☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איבער ווינטשן ביי שמחות

איבער ווינטשן ביי שמחות

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8142

בשבילי! » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:42 pm

· #248538
איבער ווינטשן ביי שמחות
פאר א חתן ווינטש מען דער אויבישטער* זאל העלפן ס'זאל זיין א קשר של קימא א בנין עדי עד דורות ישרים מבורכים בלא בלא, ביז דא איז דער אלגעמיינע נוסח, סךאירע לייגן צו נאך, יעדער וויאזוי ער האט זיך עס איינגעחזרט ווי פאר א קרייץ פארהער און מאכט זיך ווי ס'קומט אזוי ארויס פון מויל נאטירליך.
ווינטשן ביי שמחות איז פאר אסאך א דורכגאנג אויף וואס מ'קומט אפ לויט חז''ל שווערע עבירות אזוי האף איך, אז נישט איז עס טאקע בושות לריק.
דאס שווערסטע איז פאר מיר ביי א בר מצוה. און איך האב נאך נישט אפשר די ריכטיג נוסח. וואס איך ווינטש איז אזוי, דער אויבישטער* זאל העלפן זאלסט וואקסן א ערליכע איד, בלא בלא. שטעל זיך פאר וויאזוי א רבי אדער סתם א ערליכע איד וואלט געפילט אויב דארף ער ערגעץ איינעם אנווינטשן ''דער אויבישטער זאל העלפן זאלסט וואקסן א גוטע ספארט שפילער און זאלסט קענען בגנבענען א האלבע שטאט.. אט אזוי פארשעמט פיל איך זיך ווען כל כולי שרייט ''געשטיצטע בארד'', ''האלט נישט ביי גארנישט'', ''נישט געלערנט א אידיש אות אין דעקעדס''. און איך דארף זאגן דער אויבישטער זאל העלפן זאלסט וואקסן א ערליכע איד.. אויב איינער קוקט פון די זייט ווער איך רויט, עס שטימט פשוט נישט. ווער האט א בעסערע בר מצוה ווינשט נוסח.
אויך ווען מ'קומט אריין צו עני שמחה דארף מען וואטשן נישט צו כאפן גלייך דעם בעל שמחה ווייל דאן דארפסטו זאפארט זאגן מז''ט און ווינטשן, בלייבט גארנישט איבער פאר נאכ'ן לחיים וואס צו זאגן חדשות. אדער קען מען סתם זאגן ערשט פלען מזל טוב, און שפעטער די גרויסע ברכה. ?
אידן מאכן מיט, מ'קען אסאך מאל זען דאס ביטערניש פון אידן וואס ווארטן אין ליין אנצויווינטשן. מ'זאל חלילה נישט פלאפען. זייערע אויגן שרייען ארויס ווי צו זאגן ''ווער האט דיר געבעטן מאכן א שמחה, ס'קאסט מיר דאך אזויפיל עגמ''נ!.
אה איך בין שוין נעקסט? מזל טוב מזל טוב אויבישטער זאל העלפן. יא יא לאז מיר ארויס פון דא משיגענער.

* יאיר וחבריו זאגן ''גאט''

itsnotme » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:48 pm

· #248539
Re: איבער ווינטשן ביי שמחות
דיינע עלטערן זאלן זען אסאך נחת פון דיר

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:03 pm

· #248541
בשבילי

דער אייבישטע זאל העלפען זאל האבען א ישועה שלימה. זאלסט דיך ארויסזעהן פין אלע דיינע פראבלעמען בקרוב.

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:04 pm

· #248542
ווער עס האט אמאל געהערט ר' דוד לעיב זצ''ל ווינטשן דער האט נישט אזוינע ספיקות.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:14 pm

· #248545
להבהרת הדברים,

ווינטשען ביי שמחות איז פין די שענסטע זאכען וואס עקזיסטירען ביי אונז. איך זאג ביי אונז ווייל איך גלייב פשוט נישט אז ביי גוים איז דא אזאנס. טאמער יא בעהט איך איבער אלע גוים.

טאמער איינער ווייסט און פארשטייט איז קנאה פין די שווערסטע געפילען צו קאנטראלירען.

ווען דיין חבר האט א בחור'ל פין דרייצען וואס איז שענער קלוגער העכער און פשוט מער געראטען ווי דיין בחור איז נאטורלעך אז מען האט אביסעל קנאה.

ווען מען גייט צו א שמחה און מען ווינטשט אהן דער בעל שמחה, זאלסט פין אים זעהן אסאך נחת, קעה"ר דיין בחור זעהט אויס אזוי ווי עס באדארף צו זיין וכו', און מען לייגט צו עפעס דברי שבח, האסטו מחי' געוועהן א איד.

וקל וחומר ווען די ביסט דער וואס האט דער בעסערע שענערע בחור'ל, און די ווינטשט דיין חבר און די ברענגסט אים ארויס פאר האלבע מינוט די מעלות פין זיין בחור'ל, האסטו מחי' געוועהן דיין חבר וואס קען נישט סובל זיין דער פאקט אז די האסט עפעס מער פין אים, און פלוצים ברענגסט די אים ארויס אז פשיהא, זיין בחור'ל איז געוואלדיג און גוט. האסטו געמאכט אז ער זאל דיך מער פארגינען.

סא כ'בין קאמפליטלי אקעגען דער אטעטאד וואס הערט זיך ארויס פין בשבילי'ס תגובה כאילו דער ווינשטען איז א שווערע קאמפליצירטע זאך, אדרבה לייג אריין אין דעם אביסעל קאפ, און זאג עפעס וואס מאכט סענס, און מענטשען וועלען דיך מער ליב האבען און פארגינען.

