☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נאר מיט אמונה וועלן מיר זיך האלטן שטארק אין גלות #1000000000

נאר מיט אמונה וועלן מיר זיך האלטן שטארק אין גלות #1000000000

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8183

כוכב » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:46 pm

· #249838
נאר מיט אמונה וועלן מיר זיך האלטן שטארק אין גלות #1000000000
נאז, פיצן.
ציין, טריצן.
פיס, זיצן.
הענט, שוויצן.
האלז, היצן.

קאפ, וויי.
מויל, געשריי.
ציין, ריי.
הענט, צוויי.
שיך, גיי.
פינגער, ביי.
גוף, שטיי.
טויט, ביי.

געבוירן, ניי.
געשטארבן, וויי.
בושה, שיי.
פענסיל, בליי.
פליען, פליי.
טרוקן, דריי.
שלשלת, דריי.
אבות, דריי.
העלא, היי.
הויך, היי.

באשאפן. אלעס. באשעפער.
איך. גארנישט. מה. רבו. מעשיך. ה'.
תשובה. תגובה. אמונה. גלייבן.
ווייל יעדע עפל,
און קנעפל,
אויך די טעפל,
אפילו לעפל,
יש, מאין.
הבל, קין.
בארגן, לייען.

טוען, תשובה.
ברענגען, גאולה.
משיח, רייטן.
זמנים, בייטן.
גוטע, צייטן.
תגובות, מיליאן.
ממרא, פלוין.
מנהלים, נישטא לוין.
ענדיג, שוין.
פליז. מיך. רעיטן. פינף. וד''ל. שכויעח.

יאיר » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:51 pm

· #249839
וואס?

כוכב » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:03 pm

· #249843
נישט צו באלמוטשענען דעם עולם האב איך געמאכט א קיצור פון אלע פערציג פאעזיעס אין אייוועלטס פאעזיע פארמעסט. ביטע שרייבן שיינע דאנקען אדער קוואטן די קומענדיגע ווערטער

א דאנק
.

יין שרף » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:08 pm

· #249845
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט... האסט מיר געמאכט אויסשיסן.
נאדיר א גרינעם 😁

איש את רעהו » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:24 pm

· #249847
וואסי אזוי שלעכט מיט יענע פארמעסט

ישמעאל הכהן » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:28 pm

· #249848
נישט שלעכט. אבער מיט פאעטרי האט עס גארנישט

פליקער » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:44 pm

· #249850
איך וועל אנעמען אז איך בין דער וואס פארשייט נישט צי קיין פאעטי, אבער און אמתן ווייסט כוכב וואס ער וויל, ווייל איך פארשטיי נישט וואס האר אין די נאז האט מיט געפילטע פיש.

יין שרף » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:35 pm

· #249856
קוק אויף דיין שכן ביי שאלעשידעס וועסטו פארשטיין...

יאיר » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:04 pm

· #249862
שוין, כהאב געליינט אפאר פאעמס דארט. גראדע גאנץ פיינע סחורה. איך האלט נישט זיי זענען ווערד די שפאט מיט וואס מען באציט זיך צו זיי.

כוכב » מיטוואך פעברואר 26, 2020 2:29 pm

· #443425
כ'האב נישט געדענקט כ'האב אמאל געשריבן דעם אשכול (סארי כ'בין אריין אין א מי אני טרענס פון אויפעפענען אלטע אשכולות און רעדן צו זיך אליין) אבער כ'מוז באגריסן מיין קריעטיוויטעט. די גראמען דא זענען סאליד.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:09 pm

· #443430
נישט נאר סאליד, אסאך זענען אפילו די זעלבע ווארט אויפן האר...