☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א בחור אין אילת??

א בחור אין אילת??

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8092

smart » מיטוואך יאנואר 7, 2015 3:36 pm

· #246656
א בחור אין אילת??
אן אכצען יעריגע בחור איז נעלם געווארען פון דערהיים א פאר טאג. געווארען א גא\נצע איבערקערענישט
נאך א פאר טעג וואס די טאטע מאמע זיצען ביים תהלים אין א ציע אין וויינען זיך אויס צום באשעפער. און אין פלוצים והנה די טיר מאכט זיך אויף אין דער בחור איז דא!!
מאמע: יענקל אוואו ביסטו געווען די לעצטע פאר טעג?? מיר זיכען דיר מיט לעכט מען האט איבגעקערט די גאנצע שטאט!
בחור: פרעג בעסער נישט...
מאמע: אן קיין חכמות פארצייל שוין! פון דעראנהייב!
בחור: אםםםם איך האב איינעם דערשאסען צום טויט...
מאמע: וווווווווווואס??? אך הער גיט???? וועמען האסטו דערהארגעט???
בחור: יאפ דו הערסט גוט!! איך בין געווען אין מארק געווען אן עקעלהאפטיגע גוי וואס האט געוואלט איינעם בארויבען ער האט אים געסטראשעט ער גייט אים הארגענען איך האב איך געכאפט זיין גאן אין אים דעהארגעט!
טאטע: וואס טוסטו אין מארק זינטאג ווען די באלאנגסט צו זיין אין ישיבה??
בחור: איך האב נישט געהאט קיין ברירה הבא להרגך השכם להרגך!!
טאטע: און וואסהאסטו געטוהן נאכדעם וואו ביסטו געגאנגען?
בחור: סהאט זיך אנגעהויבען טוהן א געטומעל אין די פאליס איז אנגעקומען איך האב אפגעפיצט.. געכאפט די ערשטע באס וואס כהאב געטראפען אין געלאפען פאר מיין לעבן...
מאמע: און אוואו ביסטו אנגעקומען?
בחור: איך בין געפארען אין אנקומענדיג האב איך מיר דערזען אין אילת.
טאטע: ווואאאססס??? ואס טוט א ישיבה בחור אין אילת?? וואו ביסטו געשלאפען? וואו האסטו געגעסען??? פארצייל שוין אלעס!!!!
בחור פארשעמטערהייט רעדט נישט..
מאמע: נאאא פארצייל שוין אלעס!
בחור: איינער האט מיך איינגעלאדענט צו איר אינדערהיים!!
טאטע: אוי באשעפער וואס איז געשען מיט מיין בחור!!
מאמע: וועמען קענסטו דארט? משפחה ? וואו ביסטו אנגעקומען צו זיי? אפשר איינעם וועמען איך קען?
בחור: איך האב נישט געהאט קיין ברירה איך האב נישט געהאט וואו צו שלאפען!
טאטע: פארצייל שוין ביי וועם? וואו אזוי ביסטו אנגעקומען צו איר? וועס עפעס האט זי דיר איינגעלאדענט?
בחור: ווען איך בין אנגעקומען אין אילת האב איך נישט געוויסט וואו צו גיין, האב איך מיך אראפגעזעצט אויף די שטיגען פונעם כניסה לעיר אן געלט אן גאנישט! געווען הייס שוויציג און איך האב נישט געוויסט וואס דא וועט זיין!
מאמע: אין וואס ווייטער?
בחור: בקיצר לעבן דעם איז געוען אATM מאשין, געווען דארט א גרופע פןו פרייע מיידלעך, אין איך האב זיי געהאלפען.
טאטע: וואס פינקטלעך האבן זיי געדארפט פון דיר??
בחור: אזוי וואו זיי האבן זיך נישט אויסקגעקענט צו ניצען די מאשין האבן די מענטשען אין בעק פון זיי אוועקגעשטיפט האב איך מיך אנגענומען פאר זיי און געהאלעפן.
טאטע: פארוואס האסטו אפילו געהאט שייכות מיט שקצות??
בחור: איך האב געהאלטען אז עס איז ריכטיג זיי צו העלפן!
טאטע: יאפ אזוי זעהט מען אויס אנשטאט זיין אין ישיבה דערקייטעלט מען זיך אראפ אזוי.. עבירה גוררת עבירה!!
מאמע: אין וואס איז געשען דערנאך??
בחור: איינער פון די מיידלעך האבן פארשטאנען איך האב נישט וואו צו זיין, האט זיך מיך איינגעלאדענט צו איר אינדערהיים.
טאטע: וואס פינקטלעך האסטו דארט געטוהן א פאר טעג??
בחור: איך האב געשמאק פארברעגנט .. געטראפען איר משפחה וכדו', אין די וואס וואס נאך...
טאטע: אוי סאיז מיר גוט פארצייל
בחור: זי האט מיר געבעטען צו חתונה האבן מיר איר!
מאמע: האלב פארחלשט: אין?? וואס האסטו געטוהן??
בחור: איך האב חתונה געהאט מיט איר!!!
ביידע עלטערין האבן צאמגעפאלען אויפן פלאץ!!! אריינגעטראגען אים שפטיאל.
ווען זיי זענען אופגעשטאנען אין געקומען צו זיך זענען זיי געוואר געווארען אז זייער זיהן איז נישט קיין צווייטע וואו משה רבינו!!!
"ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא אל אחיו וירא בסבלתם וירא איש מצרי מכה איש עברי מאחיו: ויפן כה וכה וירא כי אין איש ויך את המצרי ויטמנהו בחול: וישמע פרעה את הדבר הזה ויבקש להרוג את משה, ויברח משה מפני פרעה וישב בארץ מדין וישב על הבאר: ולכהן מדין שבע בנות ותבאנה ותדלנה ותמלאנה את הרהטים להשקות צאן אביהן: ויבואו הרועים ויגרשום ויקם משה ויושיען וישק את צאנם: ותבאנה אל רעואל אביהן ויאמר מדוע מיהרתן בא היום ותאמרנה איש מצרי הצילנו מיד הרועים וגם דלה דלה לנו וישק את הצאן: ויאמר אל בנותיו ואיו למה זה עזבתן את האיש קראן לו ויאכל לחם: ויואל משה לשבת את האיש ויתן את צפורה בתו למשה"

