☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דראמאטישע משכונות קריזיס אין פאריז

דראמאטישע משכונות קריזיס אין פאריז

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8103
בלאט: 1 2

chusid » מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:47 am

· #247503
בדרך אגב: מ'זעט דארט די מלכת ירדן , זייער גאד לאאקינג וואס איז פשט אז זי איז נישט צניועת'דיג אזוי ווי די אנדערע מוסלעמענער?

בשבילי! » מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:01 am

· #247506
זי איז מאדערן ארטאדאקס. גיי זע באשאר אסאד'ס ווייב, זי איז אויך נישט א חרדי.

לא להנאת גופי » מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:09 am

· #247508
פשט פון דעם?????
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=w2LVDXpMXgQ">https://www.youtube.com/watch?v=w2LVDXpMXgQ</a>

chusid » מאנטאג יאנואר 12, 2015 4:59 pm

· #247582
די ווייסע הויז ווארטזאגער זשאן ערנעסט זאגט יעצט אז די קריטיקירער זענען גערעכט און די ווייסע הויז דארף ווען טאקע שיקן איינעם זיך באטייליגן ביי די מארש אין פאריז. אינטערסאנט ווייל איך האב געהאלטן אז עס מוז זיין אז עס ליגט עפעס טיפערס און נישט סתם.... אדער קען זיין זיי האבן זיך נישט גערישט אויף אזא אויפברויז ממילא יעצט זאגן זיי אז מדארף ווען טאקע שיקן...

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:39 pm

· #247586
מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...נאר וואס וועלן יעצט זאגן די אלע דורשי רעה פונ'ם אידישן פאלק ווי די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" און נטורי קרתא. אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש...?...!

שלמה המלך » מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:52 pm

· #247592
לא להנאת גופי
פשט פון דעם?????
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=w2LVDXpMXgQ">https://www.youtube.com/watch?v=w2LVDXpMXgQ</a>

די רבי אליין ווארט אויפן באס! וואס פארשטייסטו נישט?

איש את רעהו » מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:07 pm

· #247596
בכלל נישט אזא טובה פאר יידן אז מען שטעלט אזא מאסשטאבליכע שמירה ביי אידישע צענטער פונקטען, עס שטעלט אידן אין צענטער-פונקט פון יעדע געשעהניש.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:16 pm

· #247615
berlbalaguleh
מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...

שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן די קאפיע פון מיין תגובה דורך דריידל, האביך געמיינט אז ער מאכט א דזשאוק. אבער לצערי הגדול זעה איך אז עס איז יא אמת. וויל איך דיר מודיע זיין במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו געטון א גרויסע עוולה. ווייל דער גאנצער מעלה און גרויסקייט פון קאווע שטיבל עד הנה איז געווען אז מ'צענזורירט נישט. און מ'שניידט נישט יענעם'ס תגובות. אויב דו ביסט נישט צופרידן האסטו א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה. אבער די מינוט וואס מ'הייבט אן צו צענזורירן און שניידן באקומט דעס פלאץ אזא פנים ווי איי וועלט. מיט וואס איז דאמאלץ דא אנדערש ווי דארט?! היינט שניידט מען פאר דעם. מארגן פאר אנאנדערע סיבה. און נאכדעם וועט מען זיין באגרעניצט צו די אפיציעלע ליניע.

דאס מאכט מיך איבערטראכטן לגבי מיין צוקונפטיגע אינטערעסע ממשיך צו זיין און ליינען און שרייבן דא. איך מיין אז מ'קען שוין אנגרייטן די געזעגונגס סעודה. איינער קען שוין גיין איינקויפן די לעקעך און בראנפן פאר מיין סעודת פרידה....!

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:54 pm

· #247622
berlbalaguleh
berlbalaguleh
מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...

שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן די קאפיע פון מיין תגובה דורך דריידל, האביך געמיינט אז ער מאכט א דזשאוק. אבער לןצערי הגדול זעה איך אז עס איז יא אמת. וויל איך דיר מודיע זיין במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו געטון א גרויסע עוולה. ווייל דער גאנצער מעלה און גרויסקייט פון קאווע שטיבל עד הנה איז געווען אז מ'צענזורירט נישט. און מ'שניידט נישט יענעם'ס תגובות. אויב דו ביסט נישט צופרידן האסטו א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה. אבער די מינוט וואס מ'הייבט אן צו צענזורירן און שניידן באקומט דעס פלאץ אזא פנים ווי איי וועלט. מיט וואס איז דאמאלץ דא אנדערש ווי דארט?! היינט שניידט מען פאר דעם. מארגן פאר אנאנדערע סיבה. און נאכדעם וועט מען זיין באגרעניצט צו די אפיציעלע ליניע.

דאס מאכט מיך איבערטראכטן לגבי מיין צוקונפטיגע אינטערעסע ממשיך צו זיין און ליינען און שרייבן דא. איך מיין אז מ'קען שוין אנגרייטן די געזעגונגס סעודה. איינער קען שוין גיין איינקויפן די לעקעך און בראנפן פאר מיין סעודת פרידה....!


ר׳ בערל טייערער ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט מיט די צענזור ! אבער ווי אלל אפרישעיד יו! אָן דיין פּרעזענעז וועט קאווע שטיבל נישט זיין מעהר וואס ס׳איז יעצט, מוחל די לעקעך און ברוינפן לאמיר ענדערש מאכן א לחיים אויף נאך א גלעזלע קאווע דא אין שטיבל און ווי דער מחבר שרייבט שוין אין די ערשטע סימן אין שו״ע ולא יתבייש מן המלעיגים, פרייהייט וועט צום סוף זיגן !

#נישט טשעפּענען מיט אונזערבאליבטן בּעלגעלנוּ רעב בערל

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:46 pm

· #247633
איך בעט איבער ר' בערל ברבים. כ'האב נאר געמיינט לטובת הקוראים.
קעלנער פליז שטעל עס צוריק כמתכונתו על מכונו.

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:39 am

· #247676
בערל גיוועהן היינט אין זיבן גישעפטן אין מדינת ישראל און גיבעטן איך וויל קויפן לעקעך און ברוינפן פאר א מסיבת פרידה, פרעגן זיי מיר פאר וועמען? זאג איך זיי בערל בעלעגאלע גייט אוועק פון קאווע שטיבל, קיין איינער פון זיי האבן נישט געוואלט פארקויפן פאר מיר זיי זאגן בשום אין אופן זיי זענען נישט מסכים די בעלעגאלע זאל אוועק גיין פון דא ער איז נאך די איינציגסטע וואס האט נאך א אמתע געפיל פאר זייער לאנד

איך אויך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:21 am

· #247689
פאר געוויסע קוקט עס אויס אביסל איבערגעטריבן די סאלדאטן אינעם חב''ד סקול ,אבער נעמט אין אכט אז עס לערנן דארט 6000 קינדער! אין א אכט שטאקיגע בנין וואס איז 45 טויזענט ס''פ.

חב''ד האט אפשר א 30 בתי חב''ד פארשפרייט איבער גאנץ פאריז (מתוך 120 בתי חב''ד בצרפת וואס הרב אזימוב האט אויפגעשטעלט) און כ'מיין אז נאך א''י און נ.י. איז צרפת זייער גרעסטע באזע.

דאס נעמט זיך דערפון וואס תיכף נאך די קריג ווען א עווריטש חסידישע איד האט אפילו נישט געוויסט ווי מאראקא איז אויף די מאפע האט שוין דער ריי''ץ אהינגעשיקט שלוחים צו די שטעטלעך במוקומות פזוריהם אזוי אז ביים אנקומען אין פראנקרייך האט מען שוין געהאט א באזע פון אלפים ווארימע אידן. און פון דארט האט דער שליח ראשי הרב שמואל אזימוב זצ''ל (נפטר לאחרונה) איבערגענומען די לייצעס און אויפגעטוהן גדולות ונצורות.

