☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » שקר אין היימישע אויסגאבעס

שקר אין היימישע אויסגאבעס

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #812

בונם » זונטאג יוני 10, 2012 3:04 am

· #16962
שקר אין היימישע אויסגאבעס
יאנקל האט געמאכט א גוטן אשכול איבער די קוריאזן אין היימישע אויסגאבעס אבער אפט מאל איז עס אביסל ווייטער ווי סתם מאדנע און מער מיטן ציל צו פארטושן אירע ליינער מיט פאלשע אינפארמאציע.

איך ברענג דא איין ביישפיל וואס איז געווען אינעם בלאט א וואך צוויי צוריק, און איז פשוט געפיטערט ליגן פאר אירע ליינער:
📎 sheker in blatt.JPG

איך אויך » זונטאג יוני 10, 2012 6:13 am

· #16967
וועלכע חלק איז ליגענט?

יידל » זונטאג יוני 10, 2012 9:32 am

· #16983
איך אויך
וועלכע חלק איז ליגענט?

די עקאנאמיע אין מדינת ישראל שטייט גוט.

ידען » מאנטאג יוני 11, 2012 8:06 am

· #17218
נישט זיכער אויב סע קומט דא אבער ביי מיר איז עס א שקר וואס די צייטונג שרייבט אין זייער עדיטארעל די וואך סתם צו מאכן מענטשן מיינען אז טעקסטן איז ממש אזוי שלעכט. איך שרייב זיינע ווערטער:

אויב איר וועט זיך אומקוקן ביי א שמחה שב״ק, וועט איר באמערקן ווי נישט יעדער איז אזוי באקוועם ביים שמועסן מיט אנדערע מענטשן. עמיצער וואס ליגט אין טעקסטן 6 טעג א וואך, ממש א גאנצן מעת לעת ליגט דעם קאפ אין דעם טעקסטן? שפירט זיך עפעס אפגעפרעמדט ווען ער האט נישט זיין ״אקסיגען״ איין מעת לעת, און פארגעסט שוין פשוט ווי אזוי מ׳דארף נארמאל זיך אנקערן מיט אנדערע מענטשן. עכ״ל.

סתם גערעד שטותים און ליגענט. איך בין קראנק מיט טעקסטן אבער שבת? איך בין די וואך געווען ביי א פאר שמחות און פיין פארברענגט און נישט געפילט אז איך גיי אויס ווייל כאב נישט געהאט מיין פאן. איך האב אויך נישט געזען ווי מענטשן זענען אומבאקוועם ביים שמועסן ווי אנדערע מאל.

איך ווייס אז אינדערוואכן האבעך אסאך מאל די פראבלעם אז איך טעקסט אזויפיל אז ווען איך בין מיט א חבר שטערט עס יענעם און איך האב אפי׳ חברים וואס וועלן זיך טרעפן מיט מיר און פארברענגען נאר אויב איך לייג אוועק מיין סעל, אבער איך האב נאך אלץ זייער ליב זיך ״צו אנקערן מיט אנדערע מענטשן״.

דבילה » מאנטאג יוני 11, 2012 1:39 pm

· #17266
ידען

ס'איז וואונדערליך צו צוקוקן ווי א ליגנער קען זיך ניטאמאל ברענגען צו נוצן דעם אמת אלץ א מיטל. לכאורה אויב טעקסט איז אזא געפערליכע זאך אז דאס פאר'הרג'עט אזוי שטארק די קשרים בין אדם לחבירו - איז א שבת'דיגע שמחה אויסנאם באקוועמער. נישטא קיין טעקסט, און בהכרח מוז יעדער צולייגן קאפ איינער צום צווייטן, און דאס איז דאך אודאי מרבה אהבה ושמחה שלום ורעות. און נאכמער פון אלץ איז דאך טענה טאקע קרוב אל האמת...

משכיל » מאנטאג יוני 11, 2012 3:03 pm

· #17281
ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י

John Doe » מאנטאג יוני 11, 2012 3:12 pm

· #17283
משכיל
ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י

וואס טוהט מען אבער אז מ׳וויל שטארק וויסן ווער ס׳האט אויפגעטרעטן ביים פישפיקלאדיינער מלווה מלכה?