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 7, 2015 8:14 pm

· #246743
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/245952">viewtopic.php?p=245952#p245952</a><!-- l -->

פלאוויוס » מיטוואך יאנואר 7, 2015 8:32 pm

· #246746
זייער שיין! אן אויסגעצייכנטער ביישפיל וויאזוי מ'קען פארציילן היסטאריע פון צוויי פארקערטע זייטן...

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 8:52 pm

· #246751
פין וועמען גנב'ט מען דא?

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 7, 2015 8:55 pm

· #246753
פון וואטסעפפפ

smart » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:08 pm

· #246773
איך האב עס נישט געגנבעט פון ערגעץ איך האב עס געזען אין ענגליש האב איך גענומען די פאר מינוט איבערצושרייבען אויף אידיש פארן עולם צו נהנה זיין

דריידל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 10:53 pm

· #246794
אפטעמיסט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=245952#p245952


האסט נישט וואס אהין צו לינקן. ק"ש איז א סייט ווי מענטשן ווילן פארברענגען אויף מאמע לשון. אויב @smart האט זיך מטריח געווען עס איבערצוזעצן אויף אידיש, קומט זיך אים א שכוח. די קענסט גיין צו דיין הודעה און לינקן אויף אהער אדער אינגאנצן פארמעקן דיין הודאה.

ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 7, 2015 11:16 pm

· #246799
smart
איך האב עס נישט געגנבעט פון ערגעץ איך האב עס געזען אין ענגליש האב איך גענומען די פאר מינוט איבערצושרייבען אויף אידיש פארן עולם צו נהנה זיין

איך האב עס נישט גע'גנב'ט איך האב עס נאר געבארגט, איך געב עס באלד צוריק

קאסטנער » מיטוואך יאנואר 7, 2015 11:46 pm

· #246803
ירח בן יומו
smart
איך האב עס נישט געגנבעט פון ערגעץ איך האב עס געזען אין ענגליש האב איך גענומען די פאר מינוט איבערצושרייבען אויף אידיש פארן עולם צו נהנה זיין

איך האב עס נישט גע'גנב'ט איך האב עס נאר געבארגט, איך געב עס באלד צוריק


קונה געווען בשינו מראה, צופרידן?

איינער האט זיך אנגעשטרענגט פאר די חברי השטיבל צי ברענגען פרישע ווארע פארוואס אים באפאלן פארוואס,

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:09 am

· #246807
דריידל
אפטעמיסט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=245952#p245952


האסט נישט וואס אהין צו לינקן. ק"ש איז א סייט ווי מענטשן ווילן פארברענגען אויף מאמע לשון. אויב @smart האט זיך מטריח געווען עס איבערצוזעצן אויף אידיש, קומט זיך אים א שכוח. די קענסט גיין צו דיין הודעה און לינקן אויף אהער אדער אינגאנצן פארמעקן דיין הודאה.