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:57 am

· #247692
בערל אזא סאמעטוכע/זאווערוכע צומאכן?
די זעהסט ווי די עולם ציטערט פון דיר
שמעקעדיג האט שוין איבערגיבעטן קעלנער האט שוין צריקגישטעלט

chusid » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:10 pm

· #247693
איך בין נייגעריג איבער די מידות הקנאות ביי די מוסלעמענער, למשל ביי אונז קען מען זען 2 סארטן קנאים אויף נארישע זאכן , עס איז דא צבוע'ניקעס וואס מיינען עס בכלל מישט לשם שמים און נאכדעם איז דא פארנאטישע אמת'ע וואוילע יודן וואס מיינען עס לש"ש. וואס איז ביי זיי?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:53 pm

· #247706
דו האסט גוטע דאגות ב"ה,
אבער אויבן-אויף קוקט עס אויס אז זיי מיינען עס מער אמת'דיג, ווארום זיי זענען גרייט צו גיין צו שטארבן פאר זייער מיסיע, אנדערש ווי מאנכע היימישע קנאים וואס ציטערן פון א פעטשל, זיי זענען נאר גיבורים צו שעלטן און הרג'ענען א צווייטן פון זייער קאמפארט זאון.

שמערל » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:04 pm

· #247711
הארץ האט אויפגעדעקט אז אריגינעל האט מען געבעטן פון פאריז אז נתניהו זאל זיך נישט באטייליגן, און אויך נישט אבאס, למעשה האט נתניהו יא באשלאסן צו גיין.

דאס מאכט אביסל קלארער פארוואס אמעריקע האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו שיקן איינעם, ווייל עס האט לכתחילה געדארפט זיין מער א לאקאל אייראפעאישע זאך, נתניהו האט עס נאר פארלאפן און עס געמאכט אינטערנאציאנאל.

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:12 pm

· #247713
זיי זאגן אז נתניהו איז געגאנגען נאר וועגן ליבערמאן און בענעט זענען געגאנגען, און ער האט נישט געקענט לאזן אז זיי זאלן גיין און ער נישט יעצט ווען מען האלט פאר די וואלן, און וועגן נתניהו האט געמאלדן אז ער גייט האט פראנקרייך שוין געמוזט איינליידענען אויך אבאס.

אבער פארוואס זענען די ירדנישע קעניג און זיין רעביצין, די טערקישע פרעמיער און די פרעזידענט פון מאלי אויך געגאנגען?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:29 pm

· #247717
שבת אחים
berlbalaguleh
berlbalaguleh
מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...

שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן די קאפיע פון מיין תגובה דורך דריידל, האביך געמיינט אז ער מאכט א דזשאוק. אבער לןצערי הגדול זעה איך אז עס איז יא אמת. וויל איך דיר מודיע זיין במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו געטון א גרויסע עוולה. ווייל דער גאנצער מעלה און גרויסקייט פון קאווע שטיבל עד הנה איז געווען אז מ'צענזורירט נישט. און מ'שניידט נישט יענעם'ס תגובות. אויב דו ביסט נישט צופרידן האסטו א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה. אבער די מינוט וואס מ'הייבט אן צו צענזורירן און שניידן באקומט דעס פלאץ אזא פנים ווי איי וועלט. מיט וואס איז דאמאלץ דא אנדערש ווי דארט?! היינט שניידט מען פאר דעם. מארגן פאר אנאנדערע סיבה. און נאכדעם וועט מען זיין באגרעניצט צו די אפיציעלע ליניע.

דאס מאכט מיך איבערטראכטן לגבי מיין צוקונפטיגע אינטערעסע ממשיך צו זיין און ליינען און שרייבן דא. איך מיין אז מ'קען שוין אנגרייטן די געזעגונגס סעודה. איינער קען שוין גיין איינקויפן די לעקעך און בראנפן פאר מיין סעודת פרידה....!


ר׳ בערל טייערער ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט מיט די צענזור ! אבער ווי אלל אפרישעיד יו! אָן דיין פּרעזענעז וועט קאווע שטיבל נישט זיין מעהר וואס ס׳איז יעצט, מוחל די לעקעך און ברוינפן לאמיר ענדערש מאכן א לחיים אויף נאך א גלעזלע קאווע דא אין שטיבל און ווי דער מחבר שרייבט שוין אין די ערשטע סימן אין שו״ע ולא יתבייש מן המלעיגים, פרייהייט וועט צום סוף זיגן !