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 11, 2012 3:26 pm

· #17285
John Doe

וואס טוהט מען אבער אז מ׳וויל שטארק וויסן ווער ס׳האט אויפגעטרעטן ביים פישפיקלאדיינער מלווה מלכה?

פארדעם קען מען קויפן די טעבלוידס, ווי כל העולם כולו, פיפל מאגאזין וכדו'.

בונם » דינסטאג יוני 12, 2012 11:05 pm

· #17673
יידל
איך אויך
וועלכע חלק איז ליגענט?

די עקאנאמיע אין מדינת ישראל שטייט גוט.

דאס האב איך טאקע בעיקר געמיינט, אבער אויך אויף די אנדערע זאכן קען מען זיך דינגען.

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 11:15 pm

· #17674
רוב רובו דראמאטישע פארזעצונגען אין אלע צייטונגען זענען כולו שקר

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 11:50 pm

· #17681
עס איז ווי פרקים פון א נאוועל, עס שטעלט זיך ניטאמאל אהער ווי אמת.

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 12:48 am

· #17694
זר זהב
רוב רובו דראמאטישע פארזעצונגען אין אלע צייטונגען זענען כולו שקר

קיינער ערווארט נישט אז עס זאל זיין אמת, עס איז אנגענומען פאר יעדעם אז עס איז איינעם'ס בויך מעשוית...

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 1:09 am

· #17698
דאס מאכט עס נאך נישט פאר אמת....

איינער » מיטוואך יוני 13, 2012 7:09 am

· #17711
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז דער מקור פון אסאך פראבלעמען אין אונזער געזעלשאפט, ווי די ליין פון אמת און פיקיצע איז צופיל מאל נישט קלאר.

לעמיל » מיטוואך יוני 13, 2012 9:29 am

· #17724
די ערשטע שקר סיי אין די איד אין סיי אין די בלאט איז די דעיט ביידע שרייבען ערש"ק אין די דעיט פאר פרייטאג אין למעשה קימען זיי שוין ארויס דאנערשטיג

ידען » מיטוואך יוני 13, 2012 12:49 pm

· #17767
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז די שטערן שרייבט נישט fiction.

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 7:39 pm

· #17847
לעמיל
די ערשטע שקר סיי אין די איד אין סיי אין די בלאט איז די דעיט ביידע שרייבען ערש"ק אין די דעיט פאר פרייטאג אין למעשה קימען זיי שוין ארויס דאנערשטיג

אה.... דאס איז שוין זיכער א טעות וואס מען האט פארזעהן.... ווער וויל זיי גיין זאגען? 😂

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 7:42 pm

· #17849
נוי יארק
לעמיל
די ערשטע שקר סיי אין די איד אין סיי אין די בלאט איז די דעיט ביידע שרייבען ערש"ק אין די דעיט פאר פרייטאג אין למעשה קימען זיי שוין ארויס דאנערשטיג

אה.... דאס איז שוין זיכער א טעות וואס מען האט פארזעהן.... ווער וויל זיי גיין זאגען? 😂

דאס האט דאך סאטמאר רב געזאגט

יואליש » זונטאג יוני 24, 2012 1:06 pm

· #19535
אסך מאל איז פראפעשענאל דעמאגאגיע ערגער ווי א בולטע נערישע ליגענט. נתן סליפקין ריפט ארויס דעם אגודה ספין מייסטער אבי שאפראן פארן באצייכענען די חרידישע בלאג-ספערע אלס בלאגיסטאן. געבעלס וואלט געווען שטאלץ מיט שאפראן.

אין א בריוו - וועלכע עמי וועט נישט האבן די כדורים עס צו דריקן - שרייבט סליפקין אויף זיין בלאג:

To the Editor:

R. Chaim Dovid Zwiebel, Executive Vice-President of Agudath Israel of America, was recently interviewed in Mishpachah magazine. He explicitly acknowledged two obvious truths: (1) that abuse and molestation issues have not been taken seriously in the charedi community, and (2) that this has begun to change as a result of pressure created by blogs. In light of that, how could Rabbi Avi Shafran, in his latest column, deny any positive value to blogs that contain criticism of the charedi community, and equate them all with Korach?

