☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8166

אשכול אן א טיטל #8166

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8166

— » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:36 pm

· #249342

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

גיבור » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:50 pm

· #249345
איז עס אמת ? קאנפירמעד ?

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:54 pm

· #249348
[ציטאט אראפגענומען]

נעה סאנט ווי בעלאני

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:27 pm

· #249368
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה איז זייער גרינג איהם צו כאפן. מ'דארף איהם פארהערן וואס די רבי עסט פריער. די פיש, אדער די ציבעלע קיגל... 😂

smart » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:38 am

· #249397
דעע אנצע מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס.. ער איז געוען צווייטע טעג יו"ט אין סקווירא אין קיינער קען אים נישט ??

דער שכן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:07 am

· #249399
smart
דעע אנצע מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס.. ער איז געוען צווייטע טעג יו"ט אין סקווירא אין קיינער קען אים נישט ??


מען קאן אים יא. עס איז דא פארשידענע בילדער און קליפס פון אים. עפעס טויג נישט מיט אים, דאס איז זיכער. אדער א סייקאו אדער א אונטערגעשיקטער.. ער איז זייער מאדנע.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:37 pm

· #249452
📎 מוסלמי חסיד סקוויר.jpg

📎 3_.jpg

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:40 pm

· #249453
דאס איז זיכער אז ער איז טויט משוגע ,די שאלה איז אויב עס שטעקט עפעס מער אונטער עם. ונזכה ונחיה ונידע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:46 pm

· #249457
הקיצור, איזז די מעשה טאקע קראנט?
אויב יא, האט מען שוין געכאפט א שמועס מיט דעם בחור? האט ער שוין פארציילט עפעס מאחורי הפרגוד?

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:54 pm

· #249463
כ'פארשטיי נישט די סתירה, מ'קען נישט זיין א מוסלמענער און אויך זיין א סקווירא?

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:08 pm

· #249472
@פישלע העררינג
די ערשטע בילד וואס די האסט געברענגט איז די אראבער וואס האט נעכטן געשטאכען אויף א באס אין תל אביב.

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:09 pm

· #249474
כ׳פארשטיי נישט די איבערקערניש ! כבר היה לעלמים ! אָט דא אויף קאווע שטיבל האבן מיר אויך א [רעדאגירט דורך א גבאי חודש: נישט שיקאנירן א חבר השטיבל איבער זיינע דיעות] וואס איז עדיין מרקד בתוכנו... 😕 😲 😠 😞 😮 😈 😲

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:12 pm

· #249478
יע אבער ער זאגט קלאר וואס ער האלט און פארשטעלט זיך נישט.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:13 pm

· #249479
גיבור
@פישלע העררינג
די ערשטע בילד וואס די האסט געברענגט איז די אראבער וואס האט נעכטן געשטאכען אויף א באס אין תל אביב.

ס'איז קאפי פעיסט. נישט געוןואוסט.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:10 pm

· #249510
דאס שיקאנירן אנדערע שרייבערס אויף קאווע שטיבל און אפשפעטן אויף א פערזענליכער אופן איז אן עולה שאין כדוגמתו וואס מוז זיך אויפהערן.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:20 pm

· #249516
די עקלהאפטיגע מסירות און פארשווארצן דאס פנים פון יהדות החרדית לעיני העמים והשרים דורך א קומץ קטן פון נידריגע לוזערס מוז זיך אויך זאפארט אויפהערן.

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:23 pm

· #249518
וואטסאפ געשיכטעס, מען קען עס צוזאמשטעלן מיט די אשכול whatsapp והמסתעף

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:03 pm

· #249550
איך אויך
דאס איז זיכער אז ער איז טויט משוגע ,די שאלה איז אויב עס שטעקט עפעס מער אונטער עם. ונזכה ונחיה ונידע.

איך אויך: סארי. ער זעהט מיר נישט אויס צו זיין אנדערש פון די אנדערע סקווערער חסידים. מיט'ן העירקאט און די קעצי גלעזער...כ'בין זיכער אז ער שטיפט זיך צו כאפן די רבי'ס שיריים פונקט אזוי ווי די אנדערע חסידים... 🙄

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:45 am

· #249686
זאגט מיר איינער היינט אז די איינציגסטע סימן אז יענער איז טאקע א טעראריסט איז דאס אז ער איז געווען אין סקווירא אויף שמחת תורה...

אבער ערנסט גערעדט, קוקט מיר אויס אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן

סאשי פיש » זונטאג יאנואר 25, 2015 1:09 am

· #249883
מיט דריי שעה...

משולם שטיינפעלד » זונטאג יאנואר 25, 2015 5:21 am

· #249916
די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער? מען האט אים ניטאמאל ארעסטירט? ער דרייט זיך ווייטער אין סקווירא שטיבל אין לאנדאן?

וויאזוי ארבייט אזא זאך, זיצט איינער אין לאנדאן און נעמט א בילד פון א בחור און שיקט עס ארום אויף וואטסעפפ אז מען האט אים ארעסטירט?

אדער האט מען אים ארעסטירט און עס האט מיט טעראר קיין שייכות, עס איז נאר פרי דמיונו פון א קאנספיראציע טעאריקער?

וואס איז פאקטן? וואס איז דמיון?

smart » זונטאג יאנואר 25, 2015 2:22 pm

· #249995
יעצט הייבן אן זאכען צו קלעבן.. @געוואקטע אינגעל שכוח פארן אריינקומען קלאר

איז וואס איז די סטעטוס יעצט ער איז נאך א איד אדער ער איז צוריקגעגאנגען צו זיין אלטע ריליגיע?