☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » דזשאב'ס אשכול

דזשאב'ס אשכול

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8152

איש עברי » דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:38 pm

· #249035
דזשאב'ס אשכול
איינע פון די מטרות פון קאווע שטיבל איז זיך צו העלפן, איש את רעהו יעזורו, דעריבער עפען איך דעם אשכול, עס זאל דינען אלס פלאטפארמע פאר ווער עס זוכט ארבעט, אדער ווער עס זוכט א ארבעטער, דא אין שטיבל דרייען זיך טאלאנטפולע מענטשן, און עס קענען זיכער צושטאנד קומען דא סוקסעספולע שידוכים צווישן ארבעטס געבער און ארבעטער.
לעניינינו, איך בין געוואויר געווארן מאחורי הפרגוד אז איינער פון די מאורות הגדולים אין שטיבל זוכט אצינד ארבעט, עס רעדט זיך פון א מולטי-טאלאנט וואס איז שווער צו געפונען כדוגמתו, בעיקר גאר שטארק באהאווענט אין טעכנאלאגיע און אין מארקעטינג, אבער טויג צו כמעט יעדע זאך אין די וועלט, האט איינער א גוטע הצעה? איר קענט זיך ווענדן צו מיר אין אישי, מען וועט אויסארבעטן א וועג אז עס זאל חלילה נישט קומען לידי גילוי...
ניין, עס רעדט זיך נישט פון איש עברי...

יתרו » דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:43 pm

· #249037
איש עברי

ניין, עס רעדט זיך נישט פון איש עברי...

נו, האט דאך יענער געקענט עפנען אן אשכול און זאגן אז מען רעדט נישט פון אים...
וויצן אין די זייט, מען בעט דער עולם זאל זיך אנרופן ווארעם.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:59 pm

· #249038
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1759">viewtopic.php?f=25&t=1759</a><!-- l -->

מוזיקאנט » דינסטאג יאנואר 20, 2015 6:50 pm

· #249085
מארקעטינג + טעכנעלאגיע = עמעזאן ביזנעס.

@איש עברי, איז אזאנס אין זיין ספערע?

איש עברי » דינסטאג יאנואר 20, 2015 6:58 pm

· #249087
יא, א שטארקע עקספערט אין מארקעטינג, און איך האב שוין באקומען אין אישי נאך צוויי בקשות פון גאר געלונגענע חברים דא אין שטיבל!

מוזיקאנט » דינסטאג יאנואר 20, 2015 7:08 pm

· #249089
אקעי, סא לאמיר עס אראפנאגלען:

דרייט זיך דא איינער וואס ארבעט אין א עמעזאן ביזנעס און קען נוצען א טעק גיי אדער מארקעטינג פרא?