וזכרתי חסדם את עמי. ביום ההוא יהיה, נאום ה' אלהי צבאות ישראל.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:18 am

· #250388
פרק ב'


והנה קול גדול ונורא בוקע מן הרקיעים הולך וחזק, וקורא אומר:

הוי נביא שקר, לא יאיר ייאמר כי אם חשיכה יקרא שמך:

אל תתן לפיך פוערת, ולשפתותיך חתוך:

אלה צדיקיך ישראל, על שכמם יסבול עולם:

שמות לנולדים יתנו, ושינוי כינוי למשודכים:

חורצים גורל אנושים, זה תחתוך וזה תכרוך:

בונים עולמות לתורה, שומרים משמר אל:

עורכים שולחנות בטהרה, שיירי מאכל לרעבים:

מתייסרים בניסיון העושר, להגן על עוון הדור:

נאחזים בסבכי שופטים, ופסקי דין הרבנים:

מסוכסכים עם בית אבותם, שבורי לב ומשפחה:

מטולטלים בחרפת סבורבאן, ומבהלת עסקורט ייחרדון:

תחת פעלץ כבד מזיעים, לא יהלכו בלא משענתם:

גולים למקומות נופש, לכפר את חטאות העם:

כופר נפש ייקחו, פדיון לנפש סוררה:

אל תדבר עליהם גבוה, עבדי כולנו המה:

מכובלים בזיקת הנצרכים, מבקשי דעת אחר:

אל תדון את חבירך, אף אם לא תרצה את מקומו:

לכולנו קופה של שרצים, למה להתמקד על שלהם:

ויהי ככלות הקול לדבר, והרקיע עוד פתוח:

השליך ה' אלקים דרך חלון השמים שלג כבד מאוד:

אות הוא מן ד' כמראה הווייט אויט:

כאומר, חזור בך יאיר מדבריך הקשים, משוך עליהם קו:

ויהי שלום בארץ, פלגות ושבטים בני ישראל מעולם ולעולם המה:

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:23 am

· #250398
געוואלדיגע דברי נבואות, @יאיר. חכם עדיף מנביא.
ווען דער ערשטער חלק פון ישעיהו איז געזאגט געווארן זענען אויך געווען אזוינע וואס זענען געווען ברוגז פארוואס ער רעדט אזוי אויף די אידן, זיי האבן גע'טענה'ט אז אלעס איז פיין און וואויל, עס פעלט קיינעם גארנישט. ישעיהו האט זיך אבער נישט דערשראקן, נאר געזאגט זיין נבואות בתוקף ועוז.

