☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מערכה'לע דעוועלאפט זיך צווישן די מהרז"ל בחורים

מערכה'לע דעוועלאפט זיך צווישן די מהרז"ל בחורים

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8134

וואסערשעפער » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:55 am

· #248145
מערכה'לע דעוועלאפט זיך צווישן די מהרז"ל בחורים
א מערכה'לע צווישן די זאלי עלטערע בחורים אקעגן די הנהגה זייערע, דעוועלאפט זיך נאך וואס ארום 80 עלטערע בחורים וואס זענען געפלויגן פון קווינס האבן זיך צוזאמגענומען און געמאכט דעם פארגאנגענעם וואך א שבת התוועדות.

די קווינס'ע הנהגה איז זייער גערעגט אויף דעם שבת, ממילא האט די ישיבה אריינגעשטעלט א מחאה אין דער איד אקעגן דעם שבת (בייגעלייגט איז די מחאה), אזוי אויך האבן די בחורים דארט אנאנסירט א נסיעה דעם קומענדיגע כ"א אדר קיין ליזענסק, און קווינס איז געוואר געווארן דערפון, ממילא שרייבן שוין זיי אויך אין די מחאה און אסר'ן אז די נסיעה טאר נישט פארקומען.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

בשבילי! » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:40 am

· #248164
איך האב הנאה פון די בחורים!

היסטאריקער » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:52 pm

· #248226
באקומען אין אימעיל
פאר די אלע וואס פרעגן וואס גייט פאר אין קווינס איבער וואספארא שבת איז די ישיבה מוחה לאמיר ענק מסביר זיין פון אנפאנג ס'איז דא א איד מיטן נאמען נפתלי בלומענפעלד מנהל רוחני בישיבה גדולה סאטמאר וויליאמסבורג אמאל פלעגט יעדע בחור העכער צוואנציג באקומען א "בא בשנים לא נתקבל" וואס די רשעות דערפון דארף מען קיינעם נישט מסביר זיין דאס האט אנגעהאלטן ביז די בחורים האבן געשריגן גענוג איז גענוג אין זיי האבן צוריקגעפייט אין נפתלי האט זיך געמוזט ברעכן ס'איז דורך אפאר יאר אין ער איז ארויפגעקומען מיט א נייע המצאה ער האלט זיך גענומען שרייען האסט א סעלפאון די קומסט שפעט וכו' אין ער האט זיך גענומען ווארפן עלטרע בחורים רעכטס אין לינקס האבן די בחורים מיט רעכט גענומען פארפירן אינז דארף מיר א חלק ד' א גבוה אין דאס האלט ער נישט ביים צולאזן ווייל #1 דאס מיינט אז ער איז שוין נישט דער איינצוגסטער בעל הבית אין #2 דאס גייט מיינען אז ער קען נישט האלטן עלטערע בחורים אין די ראמען סא ער פייט קעגן דעם בחרה ובחנית יעצט פאריאר האט זיך גע'עפענט א גבוה אין מאנטריאל אין א גרויס חלק פון איין עידזש אין קווינס איז אהיגעגאנגן אין נפתלי האט געברענט ווי א פייער אז מען האט אים געוויזן אז גבוה קען מצליח זיין אין ער האט זיך געבראכן אין צוגעשטעלט עקסטרע מגיד שיעורים פאר חלק ד' אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט אין ער האט פארלוירן כמעט א גאנצע עידזש סא יעצט די עלטערע בחורים האבן זיך צוזאמגענומען אז פון ישיבה זענען אונז שוין סיי ווי סיי געפלויגן סא גיי מיר אינז מאכן א שבת התוועדות פאר די עלטערע בחורים אין מען האט אריינגעלייגט שווערע כוחות אז עס זאל זיין א ריכטיגע סוקסעס אין מען האט אראפגברעגט א חשובה בעל מחנך זאל רעדן פאר דו בחורים גאנץ שבת אין נפתלי בלומענפעלד קען דאס נישט פארנעמען ווייל דאס גייט קעגן זיין מהלך המחשבה אז בחורים זענען חיות אימערצויגענע עגאיסטן וואס קענען זיך נישט האלטן אין די ראמען אליין אין דא איז געווען אזא סוקסעספעל זאך אלעס דורך בחורים סא אנשטאטס אריינגיין אין באהעלטניש אין זיין שטיל אז קיינער זאל פון דעים נישט רעדן האט ער עס צופאמפט אין די איד אז יעדער זאל פון דעים רעדן אין איך מיין אז דאס גייט נאר צוהעלפן אז אפאר נארמאלע בעל הבתים זאלן זיך אריינלייגיין אין מאכן א חלק ד' ווי עלטערע בחורים זאלן זיך טרעפן דאס פלאץ
ובשם השם מעשה ונצליח

