☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כדבעי

ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כדבעי

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8140

אניהקטן » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 8:35 pm

· #248521
ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כדבעי
בס"ד

אויף קול מבשר איז געווען א שמועס מיט ר' יונה לאנדא, האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל אין סאטמאר האט דער רבי זי"ע איינגעפירט אז מען זאל לערנען צוויי און א האלב שעה ענגליש אין סאטמאר! שפּעטער האבן די קנאים פארפירט האט מען עס געשניטן צו צוויי שעה.

ר' יונה האט פארציילט אז זיי האבן אפילו געלערנט דזשיאגראפי, דזשיאמעטרי, און פארשטייט זיך מעט און דאס אלעס איז געווען מיט דעם רבי'נס הסכמה!

ער האט פארציילט אז ס'איז געווען אן אמעריקאנער רב וואס האט געלאכט פון סאטמארער רבי'ן און געזאגט אז ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין אמעריקע. ווי נאר ער האט געהערט אז דער רבי האט איינגעשטעלט אן ענגלישן פּראגראם אין סאטמאר האט ער זיך אנגערופן, "יא, דער רבי איז בייגעקומען אמעריקע."

וואספארא בושה און חרפה איז עס אז היינט אין די איינע שעה וואס מען לערנט נאך היינט אפיציעל ענגליש זיצן מלמדים, וואס קענען נישט קיין ענגליש, און פארציילן סיפורי צדיקים פאר די קינדער, און דאס איז ביי די אהרונים. ביי די בני יואל און דער פרומער חלק פון די זאליס לערנט מען אפילו דאס אויך נישט.

סיפורי צדיקים? ביי לאנטש, ביי ריסעס, אדער בין גברא לגברא. זייער חשוב. וואס איז די חוצפּה אז מען האלט זיך פרומער פונעם רבי'ן זי"ע און מען נעמט אוועק פון אונזערע קינדער די איינציגסטע טשענס וואס זיי האבן נאך יא זיך צו לערנען די שפּראך וואס זיי וועלן דארפן קענען כדי צו קענען ארבעטן און ברענגען פרנסה אין שטוב? דורכ'ן נישט געבן פאר די קינדער א טשענס לערנט מען זיי צו לעבן אויפ'ן חשבון פון אנקל סעם און שלעפּן פּראגראמען פון די גאווערמענט דורך אלע סארט דריידלעך און שטיקלעך. זענען אונזערע חז"ל נישט גערעכט געווען, ווען זיי האבן אונז געלערנט כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?

ווי פרעך און געמיין איז דער בלאט מיט'ן חוזק מאכן פון די ביסל ענגליש וואס מען לערנט (אויב דאס יא). פארוואס דארף מען שוין קענען ענגליש, פרעגט דער בלאט, צו קענען שנארן פ"ס פון די גאווערמענט? פארדעם איז גענוג דער מינימום שבמינימום! יא, אן קיין שום בושה האט דער בלאט ארויסגעשריבן דעם ביטערן מצב וואס ס'גייט פאר ביי אונז.

רבותי, וועקט אייך אויף, די גאווערמענט וועקט זיך אויף און זעט וואס ס'גייט פאר ביי אונז. ס'קומען מסירות דורך אזעלכע וואס זענען געגאנגען אף די דרך, די צייטונגען האבן שוין געדרוקט אפאר ארטיקלען אז מען לערנט נישט אונזערע קינדער גארנישט. ס'איז א שאלה פון צייט פאר די גאווערמענט וועט זיך אריינמישן אין אונזער חינוך און אנפאנגען איינטיילן וואס צו טאן. איז פארוואס זאלן מיר נישט כאפּן די רפואה פאר די מכה? לאמיר נישט זיין קלוגער פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע. אויב פאר אים איז עס געווען גוט, דאן איז עס פאר אונזערע קינדער אויך גוט.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:30 pm