#נישט טשעפּענען מיט אונזערבאליבטן בּעלגעלנוּ רעב בערל

שבת אחים: א גרויסן יישר כח פאר דיין זארג און מיטלייד מיט מיין מצב. איך טו נאכאלץ דעבאטירן (מיט מיר אליינס) אויב איך זאלל ממשיך זיין דא אדער איבערלאזן. אפילו אויב איך וועל מחליט זיין איבערצולאזן דעם קאווע שטיבל, וועט עס אויך זיין בכובד ראש. און נישט באאיינפלוסט פון עמאציאנעלע געפילן פון באליידיגונג אדער כעס. ווייל ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'שניידט אן ארטיקל מיט מיינע מיינונגען. ווער ס'איז נישט צופרידן מיט מיין אויסגעדרוקטע מיינונג (יהיה מי שיהיה), האט אייביג א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה אין וועלכע ער קען אויסדרוקן זיין אומצופרידנהייט אדער קריטיק אויף דעם געשריבענעם. אבער גיין און שניידן אדער גענצליך עלימינירן יענעם'ס אויסעדרוקטע מיינונג ווען ס'איז נישט אין קעגנזאץ פון די גרונט פארארדנונגען פון דעם פלאץ. ווי למשל שרייבן אפיקורסות אדער ניבול פה, ח"ו. וואס דאס איז א פליכט פון די הנהלה צו פארמעקן.נאכאמאל א יישר כח...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:36 pm

· #247719
לית דין בר נש
בערל גיוועהן היינט אין זיבן גישעפטן אין מדינת ישראל און גיבעטן איך וויל קויפן לעקעך און ברוינפן פאר א מסיבת פרידה, פרעגן זיי מיר פאר וועמען? זאג איך זיי בערל בעלעגאלע גייט אוועק פון קאווע שטיבל, קיין איינער פון זיי האבן נישט געוואלט פארקויפן פאר מיר זיי זאגן בשום אין אופן זיי זענען נישט מסכים די בעלעגאלע זאל אוועק גיין פון דא ער איז נאך די איינציגסטע וואס האט נאך א אמתע געפיל פאר זייער לאנד

לית דין בר נש: קודם א גרויסן ייישר כח. דו האסט מיך געמאכט שמייכלען...כזה... 😃 🙂 😂 😂 😂 😮 : 😮

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:52 pm

· #247720
הבהרה: אויפקלערונג. צו ישראל קאפקע
berlbalaguleh
מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...נאר וואס וועלן יעצט זאגן די אלע דורשי רעה פונ'ם אידישן פאלק ווי די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" און נטורי קרתא. אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש...?...!

ווען איך האב געשריבן "אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש", האב איך נישט דיך געמיינט. אבער בכל אופן. זייענדיג א איד און (איך האף אזוי) אן אייניקל פון אברהם, יצחק ויעקב, טוט מיר זייער שטארק וויי ווען איינער פון מיינע פאלקס מענטשן ווערט געטראפן, און באצאלט ח"ו מיט זיין לעבן. און נישט ווייל ער אדער זי איז געווען א שלעכטער מענטש. און ער האט געהאט א פערזענליכע קריגעריי מיט א צווייטן. נאר פשוט פאר דעם ווייל ער באלאנגט צו דעם זעלבן פאלק וואס איך. די תירוצים מעגן זיין וואס זיי זענען. ווייל דאמאלס מיינען זיי מיך, פונקט אזוי ווי יענעם. און דאס מערסטע טוט מיר וויי ווען איינע וואס איז אנגעבליך אויך א מעמבער פון דעם זעלבן פאלק טוט אייביג בארעכטיגן די מעשים פון די אויסגערופענע רוצחים און מערדער. און טוט אייביג, אינסטינקטיוו באשולדיגן די מענטשן פון זיין אייגן פאלק. אויסער דעם וואס איך, פערזענליך האב נישט צו שטארקע געפיהלן פון רחמנות אויף די פרעמדע וועלכע זענען לכאורה בא'עוולה'ט געווארן. ווייל זיי זענען זיך אליינס שולדיג אין זייער גורל. אויך. זיי קענען זיך העלפן צו טוישן זייער אומגליקליכן מצב. נאר זיי וועהלן ענדערש אויס דעם וועג פון בלוטדורשטיגע רציחה און מארד. און נאכדעם קומען זיי און וויינען ווי אומשולדיגע שעפעלעך...!

