☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אוטומאטישע ארויסגעסיינעכס, א קללה!

אוטומאטישע ארויסגעסיינעכס, א קללה!

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8173

אחד העם » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:12 pm

· #249601
אוטומאטישע ארויסגעסיינעכס, א קללה!
איך בין צובייזערט, שוין די צווייטע מאל היינט וואס עס פאסירט מיר.
איך נעם זיך טייפען אויפען טעלעפאן, און אזוי נאך א האלבע שעה טייפען איך וויל עס שיקען, אדער לייגען און דרעפט וכדומה, קומט ארויף אז איך דארף מיך נאכאמאל אריין סיינען, וויל איך שנעל צוריק גיין צו דעם פעדזש פון פארעפנטליכען א ריאקציע און עס איז ליידיג, וואס איז די פשט פון דעם? א גאנצען געשרייבעכס איז מיר געגאנגען א גאנג לכבוד דעם.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:13 pm

· #249602
דארפסט טשעקן דעם קעסטל ביים אריינסיינען וואס שטייט "בלייב אריינגעסיינט אטאמאטיש".

ווען עס קומט ארויף ליידיג, מאך דער "בעק" קנעפל אויפ'ן בראוזער וועט אלעס זיין צוריק. קאפי עס און סיין אריין און פעיסט עס אריין נאכאמאהל.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:14 pm

· #249603
יא איך אויך געהאט דאס. אבער ביי מיר געשעט עס נאר ווען איך נוץ דעם פאונס אינטערנעט, ווען איך בין אויף ווייפפיי סיינט זיך עס קיינמאל נישט ארויס.

אחד העם » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:16 pm

· #249604
פישלע העררינג
דארפסט טשעקן דעם קעסטל ביים אריינסיינען וואס שטייט "בלייב אריינגעסיינט אטאמאטיש".

ווען עס קומט ארויף ליידיג, מאך דער "בעק" קנעפל אויפ'ן בראוזער וועט אלעס זיין צוריק. קאפי עס און סיין אריין און פעיסט עס אריין נאכאמאהל.

אקעי, וועל איך טשעקען דעם קנעפל, שכויח פישלע
אבער מאכען בעק, אמאל גייט עס יא און אמאל קום איך אן צו א ליידיגען בלאט, אדער קומט עס בכלל נישט צוריק צו דעם בלאט סנעמט מיך גלייך צוריק צום פארום.

פלאוויוס » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:17 pm

· #249606
המקום ימלא את חסרונך! איך האב מיטלייד מיט דיר. כדי זיך צו פארהיטן פון אזעלכע צרות בין איך מיך געווענליך נוהג צו מאכן copy-paste יעדעס מאל איידער איך שטעל ארויס א רעאקציע. אין פאל אז דאס ווערט פארלוירן קען איך עס דערנאך צוריקברענגען מיט א קנעפל.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:18 pm

· #249607
ידוע ומפורסם דער פראבלעם ,יעדער מוטשעט זיך דערמיט.
לכאורה איז עס א סעטינג מטעם דער אדמינעסטראטאר ווייל אויף אנדערע סייטס בלייב איך אריינגעסיינט אסאך לענגער.

אחד העם » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:19 pm

· #249609
איך אויך
ידוע ומפורסם דער פראבלעם ,יעדער מוטשעט זיך דערמיט.
לכאורה איז עס א סעטינג מטעם דער אדמינעסטראטאר ווייל אויף אנדערע סייטס בלייב איך אריינגעסיינט אסאך לענגער.

אויב איז עס אזוי ווי די זאגסט דארף מאכען א פעטיציע אז זיי זאלען פארלענגערן דעם זמן.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:25 pm

· #249613
איך שרייב מיינע תגובות אין נאוטס, עס סעיווד זיך פון זיך אליינס אטעמאטיש. דערנאך ווען איך בין פארטיג c/p איך עס אריין אין ק"ש.

