איינער נוצט דא מיין אייוועלט נאמען
כ'האב לעצטענס באמערקט ווי איינער נוצט דא מיין אייוועלט נאמען, און ער שרייבט אויפן זעלבן סגנון ווי מיר, און ער האט בערך מיינע מיינונגען,
זאל איך אננעמען אז ער מיינט מיר? צו מאכן ליצנות?
😉 שעמסט זיך נישט צו מודה זיין בפה מלא אז דו שרייבסט אויף אייוועלט?
וואס איז די בושה צו שרייבן אויף אייוועלט?
א אידוואס איז די בושה צו שרייבן אויף אייוועלט?
אפשר ווייל עס פאסט נישט צו האבן אינטערנעט אין כולל?
יא כ'האב א ניק אויף אייוועלט,
עס האט זיך געעפענט עטליכע יאר פאר ק"ש,
האלסט איך וואלט ווען 3 יאר זיך געדארפט איינהאלטן פון ליינען און שרייבן אויף איי וועלט און זיין א נביא אז עס גייט זיך עפענען א קאווע שטיבל?
ועוד, די איינציגסטע מעלה פון ק"ש ווס אייוועלט איז אז עס איז נישט דא קיין רעסטריקשאנס אווראו אייוועלט, אויב דא איז דא א רעסטריקשאן נישט צו שרייבן אויף אייוועלט, איז עס גארנישט ווערט,
מען קען זעין מר. העלא אז דו ביזט א איי וועלטער, ווי אזוי דו לייקסט, שוין געשריבן איבער דריי הינדערט, און נישט געפינען פאר פאסיג צי לייקן מער ווי זיבן, מיר ברויכן וועין נאכזיכן וואס פאר א זיבן לייקס זענען שוין ווערט געוועין די טייערע צייט דיינע.
פליקערמען קען זעין מר. העלא אז דו ביזט א איי וועלטער, ווי אזוי דו לייקסט, שוין געשריבן איבער דריי הינדערט, און נישט געפינען פאר פאסיג צי לייקן מער ווי זיבן, מיר ברויכן וועין נאכזיכן וואס פאר א זיבן לייקס זענען שוין ווערט געוועין די טייערע צייט דיינע.
@פליקער קוקט אויס די ביזט פון די זיבן אויסדערוועלטע. 😃
אזוי שווער צו פארשטיין אז נישט יעדער כאפט אייביג אז ס'איז דא לייקס,
מ'ווייסט אז מ'בהאט עפעס צושרייבן, סיינט מען אריין און מ'שרייבט,
איך ליין נישט אזוי סאך, אז מיין קאפ זאל ליגן אין לייקס,
בשעת ווען איך ליין א גוט שטיקל פארגעס איך געווענדליך אז סדא אזא אפשען,
שרייבן ראיז דאך די יסוד פון א פארום, לייקס איז א זייטיגע זאך, מ'דארף געדענקן אז עס איז דא אזא אפציע
הרב העלא, רא קוקט אויס איז אנדערש ווי אייוועלט יעדער איינער האט ליב א לייק, וואס קען מען טוהן א עולם השקר.
ליב האבן א לייק איז א מענטשליכע זאך,
עס איז א טבע הבריאה,
גערעכט נאכאלץ דא ליגט מען מער דערין.
אויף אייוועלט ווען עס איז דא א דיסלייק וואלט עס געפלויגען בעסער ווי לייקס. אנגעזעצטע מענטשען.
די שאלה איז וואס מען רופט אן אנגעזעצט, מיין חבר האט חתונה געמאכט אפאר וואכן צוריק, און די משפחה ארום פון ביידע זייטן, זענען און קוקן אויס אלץ אנגעזעצטע חברה, צוקוועטשטע מענטשן, אבער זיי האבן לעבעדיג געמאכט די חתונה דארט אז עס איז געגאנגען א רויעך.
וועסטומדאך אוודאי פרעגן משם ראיה? די ענטפער איז און זייערע אויגן זענען זיי די גליקליכסטע מענטשן אויף די וועלט, זיי ענדשויען לייף, סעים הער מיט אייועלט, און זייערע אויגן ענדזשויען זיי לייף די מאסט אוט אוו איט.