☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » הרב הצדיק מבאטשע

הרב הצדיק מבאטשע

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8101

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 9, 2015 12:19 am

· #247035
הרב הצדיק מבאטשע
ער רופט זיך הרב הצדיק מבאטשע
ער גייט מיט גאר א לאנגען גאטשע

ער שטייט אויף 10'נע פארטאגס צום מקוה
ווי די הארעלעך טאנצן שוין אין קצבה

מנין עושה מחצה איז די סדר אין שטיבל
די תיקון איז געווענדליך אויף העררינג און קוגל

דערציילט מעשיות פון אידישע ליכט
אויך אויף יארצייטן לייגט גרויס געוויכט

צו ברית'ן יעדן טאג סגולות צו כאפן
צו פדיון הבן'ס קנאבל שאפּן

ווען די מעמדות קאסע ווערט לעהר
פארט מען אויף שבת צו מאנרא אדער סקווירא

ווען א שיינע הויז אים גארט
פארט ער אויף מעקסיקא צו די בני ספרד

ער זוכט א הויז בחור אין לוח הציבור קלאסעפייד
נאר נאכט שעות ווען די חתונה סקעזשועל איז טייט

די גלעזער בלעק ענד ווייט פארגלייזט די אויגן
ווי א בן מאה די ריקן געבויגן

די מחותן געבט א בענזשי א גלאטן
די רעבינ'ס הקפדה זאל ח"ו נישט שאטן

ביי שבע ברכות ביי ברכת אשר יצר טוט ער קלאגן
אפשר האט די סעסעמי איבערגעקערט די מאגן

די בחורים טאנצן שוין ווייטער דעם פענגווין טאנץ
דער באטשער איז שוין געגאנגען מיט'ן פעלציגען שוואנץ.

מנחם » פרייטאג יאנואר 9, 2015 12:24 am

· #247036
👍
איך קען עטליכע מנינים באטשע רבנים, זעט אויס אז עס זענען געווען אפאר באטשע רבנים אין אייראפע.

כוכב » פרייטאג יאנואר 9, 2015 12:27 am

· #247038
קום איך יעצט פון א חתונה וואס וואלט אברהם אבינו דארט געווען וואלט מען נישט געדארפט איבערדרייען סדום.
מיר האבן געהאט א מנין באטשע רבי'ס.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 9, 2015 12:29 am

· #247039
😂 😂 😂

יואב » פרייטאג יאנואר 9, 2015 12:32 am

· #247042
כוכב
קום איך יעצט פון א חתונה וואס וואלט אברהם אבינו דארט געווען וואלט מען נישט געדארפט איבערדרייען סדום.
מיר האבן געהאט א מנין באטשע רבי'ס.

ס'איז דא זעקסטע הקפות מיט רעשעס גענוג פאר יעדן ניסל.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:26 pm

· #247211
באטשע רבי איז געווען בעל קורא די וואך נאכדעם וואס די באצאלטע בחור איז פארשלאפן. אויב ס'וואלט געווען מגילה ליינען וואלט מען געדארפט איבערליינען, ס'האט זיך געהערט ווי א זעלטן געליינטע הפטרה.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 11, 2015 2:43 pm

· #247348
א נייע זאך די באטשע חסידות?
דאס איז א געהעריגע קאמפעטישאן פאר מילקשעיק?
כשזה קם זה נופל?

Kool man » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:03 pm

· #247354
שמעקעדיג
א נייע זאך די באטשע חסידות?
דאס איז א געהעריגע קאמפעטישאן פאר מילקשעיק?
כשזה קם זה נופל?


כ'גיב נישט די באטשעס צופיהל טשענס צו מצליח זיין, ס'איז דא זייער אסאך קאמפעטישען וואס גייען אין זעלבע מהלך אין עבודה
🙂

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:30 am

· #269937
טרעף איך היינט באטשע רבי זאל ווערן געזונט. זאגט ער מיר, זאג נאר וואס ס'געשעהן מיט קמחא דפיסחא היי יאר, ס'נישט אנגעקומען?

פסח שני קען מען אויך יוצא זיין, איז ער מסיים מיט א נצחון שמייכעל צווישן די קאווע געטינקענע וואנצעס.

זאג איך רבי, נישט געוואוסט איר זענט פון די טמאים לנפש.

שושן פורים » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:25 am

· #269966
שמעקעדיג
א נייע זאך די באטשע חסידות?
דאס איז א געהעריגע קאמפעטישאן פאר מילקשעיק?
כשזה קם זה נופל?

אויב באטראכסטו גוט די עומק היסוד פון די באטשע און מילקשעיקע דינאסטיעס נאכן גרונטליך אנאליזירן די שטאטוטן קען מען נישט פארזען די טיפע דיפערענץ צווישן די צוויי קהילות קדושות, די ערשטע חילוק וואס קומט אויפן געדאנק איז אז בשעת מילקשעיק פירט א קהילה לשם ולתפארת האט באטשע ניטאמאל א שמוציג בית כבוד'ל אבער דאך פירט ער זיין קעגנזייטיגע אגענדע טאקע פון די מילקשעיקער פאליש. ודוק כי עמוק הוא

בן אדם » מיטוואך מאי 17, 2017 11:45 am

· #371371
נו, וויאזוי איז געווען די הדלקה בחצרות קדשו?