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:57 pm

· #247722
טשאלאנדזש צו ר' בערל, פון ציווישן מיינע 1109 תגובות...
טרעף מיר איין, וואו איך האב בארעכטיגט א טעראר אטאקע.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:58 pm

· #247723
גלייב מיר ר' בערעלינו איך פארשטיי אייך גאר גוט פארוואס איר פילט אזוי. איך האב נישט איינס און נישט צווי ווארענונגן אריינגעכאפט פון די הנהלה ווייל איך האב מיך פארמאסטן מיט יענע ניק הידוע וואס פאר סאם אינעקספלעיניבל ריזען גענוסט ער פון א גאר שטארקע פראטעקשן ביי די ראשי ק''ש.

ד''ה ,סאמהאו פארשטייען זיי אז ער האט א רעכט צו טראכטן און שרייבן ווי א פולשטענדיגע שווארצע מוסלימענער וויסטע אנטיסעמיט וואס וועט אייביג (אבער אייביג!) זיין אקעגן די אידישע פאלק'ס אינטערעסן ,אבער וועט מען גיבט עם צוריק אין די באקציינער ווערט מען גערודפט און געווארענט. ב''ה פאר אייך דער זקן החבורה האט מען מער דרך ארץ און מען אנטשולדיקט זיך אבער די מער פשוטי העם כאפן נאך קלעפ.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:07 pm

· #247724
berlbalaguleh

איך טו נאכאלץ דעבאטירן (מיט מיר אליינס) אויב איך זאלל ממשיך זיין דא אדער איבערלאזן. אפילו אויב איך וועל מחליט זיין איבערצולאזן דעם קאווע שטיבל, וועט עס אויך זיין בכובד ראש. און נישט באאיינפלוסט פון עמאציאנעלע געפילן פון באליידיגונג אדער כעס. ווייל ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'שניידט אן ארטיקל מיט מיינע מיינונגען. ווער ס'איז נישט צופרידן מיט מיין אויסגעדרוקטע מיינונג (יהיה מי שיהיה), האט אייביג א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה אין וועלכע ער קען אויסדרוקן זיין אומצופרידנהייט אדער קריטיק אויף דעם געשריבענעם. אבער גיין און שניידן אדער גענצליך עלימינירן יענעם'ס אויסעדרוקטע מיינונג ווען ס'איז נישט אין קעגנזאץ פון די גרונט פארארדנונגען פון דעם פלאץ. ווי למשל שרייבן אפיקורסות אדער ניבול פה, ח"ו. וואס דאס איז א פליכט פון די הנהלה צו פארמעקן. נאכאמאל א יישר כח...!

ר' בערל זיסער, ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני, ואל יחר אפך בעבדך.
מיר ווילן נישט פארלירן קיין מעמבער'ס פון אונזער שטיבל, און זיכער נישט אזא זיסע פיגור ווי ר' בערל באלעגאלע.
ערשטנס וויל איך אויסדרוקן מיין גילוי דעת אז איך האב געשניטן על דעת עצמי, נישט בשם די הנהלה, ממילא האט דער געשניידעכץ נישט געהאט צו טון מיט די תקנות השטיבל, אולי אפשר אפילו אנטקעגן.
אבער והשנית והוא העיקר, ס'איז נישט די סיבה אז מ'איז געווען אומצופרידן אקעגן אייער מיינונג. עס האט געשיינט פון אייערע ווערטער אז איר טשעפעט ספעציפיש א חשוב'ע ניק וואס האלט אנדערש ווי כבודו הרמה, און בנוסף לזה איז עס געווען א ענין וואס כבודו האט שוין איבערגעשריבן אן א שיעור מאל, פוק חזי אין יעדע צווייטע תגובה אייערע, און עס איז דאך שוין ידוע ומפורסם בין אנ"ש שיטתו הק', ס'נישט פשט אז איר האט מגלה געווען עפעס פריש און מען האט דאס פארמעקט, לא מני' ולא מקצתי', עס איז פשוט געווען אביסל נמאס און אביסל שטעכעדיג, האב איך געטראכט פאר א ווערטל צוריקצושטעכן, כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז איר וועט זיך אזוי נעמען צום הארצן אזש האבן אזעלכע מחשבות זרות אינמיטן שובבי"ם ווי פארלאזן אונזער שטיבל.