· #248567
די אלטע אמעריקאנער אידן. די עלטערן און זיידעס פון די היינטיגע פרייע און נישט וויסנדע אידן האבן זיך געמאכט דעם זעלבן חשבון בשעת זיי האבן געוואוינט צוזאם געשטופט אין די טענעמענטס פון די אלטע אידישע איסט סייד. זיי האבן געזאגט. תלמוד תורה'ס און חדרים און ישיבות איז צו א טייערע זאך פאר אונז אויסגעהארעוועטע און אויסגעמוטשעטע אידן וועלכע פארברענגען זייערע טעג אין די סוועט שאפס, אדער אויף די גאס פעדלען זייער סחורה. די קינדער וועלן מיר שיקן אין פאבליק סקול, און נאך די לערן שעות פון די סקול וועלן זיי לערנען אידישקייט צוויי שעה א טאג. אדער סאנדעי סקול. וואו, זונטיג, ווען ס'איז נישט געווען קיין פאבליק סקול האבן די קינדער געדארפט לערנען אידישקייט. נאר די קינדער האבן נאך לערנען א גאנצן טאג ענגליש, געהאט אזא קאפ צו לערנען עברי און חומש, ווי די היינטיגע קינדער אין ישיבות האבן א קאפ צו לערנען ענגליש...ביז די אימיגראנטן זענען געקומען קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט מלחמה, איז כמעט נישט געווען אזא זאך ווי תלמוד תורה'ס. איך זאג כמעט. ווייל עטליכע געציילטע זענען יא געווען. אבער דער רוב מנין ורוב בנין פון די אידישע אימיגראנטן האבן נישט געשיקט זייערע קינדער אין די חדרים און ישיבות...!

outspoken » זונטאג יאנואר 18, 2015 3:28 pm

· #248702
כמדומה אונזערע טאטעס קענען ווייניגער ענגליש, אפשר האבן זיי געהאט מער בענענע שאלאכטץ...

קאך_לעפל » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:26 pm

· #248728
נישט בחנם איז דער ר' יונה לאנדא אזוי פארפיינט ביי די אלע וואס שטעלן זיך אהער ווי רבי זכרונה לברכה אידן.

דער ר' יונה זאל לעבן שרייבט און זאגט ארגינעל אזוי וואו ער געדענקט, אן קיין אגענדענס, נאר פון א ריין היסטאריש שטאנדפונקט.

און די א''ג רבי זכרונה לברכה אידן, וואס האבן דעם הייליגען רבי'ן זי''ע קיינמאל נישט געקענט אדער געלערענט, זיי געדענקן בלויז דער מאביל וואס יצחק שווארץ האט געקויפט פארן רבי'ן, און שטעלן אריין דעם הייליגן רבי'ן אין זייערע שלעכטע און פארדראבענע מידות, און אין זייערע פארשאלטענע אגענדעס, זענען נאר מחלל דעם נאמען פין אותו צדיק, מיט זיינע הייליגע דרכים וואס ער האט מיט אונז געלערענט, און געשריבען אין זיינע הייליגע ספרים......

שמן זית » מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:48 pm

· #249248
עס קען זיין אז בעצם געדענקט ער מער זאכן פון וואס עס האט באמת פאסירט, און אזוי זאגן טאקע זייער אסאך אלטע סאטמערע אידן, אבער אין דעם פאל האלט איך אז ער איז יא גערעכט.

עס איז באקאנט אז סאטמער רבי איז בכלל נישט געווען וואס מ'וויל אים היינט אראפלייגן, ער איז לעבן פרום קיינמאל נישט געשטאנען, עס איז דא אן א שיעור מעשיות וואו ער האט באשטראפט די ישיבה בחורים פאר'ן טון מעשי אלימות פאר קנאות, און ער האט דייקא "געוואלט" האבן אין די קהילה בעלי בתים.

עס לייגט זיך זייער אויפ'ן שכל אז ער האט שטארק געמוטיגט דאס לערנען ענגליש, און אויף אזא זאך איז יונה לאנדא באגלייבט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:35 am

· #249412
ער מיינט מער "עקסטרעמיזם" ווי קנאות.