אחד העם » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:30 pm

· #249614
הוגה
איך שרייב מיינע תגובות אין נאוטס, עס סעיווד זיך פון זיך אליינס אטעמאטיש. דערנאך ווען איך בין פארטיג c/p איך עס אריין אין ק"ש.

אבער די אוסלייג אמאל קומט נישט אויס אזוי גוט, און לינקען קען מען אויך נישט, אפשר גאר קען מען יא?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:43 pm

· #249623
איך האב נישט דעם פראבלעם אין ערגעץ ב"ה. (זייט מיר נישט מקנא, כ'האב אנדערע פראבלעמען, שווערערע...)

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:47 pm

· #249625
כ'האב שטארק מיטלייד מיט דיר ווייל איך ווייס ווי אזוי דאס פילט, האבענדיג אליין מיטגעלעבט די קללה מער ווי איין מאל.

לעצטענס פיר איך מיך אז ווען איך שרייב עפעס לענגערס דרוק איך "אויסקוק פון פאראויס" יעדע פאר מינוט צו מאכן זיכער איך ווער נישט ארויסגעסיינט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:02 pm

· #249628
פלאוויוס
המקום ימלא את חסרונך! איך האב מיטלייד מיט דיר. כדי זיך צו פארהיטן פון אזעלכע צרות בין איך מיך געווענליך נוהג צו מאכן copy-paste יעדעס מאל איידער איך שטעל ארויס א רעאקציע. אין פאל אז דאס ווערט פארלוירן קען איך עס דערנאך צוריקברענגען מיט א קנעפל.

יא, אבער האסט געמוזט קודם אפאר מאל פארלירן ביז'ן זיך צוגעוואוינען צו מאכן copy-paste איידער'ן שיקן..

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:05 pm

· #249629
אחד העם
הוגה
איך שרייב מיינע תגובות אין נאוטס, עס סעיווד זיך פון זיך אליינס אטעמאטיש. דערנאך ווען איך בין פארטיג c/p איך עס אריין אין ק"ש.

אבער די אוסלייג אמאל קומט נישט אויס אזוי גוט, און לינקען קען מען אויך נישט, אפשר גאר קען מען יא?

איבערהויפט ווען דו האסט בילדער וואס דו ווילסט מצרף זיין. ווי אויך איז שרייבן דירעקט אינעם זייטל מער גינסטיג צוליב וואס דו קענסט סעיוון אלס דרעפט און שפעטער אפדעיטן מער. ווי אויך זעסטו בשעת מעשה ווי לאנג ס'איז, צו וויסן אויב ס'איז שוין צייט אויפצוהערן..

יידל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:41 pm

· #249646
עצה טובה אז נאכן ענדיגן א לאנגע תגובה, און מ'איז נישט זיכער צו מ'איז נאך אריינגעסיינט, קען מען א צווייטע טעב און דארט עפענען קאווע שטיבל. אויב טרעפט מען אז מען איז אריינגעסיינט, הרי טוב. אז נישט, קען מען אריינסיינען אינעם נייעם טעב, און דערנאך צוריקגיין צום תגובה און שיק'ן אן מורא האבן אז עס וועט גיין לאיבוד.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:54 pm

· #249650
איך בין זיך נוהג יעדן מאל פאר'ן שיקן א תגובה צו מאכן א סעלעקציע און קאפירן די גאנצע זאך, אין פאל עס פאסירט א קאטאסטראפע. וכן עשיתי ארבעים יום ונושעתי.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:53 pm

· #249664
קיינמאל דאס נישט פייגעבאלן. שכוח גלייכערמעקל

chusid » פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:49 am

· #249679
[ציטאט אראפגענומען]

דו מייינסט צו זאגן יידל'ס עצה?

chusid » פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:46 am

· #249730
וואס הייסט מען עפענט די שיק קנעפל אין א נייע טעב? ווען איך עפען א נייע טעב און איך גיי צו ק"ש קום איך אהן צום הויפט בלאט. וואס טו איך יעצט?