I was further taken aback to see Rabbi Shafran derisively describe the world of blogs as "blogistan." The suffix "-stan" is usually used to describe an entity that has taken on attributes of restrictive, dictatorial theocracies that are common in the Moslem world. Is it not ironic that Rabbi Shafran, who insists on the unqualified, unimpeachable authority of Daas Torah and the suppression of any public criticism, uses the term "-stan" to describe those who seek precisely the opposite?

Sincerely,
Rabbi Natan Slifkin
Ramat Bet Shemesh

געפילטע פיש » זונטאג יוני 24, 2012 6:46 pm

· #19636
יואליש

שפתים ישק!

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 2, 2012 1:11 am

· #21096
יואליש

אין א בריוו - וועלכע עמי וועט נישט האבן די כדורים עס צו דריקן - שרייבט סליפקין אויף זיין בלאג:

און... וואונדער איבער וואונדער! זיי האבן עס יא געדרוקט! און נאך אויפן פאדערשטען שער בלאט.

זעט אויס כדורים זענען געווען אויף סעיל דעי וואך...

אלבערט » מאנטאג יולי 2, 2012 6:31 pm

· #21307
משכיל
ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י

.

ניו יארק » מאנטאג יולי 2, 2012 8:57 pm

· #21352
משכיל
ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י

משכיל, די ביסט געבוירן מיט די נאמען? אדער מען האט עס שפעטער צוגעגעבן?

ראש המדברים » מיטוואך יולי 4, 2012 4:47 pm

· #21729
בונם
יידל
איך אויך
וועלכע חלק איז ליגענט?

די עקאנאמיע אין מדינת ישראל שטייט גוט.

דאס האב איך טאקע בעיקר געמיינט, אבער אויך אויף די אנדערע זאכן קען מען זיך דינגען.

זייער עקאנאמיע שטייט גוט? איז פארוואס איז דא דארט פראטעסטען יעדע שני וחמישי אז דער מצב איז שלעכט?
דער מצב פון די רעגירונג איז גוט, אבער די מצב פון די בירגער איז זייער שלעכט ס'איז נאך נישט געווען אזא שלעכטער מצב זייט די י' יאר'ן ווען מ'האט געטיילט עסן מיט קארטלך, די סטאק מארקעט און די בענק מאכן אסאך געלט אבער די 99% זענען אין ביטערע צרות

משה געציל » מיטוואך יולי 4, 2012 5:49 pm

· #21745
נישט קיין שקר, אבער עס האט סתם אזוי אויפגעהויבען מיינע אויגען ברעמען ליינענדיג די המספיק גאזעט דעם חודש -וואס לשבחם מיז ארויס געברענגט ווערען אז זייער ארטיקלען און נייעסן ווערען געשריבען אויף א זייער הויכע ניווא- באריכטען זיי אויף די לעצטע זייט שאקירענדיגע אויפדעקונגען וואס די ציונים האבען געטון מיט די עולי תימן.
אן אריין גיין אין די נושא פאנג איך נישט אן פארשטיין ווי דער נייעס איז אריין געפאלען דארט, די אלע יארען וואס איך ליין דעם גאזעט האב איך בטעות נאכנישט געפונען קיין איין נייעס אדער ארטיקעל וואס אנבלאגט נישט צו די מעדעצינישע וועלט. איז דא עפעס א חיוב אז א יעדע צייטונג-סטיל אויסגאבע וואס ווערט ארויסגעגעבען דורך איינער וואס ווייקט זיך אין די שיטה מוז ערגעץ ארויס ווייזען זיין קנואתשאפט אפילו עס פאנגט נישט אן אריין קומען דארט? אויב אזוי זאל ער ווידמען א יעדע חודש א נייעסעל אדער באריכט איבער ציונית, און קלאר שטעלען פאר די אלע ליינער אז די גאזעט ווערט געפירט ע״פ טהרת הקודש. אפשר ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין א צווייטער חדר וואלט איך עס פארשטאנען, אבער כהיום ווייס איך נישט וואס דער שרייבער האט געוואלט מיטן דרוקען די באריכט.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:05 am

· #21822
"די צייטונג" אין אן אונטער קעפל צו די נייעס פון די סופרים קארט רולינג אויף אבאמאקעיר שרייבט ער אז אמעריקאנער גלייכן איצט מער אבאמאקעיר זינט די רולינג. למעשה ווייזן אבער רוב פאולס אז ס'האט זיך גארנישט געטשעינדזש'ד אדער אז ס'גאר שוואכער געווארן.
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.