בשבילי! » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:18 pm

· #248546
האסט מיר לכאורה נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב אינזין געהאט מיטן תגובה, איך שטים מיט מיט כמעט יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:23 pm

· #248548
ביסט גערעכט. אפשר ביסטו טאקע אביסעל מער מאריך וואס דיין נקודה איז?

יואב » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:24 pm

· #248549
איחוד פעלד
להבהרת הדברים,

ווינטשען ביי שמחות איז פין די שענסטע זאכען וואס עקזיסטירען ביי אונז. איך זאג ביי אונז ווייל איך גלייב פשוט נישט אז ביי גוים איז דא אזאנס. טאמער יא בעהט איך איבער אלע גוים.

טאמער איינער ווייסט און פארשטייט איז קנאה פין די שווערסטע געפילען צו קאנטראלירען.

ווען דיין חבר האט א בחור'ל פין דרייצען וואס איז שענער קלוגער העכער און פשוט מער געראטען ווי דיין בחור איז נאטורלעך אז מען האט אביסעל קנאה.

ווען מען גייט צו א שמחה און מען ווינטשט אהן דער בעל שמחה, זאלסט פין אים זעהן אסאך נחת, קעה"ר דיין בחור זעהט אויס אזוי ווי עס באדארף צו זיין וכו', און מען לייגט צו עפעס דברי שבח, האסטו מחי' געוועהן א איד.

וקל וחומר ווען די ביסט דער וואס האט דער בעסערע שענערע בחור'ל, און די ווינטשט דיין חבר און די ברענגסט אים ארויס פאר האלבע מינוט די מעלות פין זיין בחור'ל, האסטו מחי' געוועהן דיין חבר וואס קען נישט סובל זיין דער פאקט אז די האסט עפעס מער פין אים, און פלוצים ברענגסט די אים ארויס אז פשיהא, זיין בחור'ל איז געוואלדיג און גוט. האסטו געמאכט אז ער זאל דיך מער פארגינען.

סא כ'בין קאמפליטלי אקעגען דער אטעטאד וואס הערט זיך ארויס פין בשבילי'ס תגובה כאילו דער ווינשטען איז א שווערע קאמפליצירטע זאך, אדרבה לייג אריין אין דעם אביסעל קאפ, און זאג עפעס וואס מאכט סענס, און מענטשען וועלען דיך מער ליב האבען און פארגינען.

אבי געהאקט. שוין געטראפן א פשט צו דעם מאדנעם מנהג/סינדראם אויך. ס'איז נישט עפעס א לאנגווייליגער שיגעון, ס'איז פשוט "קנאה". שבירת המידות איבער קנאה!

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:39 pm

· #248552
אדרבה יבואו ויגידו.

כ'האלט מיר ביי מיינעם. ווינטשען ביי שמחות איז א גאר שיינער זאך. און עס איז נישט א מאדנע מנהג/סינדראם בלע"ז.

יואב » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:57 pm

· #248558
איחוד פעלד
אדרבה יבואו ויגידו.

כ'האלט מיר ביי מיינעם. ווינטשען ביי שמחות איז א גאר שיינער זאך. און עס איז נישט א מאדנע מנהג/סינדראם בלע"ז.

איך האלט נישט אז פון א פונדאמענטאלן קוק-ווינקל קומט אראפ דער גאנצער באגריף פון ווינטשן ביי א שמחה צו אדער א סינדראם אדער צו א ריין-אידישן אקט אין שבירת המידות. געוויס איז פארשטענדליך אז עמיצער אויב שפירט ער אז ער מוז ווינטשן זאל ער גיבן א ברכה און זיך גיין ווייטער. ס'איז א שטיקל חילוק פון ווינטשן ביז "דאס ווינטשעריי".  אין יעדן פאל אין דער וועלט פון ווינטשן שיינט מיר אזא שבירת המידות געדאנק צו זיין ניסלעך. קען זיין איך בין נישט גערעכט.

chusid » זונטאג יאנואר 18, 2015 2:27 am

· #248603
ווי אויכט ביים טאנצן אינדערמיט מיטן חתן/מחותן.. איך פארגין אים אלעס. אבער איך ווייס אים נישט וואס צוזאגן

פליקער » זונטאג יאנואר 18, 2015 10:49 am

· #248632

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:08 am

· #249008
זאג איין ווארט - מזל טוב!

בשבילי! » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:14 am

· #249010
ציבעלע-קיגל
זאג איין ווארט - מזל טוב!

!...You wish
דער בעל שמחה וועט בלייבן מיט זיין האנט אויסגעשטרעקט אין די לופטן זיך ווינדערן צו איך בין מיט אלעמען

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:23 pm

· #249047
בשבילי!
ציבעלע-קיגל
זאג איין ווארט - מזל טוב!

!...You wish
דער בעל שמחה וועט בלייבן מיט זיין האנט אויסגעשטרעקט אין די לופטן זיך ווינדערן צו איך בין מיט אלעמען


דו גייסט צו צום טאטע, אהה, מזל טוב מזל טוב... ער וועט שוין אנפאנגען רעדען און ענטפערען און דו שאקעל מיטן קאפ. ער וועט שוין זאגען שכויח פארן קומען אדער דו קענסט גלייבן מען האלט שוין דא? און דו דארפסט נאר ענטפערען יא יא, טאקע