☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » פאפולערע אידישע מוזיק ווידיאוס

פאפולערע אידישע מוזיק ווידיאוס

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8147

יתרו » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:19 pm

· #248726
פאפולערע אידישע מוזיק ווידיאוס
די מוזיק ווידיאוס זענען פון די פאפולערסטע ווידיאוס אויף יוא טוב ביי אידן און גוים צוגלייך. דא עקא די אידישע היימישע מוזיק ווידיאוס ציען נישט אן קיין סאך היטס. א היימישע גוטע מוזיק ווידיאו ציט אן בערך 50,000 היטס עס זענען דא אויסנאמען, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו מאכן א ליסט פון די פאפולערסטע היימישע מוזיק ווידיאוס.

פאר א אנהויב האט איר דא בעני פרידמאן'ס יש תקוה וואס האט אנגעצויגן איבער צוויי מיליאן היטס. דאס איז די מערסטע וואס איך האב געפינן ביי א היימישער זינגער. דא האט איר א לינק:
https://www.youtube.com/watch?v=PIPCHjF ... jFC9yk#t=4

די מכבים וואס זענען מאדרען אראטדאקס האבן א ביסעלע העכערע רעקארד לדוגמא די חנוכה קליפ האט אנגעצויגן איבער צען מיליאן
https://www.youtube.com/watch?v=qSJCSR4MuhU
ווער עס קען לינקן אידישע מוזיק ווידיאוס וואס האבן אנגעצויגן מער איז געלאנדענט, און לאמיר זען ווער עס געווינט דעם קאנטעסט.

פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:27 pm

· #248729

יתרו » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:32 pm

· #248731
@פלעין יודיש, עס איז נישט היימיש און עס האט קנאפע דריי מיליאן קומט אויס אז מכבים זענען נאך אלץ מככב ועולה...

פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:34 pm

· #248733
היימישע ווי מכבים

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:37 pm

· #248734
קה אכסוף, א האלב מיליאן

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:40 pm

· #248735
שמעלצער מזרח, צוויי מיליאן

יתרו » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:45 pm

· #248738
ישמאל סאיז סך הכך איין מיליאן אבער די ווידיאו איז געוואלדיג

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:46 pm

· #248740
גערעכט, 1.2. איך האב זיך טועה געווען.

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:47 pm

· #248741
נחמן בערגמאן, 75000. וואלט געמעגט האבן מער, ס'איז גוט

פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:58 pm

· #248742
איך ווינדער מיר שוין לאנג, צו ווען איך קיק א יוטוב קליפ אויף קאוועשטיבעל אד"ג צו עס ווערט אויך אויטעמאטיש צאמגערעכנט פאר א היט.
איינער ווייסט?

מאטי » זונטאג יאנואר 18, 2015 9:06 pm

· #248754
http://youtu.be/sxg6I8CCFPY
ישיבה בויס קנאפע 3 מיליאן

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 18, 2015 10:36 pm

· #248769
א שיין חלק איז געקויפטע היטס, ופשוט הוא.

מאטי » זונטאג יאנואר 18, 2015 10:58 pm

· #248775
עלאבאריר.

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:09 pm

· #248777
פאר אפאר טאללער קען מען היינט אלעס באקומען אפילו Youtube hits.

יתרו » מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:32 am

· #248839
פון אש התורה איבער דריי מיליאן היטס, דער בלאנדער טאנצער דארט איז געוואלדיג.
https://www.youtube.com/watch?v=T_M5-qthA8w

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:14 pm

· #494168
מיט בערך אכט יאר צירוק איז א ספירה מוזיק ווידיא פון שירה ווי זיי זינגען די ניגון 'אם השם לא יבנה בית' געגאנגען וויראל ביי אידן און להבדיל ביי גוים ציגלייך, עס האלט שוין ביי איבער 21 מיליאן (!!!) מאל וואס עס איז געזען געווארן, כמעט 200k לייקס, און איבער 25k קאמענטס רוב דערפון פון גוים,
איך האב אביסל געליינט, עס איז ממש מורה'דיג, איינער שרייבט אז ער איז א קריסטליכע גוי אבער ער קוקט עס יעדן טאג אפאר מאל, און ער הייבט אן זיין טאג דערמיט, א צווייטע אויך נישט קיין איד, שרייבט ווי זייערע אטיסטישע קינד איז געווארן קאנעקטעד דערצו, און הערט עס יעדן איינציגסטן טאג,
בקיצור עס איז דא א געוואלדיגע פאזעטיוו רעספאנס, און עס איז לכאורה די מערסטע היימישע געקוקטע קליפ

קוקט און האט הנאה

https://youtu.be/ckVYO9oI8vc

בערך א חודש צירוק האט א באקאנטע גויאשע ארטיסט the kiffness ציגעלייגט מוזיק צו די קליפ, זעט דא

https://youtu.be/EGmXAu8geVg

עס האט אויך א שטארקע פאזעטיוו רעספאנס, און האט צירוק ארויפגעברענגט די אלטע קליפ אויפן אויבערפלאך

תרמב » זונטאג פעברואר 6, 2022 12:19 am

· #494195
זייער שיין, ס'איז אינטערסאנט אז אסאך פון די חברה דארט זענען היינט פאפולערע זינגערס, ציווישן זיי האב איך באמערקט, אברהם מרדכי שווארץ, וועלוול פעלדמאן, שמואלי אונגאר, און שלום לעמער.

שמן למאור » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:08 am

· #494211
תרמב
זייער שיין, ס'איז אינטערסאנט אז אסאך פון די חברה דארט זענען היינט פאפולערע זינגערס, ציווישן זיי האב איך באמערקט, אברהם מרדכי שווארץ, וועלוול פעלדמאן, שמואלי אונגאר, און שלום לעמער.

און אויכעט די סאלא, 'לוי פאלקאוויטש'

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:23 pm

· #514235
א ווידיא ווי די (אמאליגע) ילד הפלא דודי הרשקופ זינגט צוזאמען מיט זיין שוועסטער א חלק פון די ניגון made you look איז געגאנגען ווייראל און האט שוין אנגעצויגן 1.3 מיליאן וויוז אויף טיקטאק.

עס איז מיר געפאלן ווי איינער האט דארטן אנגעפרעגט אין די קאמענטס אויב זיי פארשטייען די ווערטער וואס זיי זאגן, די קריעטער פון די אקאונט האט רעאגירט;
Unexpectedly, we know the meaning. Now, do you get the idea behind the defiantly kinky words??