☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נפתלי מאסטער [אדער מאנסטער..] פארפירט אקעגן אונז!

נפתלי מאסטער [אדער מאנסטער..] פארפירט אקעגן אונז!

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8135
בלאט: 1 2

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:42 am

· #367533
תורה ומדע
די ריכטיגע צוגאנג וואלט געווען צו דעוועלאפען א סעקולערע קורירולום על טהרת הקודש וורס וועט זיין שוה לכל נפש בהסכמת מועצגדוה"ת אזוי ווי די אארטס AARTS פראגרעם.
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Association_of_Advanced_Rabbinical_and_Talmudic_Schools">https://en.wikipedia.org/wiki/Associati ... ic_Schools</a>

גראדע רוב היימישע ישיבות וואס זענען ראביניקעל קאלעדזשעס זענען א חלק פון די אארטס פראגראם.

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:02 am

· #367565
איך וואלט געווארענט די חסידישע מוסדות אז זיין שפילן זיך מיט פייער.

כלומר, יעדער ווייסט די שטיקלעך וואס זיי דרייען אהן וכו', ממילא ווען עס איז דא איינער וואס איז עומד וצווח אז מען ברויך פאררעכטן דער ענגליש, שפיל דיך נישט און ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט ווען מען גייט שוין צו גסיסה, בפרט ווען סך הכל פארלאנגט ער עפעס וואס רוב עלטערן ווילן גראדע יא.

דער טפשות מצד דער מוסדות איז נישט צו פארשטיין.

דערווייל האט זיך מאסטער איינגעהאלטן פין דעם פעדעראל, ווען זיין געדולד וועט פלאצן, השם ישמרנו, פון וואס עס גייט דא פאר.

דא האט איינער דערמאנט דער ארטס פראגראם, העלא, האסט אים איינונג וואס די רעדסט? איך וויל נישט שרייבן דא מיט וואס, אבער ליידער קען מען ארעסטירן אסאך מוסדות, סיי פין די קאלעדזשעס און סיי פון די חדרים.

זענט עטץ משוגע? כ'מיין שטייסט צו די זיצט און די גנב'סט און די לאכסט דיך אויס פין דער "אטד'ניק" וואס איז נעבעך איינגעפאלן א משוגעת פין זיך לערנען ענגליש?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 31, 2017 4:34 pm

· #367797
😕 🙄 😠 🙄 😠 😕 🙄 😠 😕
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0B3Rdly1QhRy-cGg3R0JCTnJqUTg/view">https://drive.google.com/file/d/0B3Rdly ... JqUTg/view</a>

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 31, 2017 4:38 pm

· #367798
איך וואלט מציע געווען צי טוישן די קעפל צו "נפתלי מאסטער פייטער פאר אונז", אדער וועל איך אליינס עפענען א נייע אשכול און יעדער וועט קענען לייגן זיין פּאסט און וועלכע פארום ער האלט אז ער וויל עס אריינלייגן.

מבקר » מאנטאג יולי 24, 2017 1:11 pm

· #380089
Hasidic Yeshiva Experience
This form is designed to gather data on how Hasidic Yeshivas operate as it relates to the secular education they offer and to their finances.
Data collected herein will be used for research and advocacy purposes.
Survey
בלאט: 1 2