אלזא איך וויל נאכאמאל איבערבעטן און אייך בארואיגן, נעמט אייך נישט צום הארצן, און לאמיר צוריקדרייען דעם אשכול צו די ריכטיגע רעלסן, והכל על מקומו יבא בשלום.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:17 pm

· #247726
כבוד ידידי וידיד בית ישראל ר' שמעקי ני''ו

הן אמת אז ר בערל שליט''א חזר'ט איבער זיין מיינונג אסאך מאל אבער יענער ניק טוהט דאס אויך אייביג ומאי חזי דדמא דידה סומק מדמא דידה?

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:34 pm

· #247731
איך אויך
גלייב מיר ר' בערעלינו איך פארשטיי אייך גאר גוט פארוואס איר פילט אזוי. איך האב נישט איינס און נישט צווי ווארענונגן אריינגעכאפט פון די הנהלה ווייל איך האב מיך פארמאסטן מיט יענע ניק הידוע וואס פאר סאם אינעקספלעיניבל ריזען גענוסט ער פון א גאר שטארקע פראטעקשן ביי די ראשי ק''ש.

ד''ה ,סאמהאו פארשטייען זיי אז ער האט א רעכט צו טראכטן און שרייבן ווי א פולשטענדיגע שווארצע מוסלימענער וויסטע אנטיסעמיט וואס וועט אייביג (אבער אייביג!) זיין אקעגן די אידישע פאלק'ס אינטערעסן ,אבער וועט מען גיבט עם צוריק אין די באקציינער ווערט מען גערודפט און געווארענט. ב''ה פאר אייך דער זקן החבורה האט מען מער דרך ארץ און מען אנטשולדיקט זיך אבער די מער פשוטי העם כאפן נאך קלעפ.

איך אויך
כבוד ידידי וידיד בית ישראל ר' שמעקי ני''ו

הן אמת אז ר בערל שליט''א חזר'ט איבער זיין מיינונג אסאך מאל אבער יענער ניק טוהט דאס אויך אייביג ומאי חזי דדמא דידה סומק מדמא דידה?

הרב איך אויך פליז גיס נישט צו קיין "פייער" צו די "אויל" ווארט עד כי יעבור זעם ווען די געמיטער וועלן זיך ביסעלע בארואיגן נאכדעם וועסטו שרייבן דיין ווייטאג.

יאיר » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:45 pm

· #247732
שמעקעדיג

אבער והשנית והוא העיקר, ס'איז נישט די סיבה אז מ'איז געווען אומצופרידן אקעגן אייער מיינונג. עס האט געשיינט פון אייערע ווערטער אז איר טשעפעט ספעציפיש א חשוב'ע ניק וואס האלט אנדערש ווי כבודו הרמה, און בנוסף לזה איז עס געווען א ענין וואס כבודו האט שוין איבערגעשריבן אן א שיעור מאל, פוק חזי אין יעדע צווייטע תגובה אייערע, און עס איז דאך שוין ידוע ומפורסם בין אנ"ש שיטתו הק', ס'נישט פשט אז איר האט מגלה געווען עפעס פריש און מען האט דאס פארמעקט, לא מני' ולא מקצתי', עס איז פשוט געווען אביסל נמאס און אביסל שטעכעדיג, האב איך געטראכט פאר א ווערטל צוריקצושטעכן, כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז איר וועט זיך אזוי נעמען צום הארצן אזש האבן אזעלכע מחשבות זרות אינמיטן שובבי"ם ווי פארלאזן אונזער שטיבל.

