☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קארס אראפ פין די גאסען

קארס אראפ פין די גאסען

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8197

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:12 pm

· #250282
קארס אראפ פין די גאסען
איז עס בארעכטיגט?

וואס איז די סיבה אז מען זאל צונעמען דער פרייהייט פין די מענטשען?

און אז איינער ווייל יא פארען, לאז זיין ער איז צודרייט, האט מען א רעכט עס צו אסר'ן?

ישמעאל הכהן » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:15 pm

· #250284
מיר קענען נישט געניג ווארענען דעם עולם, ביטע נישט דרייוון, יעדע קאר אויפן גאס שטערט די אפעראציע פון הצלה, שארער טראק'ס, און אנדערע עמערדזשענסי פערסאנאל, ווייל מען נעמט זיך גליטשען, און מען האט נישט ווי אוועק צילייגן די קאר אן שטערן די פארקער, און ווען א שארער טראק קען נישט דורך פארן א גאס, מיידט ער אויס די גאס, דעיס קען זיין א דירעקטע גורם פאר א אימגליק ממש חלילה, ביטע נישט נעמען דאס פאר לייכט, א נישט גערוימטע גאס קען נעמען נאך עטליכע שעה ביז מען וועט זוכה זיין אז נאך א טראק זאל זיך דארט באווייזן, נאך א מאל מיר בעיטן שטארק און ווארענען, נעמט נישט ארויס די קארן ביז נאך די שניי הערט זיך אויף, און די גאסן ווערן געשארט און באזאלצען.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8193">viewtopic.php?f=3&t=8193</a><!-- l -->

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:19 pm

· #250287
כ'הער, אבער עס בארעכטיגט נישט

קאצקע ציקער » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:31 pm

· #250292
[ציטאט אראפגענומען]

ער פארשטייט עס טאקע נישט

יואב » מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:43 pm

· #250295
איחוד פעלד
כ'הער, אבער עס בארעכטיגט נישט

אויב נעמסטו מעדיקעיד איז זיכער נישט קיין פראגע.