וחי אחיך עמך; א אידישער עמעזאן!
אויף א וואטסעפפ גרופע באקום איך פריער אין טאג א לינק צו א "אידישע עמעזאן"!
איינער קען ערקלערן וואס די גיהנום דאס איז? פארנומען בין איך לעצטענס ביז איבערן קאפ, האב איך ניטאמאל קיין צייט עס צו שטודירן. שפעטער, אין בעט, וועל איך נאכאמאל דא זיין און כ'וויל א פונקטליכע באריכט.
<a class="postlink" href="http://astore.amazon.com/zadikim-20">http://astore.amazon.com/zadikim-20</a>
אפטעמיסט
איינער קען ערקלערן וואס די גיהנום דאס איז?
ניין!איך קען דיר נאר ערקלערן וואס די גן עדן דאס איז.
איינער וויל זיך מרחם זיין?
כ'בין אהין צו יענעם זייטל, כ'האב פאר נייגער א דרוק געטון אויפן קנעפל "ABOUT US", כ'האב געטראכט אז כ'וועל קלוגער ווערן,
אבער עס איז ערשינען א בלאט פול מיט געהיימניספולע קאודס...
איינער וויל זיך מרחם זיין?
@אפטעמיסט איך האב דאס שטודירט און לויט ווי עס קוקט מיר אויס האבן עמעזאן פארקויפערס א מעגליכקייט צו האבן אזא כמו-וועבזייטל מיט זייערע פראדוקטן וואס זיי פארקויפן אויף עמעזאן [אפצווייג פון די ארגינעלע זייטל] מיט א עקסקלוסיווע לינק.
איז א קלוגע אידעלע אויפגעקומען מיט א געדאנק צו פארשפרייטן זיין זייטעלע.
פאטעטא טשיפסאיינער וויל זיך מרחם זיין?
@אפטעמיסט איך האב דאס שטודירט און לויט ווי עס קוקט מיר אויס האבן עמעזאן פארקויפערס א מעגליכקייט צו האבן אזא כמו-וועבזייטל מיט זייערע פראדוקטן וואס זיי פארקויפן אויף עמעזאן [אפצווייג פון די ארגינעלע זייטל] מיט א עקסקלוסיווע לינק.
איז א קלוגע אידעלע אויפגעקומען מיט א געדאנק צו פארשפרייטן זיין זייטעלע.
עס איז לאו דוקא פאר זייערע פראדוקטן עמעזאן האט א זאך וואס הייסט "עמעזאן אסאסיעטס" זיי געבן קאמישען פאר ארדערס זעה מער <a class="postlink" href="https://affiliate-program.amazon.com/gp/associates/join/landing/main.html">https://affiliate-program.amazon.com/gp ... /main.html</a>
איז א קלוגע אידעלע אויפגעקומען מיט א געדאנק צו פארשפרייטן זיין זייטעלע.[/quote]
פיינע איידיע, עס ארבעט מיט די געהעריגע עמעזאן לאגין (LOGINׂ)!