☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » לוינט זיך יעצט איינצוהאנדלען סטאקס אין "ראדיאו שעק"?

לוינט זיך יעצט איינצוהאנדלען סטאקס אין "ראדיאו שעק"?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8149

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 6:58 pm

· #248937
לוינט זיך יעצט איינצוהאנדלען סטאקס אין "ראדיאו שעק"?
ראדיאו שעק'ס סטאק טראסקעט. ס'פארקויפט זיך כמעט פאר א קוואדער. מאנכע זאגן זיי גייען באלד באנקראטירן. לוינט זיך צו קויפן אדער נישט?

בן תמליון » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:11 pm

· #248940
דער שפריכווארט גייט, חאפט נישט קיין מעסער וואס פאלט. אז עס טראסקעט שטייט ווייט איר קענט פאר דאס געלט פרובירן אין א קאסינא.

outspoken » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:16 pm

· #248941
כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:21 pm

· #248943
בן תמליון
דער שפריכווארט גייט, חאפט נישט קיין מעסער וואס פאלט. אז עס טראסקעט שטייט ווייט איר קענט פאר דאס געלט פרובירן אין א קאסינא.


איז איינער באקאנט מיט זייערע ביכער? אפשר איז עס גאר ביליג יעצט? פארוואס זאל איך ווארטן ביז ס'גייט צירוק ארויף?

@בן תמליון
וויפיל שאצט איר איז דאס ווערט באמת? איז עס יעצט טייערער ווי איר שאצט?

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:30 pm

· #248946
outspoken
כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.


קאדעק איז א טעכנאלאגישע פירמע וואס פראדאצירט עלעקטראניקס. ר"ש איז א געשעפט און איך גלייך עס ענדערש צו צו 'בעסט ביי'

outspoken » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:35 pm

· #248947
קורקלענד
outspoken
כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.


קאדעק איז א טעכנאלאגישע פירמע וואס פראדאצירט עלעקטראניקס. ר"ש איז א געשעפט און איך גלייך עס ענדערש צו צו 'בעסט ביי'


'בעסט ביי' איז אויך אויף צרות, אבער דאך בעסער. זיי האבן כאטש א ניטש אז זיי זענען די בעסטע אין קאמפיוטערס.
<a class="postlink" href="http://www.dailyfinance.com/2014/08/27/best-buy-vs-radioshack-which-one-will-fail-first/">http://www.dailyfinance.com/2014/08/27/ ... ail-first/</a>

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:02 pm

· #248958
@outspoken

ראדיאו שעק האט אויך א ניטש פון האביאיסטן. די פראבלעם איז אז מענטשן היינט ווייסן נישט און אפילו די ארבייטער דארט ווייסן נישט קיין סאך אין דעם נושא. אוי ווער געדענקט די גוטע צייטן? מייקרא סענטער איז אין די זעלבע ליין און ניטש און עס זעהט אויס ווי ס'גייט זיי גוט. סוי די ביזנעס/ליין וואלט איך נישט אזוי אוועקגעמאכט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:14 pm

· #248959
ראדיאו שעק האט אויך א נאמען פראבלעם. זייער נישט קיהל פאר די היינטיגע יונגווארג.

outspoken » מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:54 pm

· #248977
קורקלענד
@outspoken

ראדיאו שעק האט אויך א ניטש פון האביאיסטן. די פראבלעם איז אז מענטשן היינט ווייסן נישט און אפילו די ארבייטער דארט ווייסן נישט קיין סאך אין דעם נושא. אוי ווער געדענקט די גוטע צייטן? מייקרא סענטער איז אין די זעלבע ליין און ניטש און עס זעהט אויס ווי ס'גייט זיי גוט. סוי די ביזנעס/ליין וואלט איך נישט אזוי אוועקגעמאכט.

אוי וויי, הער וואס דיין פענע שרייבט, א קאמפעני וואס נישט די ארבייטער און נישט די קאסטעמערס ווייסען זייערממעלותזענען זיי גגוטאויף צרות.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:39 am

· #250760
לויט ווי איך זעה איז עס יעצט ארויף א קנאפע 30% זייט איך האב אויפגעמאכט די אשכול!

outspoken » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 6:12 am

· #250768
Time to short the stock.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 8:15 am

· #250770
outspoken
Time to short the stock.

