☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רעדע: סטעיט אף די יוניאן

רעדע: סטעיט אף די יוניאן

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8156

קינד_אן_קייט » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:34 pm

· #249106
רעדע: סטעיט אף די יוניאן
אונזער פרעזידענט ירום הודו, גיבט היינט אפ זיין יערליכע סטעיט אף די יוניאן רעדע, אזא מנהג נאך משנים קדמוניות ווי ער ברויך געבן א רעפארט פאר׳ן פאלק און ווי ער שטעלט פאר זיין אגענדע.

אזוי צוהערנדיג יעצט אויפדערנאכט צו בלויז עטליכע זאצן, קומט עפעס פאר כאילו ווי דער גאנצער שמועס איז פארוואנדלט געווארן אין א פארמאליטעט וואס איז פוסט און קאמיש. מעגליך אז מיין ציניזם אנטענע איז פארהאנקעט און פייפט צו הויעך, אבער די ליידיגע סלאגאנען גריצלן שוין ארויס פון די נאז אזש אז זיי זענען ניטאמאל ווערט צו ווערן אנגערופען אפילו בלויז בשם ׳רעטאריק׳.

אנדערש ווי אין א וואל יאר אדער אין צייטן ווען עס קומען פאר ערנסטע פאליטישע אדער וועלטליכע געראנגעלנישן און די נושאים טראגן כאטש עפעס א געוויכט, באשטייען רוב ווערטער (נישט נאר סטעיטמענטס) פון ליידיגע סלאגאנען און זענען גענצליך נישט איבערצייגנד.

די סאונדטרעק איז אבער נישקשה, אנשטאט לאכעריי קומט דאס באגלייט מיט (פאליטיש באצאלטע) אפלאדירונגען יעדע ניינציג סעקונדעס, אין א פארזוך סיי אנצופילן די צייט און סיי צו פארשאפן א מעגליכקייט ווי די טענער זאלן זיך קענען העכערן (מער פרעזידענטליך).

אפילו דער נאמען גופא איז א חוכא וטלולא, יוניאן? וואס זענען מיר ליימענע גולמים?

איה הטיח אשר טחתם, לא מיניה ולא מקצתיה.

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:17 am

· #249136
גוט געזאגט, קינד און קייט. לעט מי בי קלאר...

קינד_אן_קייט » מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:28 am

· #249138
יא @אפטעמיסט, מיר זענען אלע ״איינס״...

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:39 am

· #249146
אבאמא דערלאנגט א פליק צו די אומערצויגענע רעפובליקאנער.
Obama comeback, yeah cause I won both of them!

קינד_אן_קייט » מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:18 am

· #249147
ישראל קאפקע
אבאמא דערלאנגט א פליק צו די אומערצויגענע רעפובליקאנער.
Obama comeback, yeah cause I won both of them!

ס׳דערמאנט פון בוש׳ס פליק צו די אומערצויגענע דעמאקראטן:
I've earned capital in the campaign — political capital and I intend to spend it

דל גיאות אין א זייט געלייגט, וויפיל מאל האט שוין א פרעזידענט פראקלאמירט אז ער וויל באמת ״ארבעטן מיט ביידע צדדים אין קאנגרעס פאר׳ן וואוילזיין פונעם פאלק״, וויפיל מאל האט ער עס ערנסט געמיינט, און וויפיל מאל איז דאס מקויים געווארן?

יא, יא.

outspoken » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:39 am

· #249167
wow איז ער גוט, קודם רייצט ער זיך מיט רופאבליקאנער אז ער וועט זיי אלעס וויטיאן veto , פארשטייט זיך אן זאגען און אנערקענען אז ער האט פארלוירען ביידע הייזער דורך די וואוטס פון די אמערקאנער בירגער, דערנאך הייבט ער אן וויינען און בעטן אז יענער זאל זיך בייגען צו זיינע אדזשענדעס.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:09 pm

· #249598
ער האט אויך געהאלטן א סטעיט אוו יוניאן רעדע, בערך אזוי ריאליסטיק ווי אבאמא'ס רעדע...