און אז איך שרייב שוין. נישט פארגעסן חלילה אז גאור וואלט געווען פרעזידענט ווען מ'ציילט ווען ווייטער אין פלארידע.

עס עפעס » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:00 pm

· #21930

עס זענען דא עטליכע אנקעטעס וועלכע צייגן דאס/

זעה דא:
<a class="postlink" href="http://leanforward.msnbc.msn.com/_news/2012/07/02/12525654-poll-public-support-for-health-care-law-ticks-upward-post-scotus-ruling?lite">http://leanforward.msnbc.msn.com/_news/ ... uling?lite</a>

און דא:
<a class="postlink" href="http://politicalticker.blogs.cnn.com/2012/07/02/cnn-poll-health-care-ruling-changes-views-of-supreme-court/">http://politicalticker.blogs.cnn.com/20 ... eme-court/</a>

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:04 pm

· #21931
סארי דיין צווייטער לינק האט גארנישט מיט אבאמאקעיר, ס'האט מיט'ן סופרים קארט.

נפתלי » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:04 pm

· #21933
משה געציל
נישט קיין שקר, אבער עס האט סתם אזוי אויפגעהויבען מיינע אויגען ברעמען ליינענדיג די המספיק גאזעט דעם חודש -וואס לשבחם מיז ארויס געברענגט ווערען אז זייער ארטיקלען און נייעסן ווערען געשריבען אויף א זייער הויכע ניווא- באריכטען זיי אויף די לעצטע זייט שאקירענדיגע אויפדעקונגען וואס די ציונים האבען געטון מיט די עולי תימן.
אן אריין גיין אין די נושא פאנג איך נישט אן פארשטיין ווי דער נייעס איז אריין געפאלען דארט, די אלע יארען וואס איך ליין דעם גאזעט האב איך בטעות נאכנישט געפונען קיין איין נייעס אדער ארטיקעל וואס אנבלאגט נישט צו די מעדעצינישע וועלט. איז דא עפעס א חיוב אז א יעדע צייטונג-סטיל אויסגאבע וואס ווערט ארויסגעגעבען דורך איינער וואס ווייקט זיך אין די שיטה מוז ערגעץ ארויס ווייזען זיין קנואתשאפט אפילו עס פאנגט נישט אן אריין קומען דארט? אויב אזוי זאל ער ווידמען א יעדע חודש א נייעסעל אדער באריכט איבער ציונית, און קלאר שטעלען פאר די אלע ליינער אז די גאזעט ווערט געפירט ע״פ טהרת הקודש. אפשר ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין א צווייטער חדר וואלט איך עס פארשטאנען, אבער כהיום ווייס איך נישט וואס דער שרייבער האט געוואלט מיטן דרוקען די באריכט.

איך האב מיר אויך זייער געוואונדערט דערויף
דער איינציגער לימוד זכות וואס כ'האב געקענט טראכטן איז אז זיי רעדן בעיקר פון די קרענק וואס די תימן'ע האבן באקומען אויפן וועג און נישט פון אלע אנדערע עוולות וואס איז געטוהן געווארן קעגן זיי

ראש המדברים » דאנערשטאג יולי 5, 2012 3:54 pm

· #21971
זר זהב
"
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.

.

ער האט לכאורה געניצט די גאלף אנקעטע פירמע פון ווילאמסבורג 😃

אלבערט » דאנערשטאג יולי 5, 2012 6:14 pm

· #22016
ראש המדברים
זר זהב
"
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.

.