אנאנים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:56 pm

· #292974
דערציילט דא א איד אז ביי די פינף מינוט וואס מען האט געלערנט ענגליש (די איבעריגע 55 מינוט האבן די קינדער געהערט א מעשה פון א צדיק) האט מען געלערנט דאס ווארט Deep

האט א יונגל געפרעגט דעם טיטשער. סארי, בשכמל"ו, כ'מיין רבי, ("וועלכער יונגל ס'וועט נאך איינמאל רופן דעם רבי'ן טיטשער, וועט געטיטשט ווערן וואס מען טוט מיט א מחוצף," -- דער מנהל.) "רבי, וואס מיינט דאס ווארט?"

האט דער רבי געזאגט, "אה דאס איז. נו, דאס איז וואס מען טינקט איין חלה דערינען אום שבת."

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:00 pm

· #292975
חחח 😂

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:43 pm

· #293022
עס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה און אויך ע"פ מענטשהייט וויאזוי אונזער סיסטעם גייט אז מען זאגט די קינדער מען דארף נישט קענען קיין ענגליש וכו' וכו'
איז דאך א שווערע קשיא סאטמער רב אי געווען א גאון עצום האט ער נישט געקענט די גמרא פון כל שאינו מלמד בנו וכו' און נאך איז שווער ער איז געווען א קליגער מענטש וויאזוי וואלט ער געקענט איינפירן אזא סיסטעם וואס איז אזוי נישט אויסגעהאלטן ער האט נישט געהאט קיין שכל? ער האט נישט געהאט קיין אחרית ? ער איז געווען עפעס א הפקר אינג? עס שטערט מען טאר נישט פרעגן אויף א רבי והמהרר אחר רבו וכו' וכו'
קומט דא א איד וואס זאגט ניין!!! די רבי האט יא געקנעט דער גמרא!!! ער האט יא געהאט שכל!!! ער האט יא געהאט אן אחרית אויף כלל!!!
פארוואס זאל מען זיך נישט פרייען און גלייבן אן האבן קשיאת אויף זייער באליבטע רבי

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:06 pm

· #435214
דא איז טאקע פאסיג צו דערמאנען די סוקסעספולע ביזנעס וואס ר' יונה פירט אן, מיט די נסיעות ארום די שטאטן. עס איז נישט פארהאן נאך אזא קברים-אנטפלעקער ווי אים און מען זעט באשיינפערליך ווי די עדוקאציע וואס ער האט ערהאלטן האט אים ארויפגעפירט צום העכסטן עקאנאמישן שטאפל.

שושן פורים » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:03 pm

· #435215
איסר האטלקי
דא איז טאקע פאסיג צו דערמאנען די סוקסעספולע ביזנעס וואס ר' יונה פירט אן, מיט די נסיעות ארום די שטאטן. עס איז נישט פארהאן נאך אזא קברים-אנטפלעקער ווי אים און מען זעט באשיינפערליך ווי די עדוקאציע וואס ער האט ערהאלטן האט אים ארויפגעפירט צום העכסטן עקאנאמישן שטאפל.

איר רעדט פון היץ? וואס האט איינס מיט די צווייטע?

גראף » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 7:28 pm

· #435220
Re: ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כד
שושן פורים
איסר האטלקי
דא איז טאקע פאסיג צו דערמאנען די סוקסעספולע ביזנעס וואס ר' יונה פירט אן, מיט די נסיעות ארום די שטאטן. עס איז נישט פארהאן נאך אזא קברים-אנטפלעקער ווי אים און מען זעט באשיינפערליך ווי די עדוקאציע וואס ער האט ערהאלטן האט אים ארויפגעפירט צום העכסטן עקאנאמישן שטאפל.

איר רעדט פון היץ? וואס האט איינס מיט די צווייטע?
איך ווייס יא וואס איסר וויל. טייל מאל טראלט ער און אסאך מאל שרייבט ער צום זאך.
דא זעהט אויס וויל ער זיכער מאכען אז די נארעטיוו בלייבט ביי דעם אז לימודי חול איז נישט אזוי וויכטיג והא ראי' ר' יונה'ס ביזנעס...
קען זיין איך בין ראנג.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:11 pm

· #435222
איך האב בעיקר געוואלט פארשטיין פארוואס נאך א שעה ענגליש גייט אויפטון פאר בעסערע עדוקאציע. היסטאריע פון אמעריקע און קענען דעם גלאוב גייט טאקע אויסמאכן ביים טרעפן א זשאב?