גאנצל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:32 am

· #248429
בני מהרז"ל איך מוז מודה זיין צו ענק אז די בני מהר"א זענען חלה דעקלעך

שטעלט ענק פאר ווען די זאך טוט זיך ווען אפ אין קר"י ישיבה וואס דא וואלט געווען 1) רשעות פון יענקי סופר ביז'ן סקיי 2) די בחורים האבן אנגעפירט א שבת צו שטעכן זייער אייגענע רבי ס'וואלט געפלויגן דמיונות האלבע אמת מיט גאנצע ליגנטס אאלטע ניקס וואלטן אויפגעשטאנען מיט פלפולים און פשטים בדרך פרדס אזוי ווי די עבר האט שוין באוויזן אז מ'קען מאכן א גאנצע עסק פון א בילד ווי איינער וואונטשט לחיים ווען ער באזוכט א פאבריק מ'מאכט די בילד קלאס אפ און מ'פרייט זיך וואלט מען פון דעם געמאכט גאר א גרויסע עסק

אבער די בני מהר"א זענען נעבעך שוואכלינגען נעבעךס זיי זענען שטול און קרעכצן מיט מיט די עלטערע בחורים וואס זענען אריין אין ישיבה ווי די ישיבה איז בכלל נישט געמאכט געווארן לתועלת הבחורים נאר מיט א אנדערע ציל און פארדעם האלטן זיי דא און פון אלע שמירעריי וואס מ'וואלט געקענט אויסשמירן די גאנצע זאך האט מען געמאכט איין גרויסע חלה דעקל און פארדעקט די גאנצע זאך

יא ראו מה בן לבן

איש את רעהו » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:46 am

· #248644
אין קרית יואל דאכט זיך האבן די בחורים אויסגעפירט
מסתמא וועט די זעלבע זיך איבערשפילן אין קווינס, די בחורים האבן מער צייט און געדילד ווי די מנהיגי הישיבה.

וואסערשעפער » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:40 am

· #249015
יעצט רעדנדיג מיט א עלטערע בחור א וויקטים פין קווינס ישיבה וואס איז ארויסגעווארפן געווארן ציליב זיין עלטער פארציילט ער מיך אז די הנהלת הישיבה זייערע גייט צום ערשטן מאל קומענדיגע וואך צישטעלן א ציזאמקום פאר די עלטערע בחורים בראשות יעקב בער ט"ב (אב"ד סיגוט) א זון פין מהרז"ל לכבוד די יארצייט פין די עצי חיים, ב"ה דאס ענין פין עלטערע בחורים ווערט ווארים דארט און צום האפן אז עס וועט אנהאלטן

מיין שכל זאגט מיך אז טאמער איז אמת אז די הנהלת הישיבה דארט הייבט אן מאכן אזאנא ציזמקומס האבן די בחורים האבן ביג טיים אויסגעפירט מיט זייער מערכה

קאסטנער » דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:29 pm

· #249105
וואסערשעפער
יעצט רעדנדיג מיט א עלטערע בחור א וויקטים פין קווינס ישיבה וואס איז ארויסגעווארפן געווארן ציליב זיין עלטער פארציילט ער מיך אז די הנהלת הישיבה זייערע גייט צום ערשטן מאל קומענדיגע וואך צישטעלן א ציזאמקום פאר די עלטערע בחורים בראשות יעקב בער ט"ב (אב"ד סיגוט) א זון פין מהרז"ל לכבוד די יארצייט פין די עצי חיים, ב"ה דאס ענין פין עלטערע בחורים ווערט ווארים דארט און צום האפן אז עס וועט אנהאלטן

מיין שכל זאגט מיך אז טאמער איז אמת אז די הנהלת הישיבה דארט הייבט אן מאכן אזאנא ציזמקומס האבן די בחורים האבן ביג טיים אויסגעפירט מיט זייער מערכה


שוין א שיינע פאר יאר וואס אדמור מהרזל פלעגט פראווענען די יארצייט סעודה מיט די עלטער בחורים, בכלל נישט קיין נייע זאך.

אבער הלוואי זאלן זיי באמת אויספירן,

signout » פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:04 pm

· #249768
איך הער אז דער מנהל פין קווינס האט געהאלטן די וואך א דרשה ווי ער זאגט אז אלע שיעור ד' זענען דורכפעלער אין מ'טאר עס נישט מאכען, איינער האט עס?

וואסערשעפער » דינסטאג יוני 2, 2015 6:34 pm

· #279963
הער איך יעצט אז די עלטערע קווינסע תלמידים נעמען זיך ווידער ציזאם פאר א שבת התוועדות נעקסטע וואך...
📎 image.jpg

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יוני 10, 2015 2:25 pm

· #281854
וואס מיינט ישיבה חלק ד'? איך האב נאך נישט געהערט פון חלקים אין א ישיבה.

שיעור ד'? שרייב שיעור ד'

וואסערשעפער » מאנטאג יוני 15, 2015 8:25 pm

· #282853
זעה איך אז די שבת התוועדות איז אפגעראכטן געווארן.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg