☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רוצה מנה ויש לו מאתים

רוצה מנה ויש לו מאתים

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8094

גימפל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:57 pm

· #246768
רוצה מנה ויש לו מאתים
ר' איד ווי רייך זענט איר? פיין, דיין נאמען ערשיינט טאקע נאכנישט אויף די "פארבס" ליסטע, ועוד חזון למועד.. און אייער נאמען איז אפשר נישט אויפ'ן עשירים ליסטע, אבער צו ווייסטו אז אויב דו פארדינסט אפילו בלויז $35,000 א יאר, וואס הייסט א קנאפער פארדינער, זענט איר אויפ'ן סאמע שפיץ ליסטע פון די עשירים אויפ'ן וועלט! עס הערט זיך אפשר אומגלויבליך, אבער יא, איר ליינט גוט.

אויב פארדינט איר בלויז $35,000 א יאר, זענט איר אין 0.81% פראצענט רייכסטע מענטשען פון די וועלט. יא איר הערט גיט, איר זענט אין די קאטעגאריע פון די העכסטע 1% פארדינער אויפן כדור הארץ.📎 1.-0.81.PNG

איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. אבער וואס איר פארדינט און איין יאר, וועט פאר אן אינדוניזען ארבייטער געדוירען 47 יאר צו פארדינען דעם זעלבער סכום.
📎 2.-47.PNG

איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. דורשטיג? עס וועט אייך בסה"כ נעמען א קארגע 2 מינוט צו פארדינען וואס סקאסט צו באצאלען פאר א קען קאוק. לעומת זה וועט אן אינדוניזען ארבייטער דארפען שוויצען איבער א שעה כדי צו קענען הנאה האבען פון א קאלטע קען קאוק.
📎 3.-Coke.PNG

איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. אבער אייער חודשליכע געהאלט קען באצאלען די חודשליכע געהאלט פון 215 דאקטוירים און מאלאווי.
📎 4.-215.PNG

יעצט אז איר זענט אויף די וועלט'ס עשירים ליסט, שטרעקט אויס אייער האנד און גיבט א נדבה פאר סיי וועם, וואס איז באמת אנגעוויזען פאר אייער נדבה, בפרט די ארג. קעיר

אויסצוגעפונען דיין פונקטליכער מקום אויפ'ן עשירים ליסטע, כדי צו קענען געבען א שיינע נדבה ביד רחבה, אדער סתם פאר שוואוילטאג זיך צו שפירען בעסער אז איר זענט א אמת'דיגע גביר און נישט עפעס סתם א שוואכער פארדינער, דאן קליקט דא.

מאטי » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:04 pm

· #246771
א שיינעם דאנק הרב גימפל, שיין און באלערנד. מיין שאלה איז אבער, אויב 35k קאלעקט נישט פאר מיינע יערליכע הוצאות וואס מיין קולטור צווינגט ארויף אויף מיר בע"כ, דאן וואס האב איך דערפון אז מ'רופט מיך עושר? קיין פלאנקן אין די טשולנט ברענגט מיר דאס נישט. ווידערום דער אינדיאניזיער וואס פארדינט פיל ווינציגער, האט אבער נאך ווייניגער הוצאות אויך, אדער ניין?

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:07 pm

· #246772
פלאס וואס קאסט א קאוק אין אינדאניזיע ? און וויפיל איז דען א מאלאווי דאקטאר ווערט?

גימפל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:15 pm

· #246775
@מאטי @בשבילי עטץ זענטס ביידע גערעכט, אבער טראכט פון די וואס זענען און אסאך ערגערע מצב פון אייך. והשנית די פרייז פון קאוק איז רעלאטיוו צו די אינקאם פון א יעדער לאנד באזונדער.

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:24 pm

· #246777
כ'וויל מאכן זיכער צו איך פארשטיי. דער אינדאניזיער ארבעט א שעה פאר אן אינדאניזיען קאוק?

גימפל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:34 pm

· #246782
@בשבילי, יא.

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:34 pm

· #246783
Got it

chusid » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:40 am

· #246814
גימפל
@בשבילי, יא.

עס מאכט נישט קיין סענס, ווילאנג ארבעט ער פאר זיין אייער? ברויט? ער דארף ארבעטן א גאנצן טאג צו אויסהאלטן זיינע מאלצייטן און וואס בלייבט איבער פאר די קינדער און אנדערע אויסגאבן?

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:46 am

· #246817
אסאך זאכן אויף אונזער וועלטל מאכן נישט קיין סענס אבער דאס איז די מציאות.

א איד » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:44 pm

· #246893
גימפל טענקס פאר די גוטע פילינג, אסאך אידן האבן הנאה געהאט (געקראכט) לכבוד דעם.
די משולחים האבן היינט באקומען פון מיר ווי איך וואלט געווען א עושר אין אינדאניזיע

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 4:53 pm

· #246943
אמעריקאנער דאללארן אדער אינדענעיזיער געלט?

א איד » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 8:12 pm

· #246990
געוואלדיג
אמעריקאנער דאללארן אדער אינדענעיזיער געלט?


פארוואס עפעס אמעריקאנע דאלארן, דו ביסט געוואלדיג.

די אינדענעזיענר געבן עפעס אמעריקאנער דאלארן?