ער האט לכאורה געניצט די גאלף אנקעטע פירמע פון ווילאמסבורג 😃

געקלערט צו שרייבן דאס זעלבע.... 😃 😃

קלאר » זונטאג יולי 8, 2012 5:44 pm

· #22452
📎 AxJx9G7CMAEmH9_.jpgאויפן קעפל דארף שטיין אז לאפעז זאל האבען געהאלפן די אגודה מיט די ספעשל עד בילל
ווען אין פאקט האט עס לאפעז ניטעמאל
געספאנסערט

איבערצייגט אייך דא
<a class="postlink" href="http://open.nysenate.gov/legislation/bill/A10722A-2011">http://open.nysenate.gov/legislation/bill/A10722A-2011</a>

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 11:51 pm

· #30518
מציצה בפה
אין "די אוצר" זע איך א באריכט אז אין די צעטל וועלכע די ניו יארק סיטי אינסטאנצן ווילן אז עלטערן זאלן דארפן אונטערשרייבן פארן מאכן מצב"פ שטייט אז אויב מאכט מען מצב"פ און עס מאכן זיך קאמפליקאציעס גייט מען נישט קענען טראגן די קינד צום שפיטאל, ווייל דאס איז די עלטערנס שולד.
לויט די באריכט פאריגע וואך אין די איד איבער די סיטי הירינג, איז איינע פון די טענות פון התאחדות הרבנים'ס לעגאלע טיעם אז די שטאט האט נישט ארויסגעגעבן די אינהאלט פונעם צעטל וועלכע מ'וועט דארפן אונטערשרייבן.
ווער זאגט דא ליגנט?

שרגא » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:35 am

· #30541
אין די בליץ זע איך אן עד פון דאקטאר דוד כהן. איך וויל עקסטער רעדן פון דעם משוגענעם עד וואס מאכט חוזק פון די מענטשהייט צו וועלן איינרעדן מיט אזעלכע שטותים די מאסן וואס לאזן זיך גרינג איינרעדן אין יעדע זאך. נאר דא וויל איך קודם רעדן פון דעם חלק השקר וואס זיי הייבן אן מיט'ן שרייבן אז "ווען מען גוגעלט אריין The best doctor on eartg" קומט ארויף א ליסטע מיט איבער אכציג מיליאן דאקטוירים, די ערשטע אויף די ליסטע איז "דאקטאר דוד כהן"...
זיי שרייבן אבער נישט דעם גרויסן סוד: זיין וועבסייט האט ער א נאמען געגעבן "the best doctor on earth"... אבער יעדער בליץ קויפער וועט זיך מיר שווערן אז דאקטאר דוד כהן איז דער בעסטער דאקטאר אויף דער וועלט. זיכער וועט ער זיין גרייט צו צאלן גרויס געלט זיך צו לאזן היילן ביי דעם גרעסטן דאקטאר צווישן נישט ווייניגער פון אכציג מיליאן דאקטוירים... פעך.
אגב זע איך נישט אז ס'זאל ארויפקומען א ליסטע פון מיליאנען דאקטוירים, נאר "רעזולטאטן"...
📎 159.jpg

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:38 am

· #30544
אוי האב איך אויסגעפלאצט, שרגא נאדיר נאך אפאר פון די גוטע סחורה 👍 👍 👍 👍 👍

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:53 am

· #30557
די עכטע שאלה דא איז: איז עס אמת? האט דא איינער רעפערענצן? אז די פרינצן פון סאודי אראביע נוצן אים, איז דאך יש דברים "בגוי"... עכ"פ האט איינער עפעס עקספיריענס? אויב טויג ער, איז א כפרה די אדווערטייזמענטס, אויב נישט, איז די קשיא נאך שטארקער.

די "פעך" גייט ארויף אויפן בליץ - וועלכע זענען נישט די ערשטע דאס צו אדווערטייזן, דער דר. כהן טוט עס שוין יארן אין פארשידענע אויסגאבעס - צי אויפן דאקטאר אליינס? אויב איז ער אזא גוטער דאקטאר וואלט מען אים דאך געדארפט נאכלויפן אין די גאסן, אזש ער וואלט נישט געהאט קיין צייט זיך צו אדווערטייזן און ווארטן אויף פאציענטן..!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:54 am

· #30558
אויף 13'טע עוו. זעהט מען כסדר אראבישע פרינצן שפאצירן, כ'קיינמאל נישט געוואוסט ווי זיי גייען.