וואס עס גייט זיין ווייס איך נישט! זעהט אויס אז איר ווייסט יא.
איז דאס פון א טעקניקעל אדער א פונדאמענטאל שטאנדפונקט?
איך מיין נישט אוועק צו מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:56 am

· #250778
[ציטאט אראפגענומען]

איר מיינט עס איז ווערט געווארן $80 מער. "פארדינט" איז ווען מען פארקויפט.

בן תמליון » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:32 am

· #250784
ביני לביני האט זיך דער מארקעט ג'עפנט און עס איז צוריק אראפ 8-9% היינט. די צייטווייליגע ארויף אראפ איז געווענליך ביי פעני סטאקס ווען עס איז נישטא קיין עכטע גוטע נייעס, סתם שפעקולאנטן שפילן א געים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:24 pm

· #250823
קורקלענד
outspoken
Time to short the stock.

וואס עס גייט זיין ווייס איך נישט! זעהט אויס אז איר ווייסט יא.
איז דאס פון א טעקניקעל אדער א פונדאמענטאל שטאנדפונקט?
איך מיין נישט אוועק צו מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין.

אין פאל פון רעדיא שעק איז עס זייער פארשטענדליך. מ'קען הערן די ראדיא ביזנעס רעפארטס וועלכע האלטן אין איין מעלדן אז די קאמפאני גייט פארמאכן בערך 300 סטארס...! אויך. איינס פון די הויפט סיבות פאר זייער צוריקפאלן אין ביזנעס, אז זיי האבן נישט אפ-דעיטעד זייערע סטארס און פראדוקט-ליין. פאר דרייסיג יאר צוריק זענען זיי געשטאנען אין שפיץ פון די דאמאלסטיגע טעכנאלאגיע. אבער ס'איז שוין אויפגעוואקסן זינט דאן א נייער דור, וועלכער טראכט אנדערש, און האט אנדערע משוגעת'ן און טעיסטס ווי די פריערדיגע...!

זיי זענען שוין אן אנא-כראניזם, ...Passe (Pronounced "Pass-say")...!

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:01 am

· #251458
[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי איך געדענק האט אמעריקען עירליינס אויך דערקלערט בענקראפסי און היינט........ ווער עס האט דאן געקויפט האט איצט טויזנט מאל די געלט.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:05 am

· #251459
ד.ה. אז יעדער דאלער וואס מען האט דאן אינוועסטעד אין אמעריקן עירליינס שערס איז היינט ווערט טויזענט דאלער? איך האף זייער אז דו ביסט נישט קיין כולל פיינענשעל עדווייזער.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 3, 2015 1:02 pm

· #251544
קורקלענד
[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי איך געדענק האט אמעריקען עירליינס אויך דערקלערט בענקראפסי און היינט........ ווער עס האט דאן געקויפט האט איצט טויזנט מאל די געלט.

קורקלענד: ס'איז א גרויסער חילוק פון דעם מצב פון אמעריקען ערליינס דאמאלס, און רעדיא שעק היינט. די ערליין האט בשעתו געהאט ביזנעס. נאר זיי האבן געהאט צו א גרויסן דעפיציט. און מ'האט געדארפט אריינברענגען ארדענונג אין זייער מענעדזשמענט. משא"כ די עצם געדאנק פון די רעדיא שעק סטארס ארבעט שוין היינט נישט מער. ס'איז אויפגעוואקסן א ניי דור, וועלכע האבן אנדערע פארלאנגען און מעגליכקייטן ווי די פריערדיגע. אויך א גרויסער חיסרון ביי רעדיא שעק, איז אז זיי האבן פארפאסט זיך מיטצוכאפן מיט די כוואליע פון איי-פאון און טאבלעט פארלאנג.

איך געדענק, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק (אפשר מער) ווען דעסקטאפס האבן אנגעהויבן צו ווערן פאפולער, איז רעדיא שעק געווען ממש אין שפיץ פון די דיסטריביוטארס און פארקויפערס פון די כלים. זיי האבן אויך געהאט א מנהג אז זיי האבן געלאזט קינדער זיך שפילן מיט זייערע קאמפיוטערס אין די סטארס, כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די פי.סי'ס. סיי ווען איך בין אריינגעקומען אין עטליכע סטארס זענען דעארט געזיצן קינדער און זיך ארומגעשפיעלט מיט די כלים. אויך האבן זיי געהאט אלערליי פראגראמס צו פארקויפן...חוץ די אנדערע עלעקטראנישע כלי זיין, ווי רעדיאס, סקענערס וכדו'...!

אביסעל שכל » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:40 pm

· #252173
סגייט א גאנג

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 25, 2017 6:12 pm

· #372365