גוטע עדוקאציע וואס זאל העלפן אונזער ציבור גייט נאר זיין אויב מ'וועט לערנען 6 שעה ענגליש. אדערווייז זע איך נישט קיין תכלית אויסער ווארפן נאך א שעה טישוס אויפן טיטשער. ס'גייט אייביג בלייבן די שוואכערע לימוד.

די איינציגע אפציע וואלט יא געווען צושטעלן אין ישיבה א אפציע פון אן ענגליש קלאס, דאס וואלט געהאלפן פילפאכיג מער. סיי ווייל ס'איז אפשענעל און סיי ווייל ס'איז אין ישיבה. מ'איז שוין א טראפעלע עלטער.

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:13 pm

· #435223
גראף
איך ווייס יא וואס איסר וויל. טייל מאל טראלט ער און אסאך מאל שרייבט ער צום זאך.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וויאזוי געט מען א האלבע לייק?

גראף » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:28 pm

· #435224
Re: ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כד
איסר האטלקי
גראף
איך ווייס יא וואס איסר וויל. טייל מאל טראלט ער און אסאך מאל שרייבט ער צום זאך.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וויאזוי געט מען א האלבע לייק?
געב מיר איין לייק פאר צוויי תגובות.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

שמערל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:46 pm

· #435225
איסר האטלקי
איך האב בעיקר געוואלט פארשטיין פארוואס נאך א שעה ענגליש גייט אויפטון פאר בעסערע עדוקאציע. היסטאריע פון אמעריקע און קענען דעם גלאוב גייט טאקע אויסמאכן ביים טרעפן א זשאב?

גוטע עדוקאציע וואס זאל העלפן אונזער ציבור גייט נאר זיין אויב מ'וועט לערנען 6 שעה ענגליש. אדערווייז זע איך נישט קיין תכלית אויסער ווארפן נאך א שעה טישוס אויפן טיטשער. ס'גייט אייביג בלייבן די שוואכערע לימוד.

די איינציגע אפציע וואלט יא געווען צושטעלן אין ישיבה א אפציע פון אן ענגליש קלאס, דאס וואלט געהאלפן פילפאכיג מער. סיי ווייל ס'איז אפשענעל און סיי ווייל ס'איז אין ישיבה. מ'איז שוין א טראפעלע עלטער.


און אויב ר' יונה וואלט געהאט זעקס שעה ענגליש און נאכאלטס אויסגעוואקסן א קברים זיכער וואלט דאס געווען ראיה אז זעקס שעה העלפט אויך נישט?
פאקט איז א אזעלכע מענטשן ווי ר' יונה וואקסן אויס אין יעדן דור, פערצופאל איז ער א שטארקער בעל כשרון און גוטער קאפ וואס זיין פינאנציעלער סוסקסעס זאגט נישט קיין סאך אויף זיין עדיוקעישאן, נאר מער איבער זיין פערזענלעכע נאטור. וואס כ'קען אבער יא זאגן איז אז כ'קען עטלעכע אידן וואס זענען זיין עיזש און זענען געגאנגען אין סאטמאר, וואס זענען סוקסעספולע בעלי בתים, און קענען א פיל בעסערע ענגליש ווי די דור וואס איז צען פופצן יאר אינגער. האט עס זיי געהאלפן אין ביזנעס? מסתם, העלפט א שעה ענגליש צו קענען בעסער? זיכער יא, און אז דו גלייבסט נישט גיי קיין באבאוו בארא פארק און פארהער דעם עולם.

גדליה » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 10:46 pm

· #435228
מזעהט טאקע אז רבי יונה איז נעבאך שטארק געפאלן אין אידישקייט נאכער וואס מהאט אים אנגעשטאפט ס'קאפ פון אלץ קליין קינד מיט גאנצעטע שעות לימודי חול.