ליפא » פרייטאג יולי 15, 2016 11:57 am

· #342311
עטליכע וואכן צוריק איז געווען פריימערי וואלן איבעראל. דער אלטע געזעצענער קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער איז געלאפן פאר ריעלעקשען, און צום ערשטע מאל האט ער געהאט א קעגנער איינער א דרייסיג יעריגע אליווער מיכאל ראזענבערג, דער מיכאל איז א געוועזענע רעפוליקאנער און אפענע געי. ער איז געלאפן בעיקר אויף די איראנע דיל אישו וואס דער אידישער ליבעראלער נאדלער האט געשטיצט.
דער דעילי ניוס האט אינדארסט ראזענבערג טאקע וועגן נאדלער'ס איראן שטיצע, אויך האט מען ערווארטעט אז אין די אידישע געגענט פון באראפארק וועט רז''ב גוט אנציען וועגן די איראן אישו.
די רעזולטאטן איז נישט געווען א סורפרייז. נאדלער האט געווינען 90% צו ראז''ב'ס 10%!....

אבער... אין בארא פארק האט רז''ב שטארק געווינען איבער נאדלער. כמעט אלע 3000 וואוטס וואס ער האט בכלל באקומען איז געקומען פון בארא פארק.

Nadler’s overall lead was much smaller in the Brooklyn part of his district. Nadler eked out a win by one single vote with 100 percent of precincts reporting. However, in the 48th Assembly District, which is largely comprised of the Borough Park Orthodox Jewish community, Rosenberg beat Nadler 78 percent to 22 percent.
“Brooklyn voters didn’t forget Nadler’s support of the Iran deal despite an unqualified challenger,” Councilman David Greenfield (D-Brooklyn) told Jewish Insider. “It’s up to Nadler to repair the trust that he’s lost from his Brooklyn constituents.”

דער דעלי ניוס האט געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן אן עדיטאריעל אויף די בארא פארקע רעזאלטס:

''די אנטי נאדלער לענדסלייט''
שרייבן זיי דארט אז בארא פארק האט געשיקט א שטארקן מעסעדזש פאר דעם נאדלער.

📎 IMG_20160715_114312.jpg

דער ליצנות טיפש בלעטל פון ר' אהרן ט''ב האט פארגעסן אז היינט איז 2016 און מ'קען נישט בי עסן יעדן, נישט יעדער האט גדר. דארט איז געווען אזא עדיטארעל:

''בארא פארק האט טאקע געשיקט א מעסעדזש''

📎 rps20160715_115234.jpg

יעדע אות שקר. ער וויל יעדן פארנארן אז די ציוניסטישע פראפאגאנדע קעגן נאדלער איז נישט געלונגען... און דער ווייסט גאנץ פיין אז ס'איז געלונגען בעסער ווי געראכטן. רז''ב האט צושמעטערט נאדלער אין ב.פ. 80% צו 20% פאר נאדלער.

וויאזוי שפירט אזא שרייבער גוט מיט זיך ווען ער ווייסט אז ער פיטערט זיינע אקסישע ליינער מיט פלעט אוט לייעס????

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 4:44 pm

· #342364
ליפא: דו פרעגסט וויאזוי דער טיפש איום ונורא שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט פיהלט ווען ער שטאפט זיינע ליינערס מיט טיפשות'דיגע שקרים...!
אזוי ווי זיין רעבבע סענדער דער דייטש האט געפיהלט ווען ער האט געשטאפט זיינע ליינערס מיט אפענע און גראבע שקרים. די גאנצע חילוק איז נאר אז דאמאלס איז נאכנישט געווען די טמא'נע אינטערנעט. און ר'האט געקענט איינרעדן פאר זיין עולם אלעס.
בד"וו: דער כעלעמער, שמואל שלמה טעללער קען אפילו נישט די א"ב פון דיקדוק. ווען ער שרייבט דאס ווארט ..."ציונות"...אלס שם דבר, שרייבט ער עס מיט א יוד. .."ציונית"...זי די ציונית... 😂 🙄

מח-החושב » מאנטאג יולי 18, 2016 2:37 pm

· #342682
די צייטונג 1.jpg

מח-החושב » מאנטאג יולי 18, 2016 2:38 pm

· #342683
די צייטונג 2.jpg

איש את רעהו » דינסטאג יולי 19, 2016 1:59 pm

· #342832
ספענדן שווערע טויזענטערס פאר ציוניסטישע פראפאגאנדע און ארויסשלעפן בלויז '800' וויילער איז א דורכפאל און ליצנות