חֲזוֹן יְשַׁעְיָהוּ בֶן אָמוֹץ אֲשֶׁר חָזָה עַל יְהוּדָה וִירוּשָׁלָ‍ִם בִּימֵי עֻזִּיָּהוּ יוֹתָם אָחָז יְחִזְקִיָּהוּ מַלְכֵי יְהוּדָה. ב שִׁמְעוּ שָׁמַיִם וְהַאֲזִינִי אֶרֶץ כִּי ה' דִּבֵּר בָּנִים גִּדַּלְתִּי וְרוֹמַמְתִּי וְהֵם פָּשְׁעוּ בִי. ג יָדַע שׁוֹר קֹנֵהוּ וַחֲמוֹר אֵבוּס בְּעָלָיו יִשְׂרָאֵל לֹא יָדַע עַמִּי לֹא הִתְבּוֹנָן. ד הוֹי גּוֹי חֹטֵא עַם כֶּבֶד עָו‍ֹן זֶרַע מְרֵעִים בָּנִים מַשְׁחִיתִים עָזְבוּ אֶת ה' נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל נָזֹרוּ אָחוֹר. ה עַל מֶה תֻכּוּ עוֹד תּוֹסִיפוּ סָרָה כָּל רֹאשׁ לָחֳלִי וְכָל לֵבָב דַּוָּי. ו מִכַּף רֶגֶל וְעַד רֹאשׁ אֵין בּוֹ מְתֹם פֶּצַע וְחַבּוּרָה וּמַכָּה טְרִיָּה לֹא זֹרוּ וְלֹא חֻבָּשׁוּ וְלֹא רֻכְּכָה בַּשָּׁמֶן. ז אַרְצְכֶם שְׁמָמָה עָרֵיכֶם שְׂרֻפוֹת אֵשׁ אַדְמַתְכֶם לְנֶגְדְּכֶם זָרִים אֹכְלִים אֹתָהּ וּשְׁמָמָה כְּמַהְפֵּכַת זָרִים. ח וְנוֹתְרָה בַת צִיּוֹן כְּסֻכָּה בְכָרֶם כִּמְלוּנָה בְמִקְשָׁה כְּעִיר נְצוּרָה. ט לוּלֵי ה' צְבָאוֹת הוֹתִיר לָנוּ שָׂרִיד כִּמְעָט כִּסְדֹם הָיִינוּ לַעֲמֹרָה דָּמִינוּ.    י שִׁמְעוּ דְבַר ה' קְצִינֵי סְדֹם הַאֲזִינוּ תּוֹרַת אֱלֹקינוּ עַם עֲמֹרָה. יא לָמָּה לִּי רֹב זִבְחֵיכֶם יֹאמַר ה' שָׂבַעְתִּי עֹלוֹת אֵילִים וְחֵלֶב מְרִיאִים וְדַם פָּרִים וּכְבָשִׂים וְעַתּוּדִים לֹא חָפָצְתִּי. יב כִּי תָבֹאוּ לֵרָאוֹת פָּנָי מִי בִקֵּשׁ זֹאת מִיֶּדְכֶם רְמֹס חֲצֵרָי. יג לֹא תוֹסִיפוּ הָבִיא מִנְחַת שָׁוְא קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה הִיא לִי חֹדֶשׁ וְשַׁבָּת קְרֹא מִקְרָא לֹא אוּכַל אָוֶן וַעֲצָרָה. יד חָדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי הָיוּ עָלַי לָטֹרַח נִלְאֵיתִי נְשֹׂא. טו וּבְפָרִשְׂכֶם כַּפֵּיכֶם אַעְלִים עֵינַי מִכֶּם גַּם כִּי תַרְבּוּ תְפִלָּה אֵינֶנִּי שֹׁמֵעַ יְדֵיכֶם דָּמִים מָלֵאוּ. טז רַחֲצוּ הִזַּכּוּ הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם מִנֶּגֶד עֵינָי חִדְלוּ הָרֵעַ. יז לִמְדוּ הֵיטֵב דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט אַשְּׁרוּ חָמוֹץ שִׁפְטוּ יָתוֹם רִיבוּ אַלְמָנָה.    יח לְכוּ נָא וְנִוָּכְחָה יֹאמַר ה' אִם יִהְיוּ חֲטָאֵיכֶם כַּשָּׁנִים כַּשֶּׁלֶג יַלְבִּינוּ אִם יַאְדִּימוּ כַתּוֹלָע כַּצֶּמֶר יִהְיוּ. יט אִם תֹּאבוּ וּשְׁמַעְתֶּם טוּב הָאָרֶץ תֹּאכֵלוּ. כ וְאִם תְּמָאֲנוּ וּמְרִיתֶם חֶרֶב תְּאֻכְּלוּ כִּי פִּי ה' דִּבֵּר.    כא אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה קִרְיָה נֶאֱמָנָה מְלֵאֲתִי מִשְׁפָּט צֶדֶק יָלִין בָּהּ וְעַתָּה מְרַצְּחִים. כב כַּסְפֵּךְ הָיָה לְסִיגִים סָבְאֵךְ מָהוּל בַּמָּיִם. כג שָׂרַיִךְ סוֹרְרִים וְחַבְרֵי גַּנָּבִים כֻּלּוֹ אֹהֵב שֹׁחַד וְרֹדֵף שַׁלְמֹנִים יָתוֹם לֹא יִשְׁפֹּטוּ וְרִיב אַלְמָנָה לֹא יָבוֹא אֲלֵיהֶם
.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:21 pm

· #250495
[quote="סנהדרין קה ע"א"] אמר רב תשובה נצחת השיבה כנסת ישראל לנביא אמר להן נביא לישראל חזרו בתשובה אבותיכם שחטאו היכן הם אמרו להן ונביאיכם שלא חטאו היכן הם שנאמר (זכריה א, ה) אבותיכם איה הם והנביאים הלעולם יחיו[/quote]

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:21 pm

· #250511
בקיצור, אלו ואלו דברי אלוקים חיים. אוודאי אלע נביאים פלעגן שרייען אז די אידען זענען נישט גוט און זיי דארפן זיך פארבעסערן. מצד שני טרעפט מען אויך אין חז"ל אז מען האט טענות אויף די נביאים וואס זיי מאכען די אידען פאר אזוינע רשעים ווי כאילו זיי זענען עפעס בעסער. אפילו אויף ישעיה פרק א זאגען חז"ל ער האט נישט געדארפט רופען די אידען סדום ועמורה.

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:49 pm

· #250538
יאיר, די שטייסט גוט, מען קריטעקירט דיר דא מיט די קריטיק פין די גמרא אויף דער אמת'ע ישעיה.