אלזא איך וויל נאכאמאל איבערבעטן און אייך בארואיגן, נעמט אייך נישט צום הארצן, און לאמיר צוריקדרייען דעם אשכול צו די ריכטיגע רעלסן, והכל על מקומו יבא בשלום.

מיט'ן גאנצן רעספעקט פאר'ן גרינדער און מייסד פון העיר המעטירה קאווע שטעטל יע"א, וועלכער האט אויפגעשטעלט זיין ריינע שטעטעלע מיט שווייס און בלוט בדם לבבו הטהור, איז דאס זיך באנוצן מיט דעם גבאות קנעפל אויף צו שטעכן סיי וועלכן שרייבער א ריכטיגע מעילה בהקדש, אפגעזען אויב ס'איז א ווערטל אדער נישט, און אפגעזען אויב דער באטרעפנדער נעמט זיך צום הארצן אדער נישט.
אגב, דער ניק הידוע האט עפעס א שייכות מיט'ן חטא הידוע אדער ס'איז צוויי באזונדערע זאכן?

שמערל » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:47 pm

· #247733
שמעקעדיג.
די גאנצע איידיע אז די קענסט בכלל מעקן איז מיר א חידוש און לדעתי נישט יושר'דיג אז א ניק וואס איז נישט קיין גבאי החודש, און נישט קיין גרינער וואס זיי שרייבן נישט קיין מיינונגען נאר רעזערווירן זייער ניק בלויז אויף אדמיניסטראטיווע פליכטן, זאל קענען רעדאגירן א צווייטנ'ס תגובה.

פון דיינע צען טויזענט תגובות גלייב איך נישט אז "איינס" האט שוין אמאל איינעם וויי געטוען, און קוק וואס די ביסל כח השררה קען פארדארבן א מענטש, געב עס אויף און פטור די קאפ וויי

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:51 pm

· #247735
שמעקעדיג איך זעה די שפיזן פליען דא פון אלע זייטן
ווילסט ארויסגיין מיט מיר היינט ביינאכט פאר א טשיל?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:03 pm

· #247737
א דאנק פאר די איינלאדענונג, ס'איז מיר א כבוד..
הער אויס, מוטב שיכנס החץ בי, אז כ'האב געטון שריט מוז איך באצאלן פאר דעם.
כ'לעב און כ'לערן זיך. ואין אדם עומד וכו' אא"כ נכשל בה. ואין חכם כבר נסיון.
כ'האף דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, און עס וועט מקויים ווערן ואת והב בסופה.

מען קען שוין טוישן קעפל, דראמאטישע קריזיס צווישן ק"ש ניקס....

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:04 pm

· #247738
אדער צו דראמאטישע משכנתא אויף שמעקעדיג

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:06 pm

· #247740
ישראל קאפקע
טרעף מיר איין, וואו איך האב בארעכטיגט א טעראר אטאקע.