קנאק-יענקל » דינסטאג יולי 19, 2016 2:13 pm

· #342836
berlbalaguleh
ליפא: דו פרעגסט וויאזוי דער טיפש איום ונורא שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט פיהלט ווען ער שטאפט זיינע ליינערס מיט טיפשות'דיגע שקרים...!
אזוי ווי זיין רעבבע סענדער דער דייטש האט געפיהלט ווען ער האט געשטאפט זיינע ליינערס מיט אפענע און גראבע שקרים. די גאנצע חילוק איז נאר אז דאמאלס איז נאכנישט געווען די טמא'נע אינטערנעט. און ר'האט געקענט איינרעדן פאר זיין עולם אלעס.
בד"וו: דער כעלעמער, שמואל שלמה טעללער קען אפילו נישט די א"ב פון דיקדוק. ווען ער שרייבט דאס ווארט ..."ציונות"...אלס שם דבר, שרייבט ער עס מיט א יוד. .."ציונית"...זי די ציונית... 😂 🙄

סתם אזוי אראפגעריסן א אינגערמאן א ירא שמים, וואס כאטש איך בין בכלל נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות און שרייבאכץ, איז ער נאך אלץ באמת א טייערער אינגערמאן, וואס זיינע שיטות אין קנאות מיינט ער נעבעך ערנסט.

קענסט האלטן אז ער איז נישט גערעכט אין אלגעמיין, אבער זיינע שיטות זענען ביי אים אויסגעבויעט, נישט קיין פליפ פלאפ, ווי אנדערע קנאות פאן-טרעגער.

און בנוגע דעם יעצטיגן אויסברוך, להוי ידוע אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיטן "עדיטאריעל" אין יענעם נארישן צייטונג. ער שרייבט בלויז ארטיקלען וואס האבן זיין נאמען דערויף, דעם חסידי'שן עדיטאריעל און זיינע אנדערע ארטיקלען, קרית מלך רב און נאך עטליכע קלייניקייטן, און ס'קומט אים נישט די טיטלען מיט וואס דער בעל עגלה האט אים באצייכנט.

און אפילו ער קען נישט קיין דקדוק, איז מען נאך נישט חייב סקילה.

איך אויך » דינסטאג יולי 19, 2016 4:40 pm

· #342868
דער בלעגלה באנעמט זיך זייער שיין לגבי וואס דער צובראכענעם טעלער פארדינט זיך.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 19, 2016 7:45 pm

· #342894
קנאק-יענקל: לאמיך דיר ענטפערן פארוואס הרב שמואל שלמה טעללער פארדינט די טיטלען מיט וועלכע איך האב איהם באצייכנט.
ער איז אייביג ביזי (כמעט א יעדע וואך) מיט שילדערן פאר די ליינערס וואספארא טיפש און אוממענטש בנימין נתניהו איז. דאס איז דאך דא נישט די אישו. קיין איינציגער פון די ליינער פון בלאט האלט נישט ביי טון ביזנעס אדער זיך משדך זיין מיט נתניהו. אויך איז קיינער נישט קיין מחותן מיט איהם. ער דארף צו שרייבן און ארויסהייבן די רשעות (לשיטתו) פון די מדינת ישראל פאליסיס, און וויאזוי דאס שאדט פאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני.
און איבער נישט וויסן דעם ריכטיגן אויסלייג פון דעם ווארט ..."ציונות"...דאס איז דאך זיין (כמעט) איינציגע און אויסשליסליכע טעמע איבער וואס ער שרייבט. משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וועלכער האט א שיך געשעפט. און ס'קומט אריין א קאסטומער און ער/זי פארלאנגט א געוויסן שיך . און דער סוחר קען נישט צו פאסן נישט די סייז, קאליר אדער פרייז צום צופרידנהייט פון די קאסטומערס...!

היסטאריקער » מיטוואך יולי 20, 2016 12:31 pm

· #342975
מח-החושב
📎 די צייטונג 1.jpg

די צייטונג ענטפערט אויף א בריוו וואס פרעגט אים וועגן זיין "ליגענט"

א איד » מיטוואך יולי 20, 2016 4:50 pm

· #343007
Re: שקר אין היימישע אויסגאבעס
לייג עס ארויף ביטע