☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויקיפידיע

וויקיפידיע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8164

גרונם » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:57 pm

· #249349
וויקיפידיע
איך שרייב אפט אויף די אידישע וויקיפידיע, גרינד איך דעם אשכול וואו איך זאל האבן די געלעגנהייט זיך צו דורכשמועסן בדיבוק חברים אלעס ארום וויקיפידיע.

וויקיפידיע אין אידיש איז א ריזיגע מישמאש צווישן אידיש, יידיש און יודיש, און ווי ס'שטייט דארט אז אזוי ווי א אידישע ליינער פארשטייט וואס א יידישע שרייבער שרייבט, ממילא זאל יעדער שרייבן אין די Yiddish וואס ער קען.

אגב, די ארטיקלן אויף די חסידישע גזע'ס איז די איינציגסטע אוואו אלע ארטיקלן זענען אין אידיש...

הכלל, מיין ערשטע שאלה;
ווי אזוי קען איך 'לינקן' פון איין שפראך אויף די אנדערע?

(איך האף אז ס'איז דא נאך אידן דא וואס שרייבן אויף וויקיפידיע)

יואב » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:20 pm

· #249350
זייער חשוב, און ס'איז א געוואלדיגע מצווה דאס שרייבן אויף וויקיפידיע.

א זייטיגע הערה נאר: איך וואלט מציע געווען אז עמיצער וואס איז גרייט אריינצולייגן צייט און כח אז די אידישע וויקיפידיע זאל ווערן א דערפאלגרייכע זייטל, זאל ליבערשט פראבירן צו פארריכטן די צאללאזע גרייזן – טייפאוס ווי אומריכטיגע דאטא צוגלייך – פון צווישן די בלעטער וועלכע זענען שוין ארויפגעשטעלט געווארן, און דערנאך זיך אריינלייגן אין שרייבן פרישע. דאס הימל-שרייענדע אמעראצעץ דארט טרייבט אוועק לייענער.

גרונם » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:43 pm

· #249357
איינע פון די זאכן וואס זיי שרייבן דארט איז אז מ'זאל נישט קיין אין מלחמה צווישן די ספעלינג פון אידיש יידיש און יודיש, ממילא איז אפטמאל שווער מבחין צו זיין צו ס'איז נישט גוט געספעלט אדער פשוט אן אנדערע יידיש...

טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:19 pm

· #459047
עס איז אינטערעסאנט צו זען טאקע ווי וויקיפידיע אויף די אנדערע שפראכן גייען אן מיט א פעסטקייט, ווען יעדן טאג שפראצן ארויס צענדליגער ארטיקלען למיניהם, בעת ווען דער אידישער וויקיפידיע איז מער-ווייניגער פאר'יתומ'ט. עס קומען טאקע צו נייע ארטיקלען, אבער אויף זייער א קליינע פארנעם. די סיבה פארוואס קלער איך איז צוליב די צומישעניש פון אידיש-יידיש, ווי מ'האט שוין דא אויבן געשריבן.

ס'אינטערעסאנט צו ברענגן אן ארטיקל וואס @יידל האט געשריבן ווען זיי האבן אפגעצייכנט 10,000 ארטיקלען.
עס איז קאמיש אז ביים צען טויזענטסטער ארטיקל ליידט נאך אלץ דער וויקיפעדיע פון די זעלבע פראבלעם וואס עס האט געליטן פונעם ערשטן טאג, נעמליך אז עס איז נישטא קיין געהעריגער איבערזיכט, און אנדערש ווי די ענגלישע וויקיפעדיע ווי אביעקטיוויטעט איז איינע פון די וויכסטיגסטע חלקים פון אן ארטיקל, איז אין די אידישע וויקיפעדיע כמעט נישט פארהאן דער מושג.


אין אן ארטיקל אין אידישען פארווערטס פון אקטאבער 27, 2006 שרייבט דר. שלום בערגער איבערן אידישן וויקיפעדיע. לויט דר. בערגער, איז דער ערשטער ארטיקל אין אידיש וויקיפעדיע געווען אויף צעטיל קטן. בערגער'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אין 2006. לויט ווי ער שרייבט אין זיין ארטיקל, איז דער ערך אויף צעטיל קטן באשטאנען פון דעם פאלגענדעם זאץ: "צעטיל קטן איז אן אויפפירינגס צעטל געשריבן געווארען דורך ר' אלימלך פון ליזענסק." עס איז איז שוין באלד 7 יאר נאך בערגער האט געשריבן זיין ארטיקל און 9 יאר זייט אידיש וויקיפעדיע שטייט, און דער בלאט באשטייט נאך אלץ פון די זעלבע 13 ווערטער. עס איז אינטערעסאנט וויאזוי אזויפיל פרטים איבער דעם וויקיפעדיע וואס בערגער שרייבט זענען שוין נישט נוגע, אבער וויאזוי דאס כלליות'דיגע אפשאצונג פון בערגער איז נאך אלץ גילטיג.
עס איז שוין עטליכע פארריבער זינט יידל האט געשריבן דעם ארטיקל, און נאך עטליכע יאר זינט די פארווערטס האט געשריבן יענעם ארטיקל, און די צעטל קטן בלאט באשטייט נאך אלץ פון די זעלבע 13 ווערטער...


אז מ'רעדט שוין, איז אינטערעסאנט צו ברענגן לינקס צו אינטרעסאנטע וויקיפידיע בלעטער

טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:36 pm

· #459067
[ציטאט אראפגענומען]


ס'דא א פשוט'ע ווארט, איבערזעצן/איבערטייטשן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:43 pm

· #459069