ס'איז נישט קיין פראגע פון אפן בארעכטיגן א טעראר אטאקע. אבער די משמעות דערפון. (אויב איהר פארשטייט נישט וואס משמעות איז קען איך עס מסביר זיין אין ענגליש) איז א בארעכטיגונג. ספעציעל, ביי די פארלאפענע מלחמה דעם פארגאנגענעם זומער. וואו די פארשאלטענע אראבערס פון עזה האבן געהאלטן אין איין באשיסן די אידישע יישובים מיט ראקעטן. און ווען דאס מיליטער פון מדינת ישראל האט רעאגירט און צוריקגעשאסן, נאכך אויסערגעווייליכע אנשטרענגונגען נישט צו שעדיגן די ציווילע פאפעלקערונג. וואס בדרך אגב, גייען ארויס און טאנצן אין די גאסן פאר שמחה א יעדעס מאל ווען עס בארטעפט ח"ו אן אומגליק דאס אידישע פאלק.
אפשר איהר זענט אזוי אן עהרענסווערטער מענטש צו האבן רחמנות געפיהלן אויף אזעלכע וועלכע וואונטשן אייך נאר שלעכטס און פרייען זיך צו אייער צרה. איך בין נישט אויף די מדריגה.מיין הארץ צוגייט פאר רחמנות אויף אמת'דיגע אומשולדיגע מענטשן פון סיי וועלכן פאלק. אבער נישט פאר א טייל פון א מערדער פאלק. וועלכע האבן שוין ערמארד'עט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער. און זיי האלטן נאכנישט ביי אפשטעלן זיך. ניין פאר אזאלכע ברואים האב איך נישט קיין טראפ רחמנות געפיהלן אין מיין הארץ. און איך האב אויך נישט ליעב די סימפאטיזירער מיט זיי.אויסער דעם פאקט אז איך האלט אז די אידישע סימפאטיזירער מיט די רוצחים האנדלען זייער נאריש. ווייל די גוי'אישע רוצחים זענען נישט מבחין צווישן די אידעאלאגיעס פון איין איד און דעם צווייטון. נאר זיי הרג'נען אלע אידן וואס זיי קענען. און זיי געבן נישט קיין שאנס פאר דעם נארישן איד צו ערקלערן זיין אידעאלאגיע...!

n.b.: The meaning of the word ...משמעות is...Inference...To understand something by inference...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:14 pm

· #247741
שמעקעדיג
א דאנק פאר די איינלאדענונג, ס'איז מיר א כבוד..
הער אויס, מוטב שיכנס החץ בי, אז כ'האב געטון שריט מוז איך באצאלן פאר דעם.
כ'לעב און כ'לערן זיך. ואין אדם עומד וכו' אא"כ נכשל בה. ואין חכם כבר נסיון.
כ'האף דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, און עס וועט מקויים ווערן ואת והב בסופה.

מען קען שוין טוישן קעפל, דראמאטישע קריזיס צווישן ק"ש ניקס....

שמעקעדיג: איך הייב שוין אן צו האבן רחמנות אויף דיר... 😂 ...דו כאפסט אריין ימין ושמאול תפרוצי...! איך מצדי בין דיר מוחל. און איך שריי אויס בשער בת רבים...מחול לך, מחול לך, מחול לך. אין כאן לא מחיקה ולא מחי-ה..!...אבל יש כאן סליחה ו---- וכפרה.... 😂

שמערל » דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:15 pm

· #247742
ישראל קאפקע
טרעף מיר איין, וואו איך האב בארעכטיגט א טעראר אטאקע.


מיר האלטן דיר נישט פאר אזא בהמה עס אפענערהייט צו בארעכטיגן, אבער האסט שוין יא דא אויפגעברענגט די ארגומענטן וואס די וואס בארעכטיגן עס נוצן, אזוי אז עס איז גאנץ בארעכטיגט מיין חשד און בערל'ס הנחה אז די האסט קיין פראבלעם מיט פאליסטאנער טעראר.
און בכלל אפשר זאגסטו וויפיל פון דיינע כמעט צוועלף הינדערט תגובות זענען געוואודמעט צו פארדאמען די אינטערנאציאנאל איינשטימיגע מאראלישע פארברעכנס וואס די "פאליסטאנער" פאלק איז באגאנגען קעגן עם ישראל?

שמערל » דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:53 pm

· #247745
ישראל קאפקע


אבער פארוואס זענען די ירדנישע קעניג און זיין רעביצין, די טערקישע פרעמיער און די פרעזידענט פון מאלי אויך געגאנגען?


טערקיי אלס אי יו מיטגלידער מאכט סענס, ירדן אפשר אלס קאנטער באלאנס צו נתניהו וואס האט פארנומען דעם אויבן אן.

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:02 pm

· #247746
די פראנצויזישע ארמיי העלפט מאלי פייטען איסלאמיש טעראריסטן אין מאלי. זיי האבן דארט אסאך טרופן. מאלי איז געווען אונטער פראנצוישע קאנטראל ביז 1960
בלאט: 1 2