זייער שטרענג 😮

בשבילי! » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:11 am

· #246808
און גערעכט איז ער, דו ''לייקסט'' שטרענג....

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:15 am

· #246809
וודפ?

לא להנאת גופי » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:35 am

· #246812
דאס דארף צי זיין מאמע לשון פון wtf???...

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:48 am

· #246818
יא.

smart » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 12:51 am

· #246819
איך כאפ נאכנישט פינקטלעך וואס איך האב חוטא געוען.. סאך הכול האב איך געטיהן פארן ציבור...

shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 1:25 am

· #246830
שכח סמארט. הערליך איבערגעשריבן ער מיינט נאר צוזאגן אז די וואלסט געמעגט מוסף זיין א האלבע שורה צו געבן קרעדיט פארן אריגינעלם שרייבער. ווייל ווען איינער ליינט א גוטס, קוקט ער ארויף אזוי אינמיטן ליינען צו זעהן ווער סהאט געשריבן אזא זאפטיגס. טוה זיי א טובה און לייג צו די שורהלע

יעצט בנוגע לענין. שטייט שוין אין ספרים אז דא ליגט זייער טיפע ענינים. משה רבינו איז אנטלאפן פון די טומאה ויברח משה... וישב על הבאר ער איז אנגעקומען צום בארה של תורה ווי ער האט אויפגעפיקט אלע סודות התורה דא רעדט מען נישט פון קיין פראסטע זאכן. און די 7 מיידלעך זענען געווען גאר פרומע מען האט זיי דערווייטערט פון די געזעלשאפט און דעריבער זאגט דער ילקוט האט ער בלית ברירה גענומען איינעם א פיודשיטיוו וואס איז אנטלאפן פון א קעניג. בקיצור סנישט גלאטיג

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 1:33 am

· #246833
smart
איך כאפ נאכנישט פינקטלעך וואס איך האב חוטא געוען.. סאך הכול האב איך געטיהן פארן ציבור...

ווער נישט געפאלן ביי זיך, דו האסט זיך אנגעשטרענגט לטובת דעם ליינער, יישר כח דערפאר.
אנדערע (אדער בלשוננו 'מאנכע') זענען עטוואס אנגעצויגן היינט, ס'איז גארנישט, נעם עס נישט צום הארצן, זיי וועלן עס אויסשלאפן אי"ה.

smart » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 1:38 am

· #246834
ישראל קאפקע
smart
איך כאפ נאכנישט פינקטלעך וואס איך האב חוטא געוען.. סאך הכול האב איך געטיהן פארן ציבור...

ווער נישט געפאלן ביי זיך, דו האסט זיך אנגעשטרענגט לטובת דעם ליינער, יישר כח דערפאר.
אנדערע (אדער בלשוננו 'מאנכע') זענען עטוואס אנגעצויגן היינט, ס'איז גארנישט, נעם עס נישט צום הארצן, זיי וועלן עס אויסשלאפן אי"ה.


שכוח פאר די חיזוק...

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:47 am

· #246848
אפטעמיסט
דריידל
אפטעמיסט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=245952#p245952


האסט נישט וואס אהין צו לינקן. ק"ש איז א סייט ווי מענטשן ווילן פארברענגען אויף מאמע לשון. אויב @smart האט זיך מטריח געווען עס איבערצוזעצן אויף אידיש, קומט זיך אים א שכוח. די קענסט גיין צו דיין הודעה און לינקן אויף אהער אדער אינגאנצן פארמעקן דיין הודאה.

זייער שטרענג 😮


גלייב מיר אז כ'האב געהאט שטארקע קווענקלענישן אויב איך זאל מיך עפעס אנרופן, וויסענדיג אז איך לאז מיך אריין אין א פאטענטשיל געפעכט מיט אזא בער ווי אפטע. צום סוף האב איך מיך געשטארקט מיט אן עזות דקדושה און ארויסגעזאגט דעם אמת

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 8:10 am

· #246850
עס קומט זיך טאקע א שקויעך פאר מר סמארט.


אבער ער נעמט זאכען פין אנדערע אהן געבען שקויעך פאר יענעם, סא פארוואס דארף מען אים געבען א שקויעך?

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 2:41 pm

· #246910
איחוד פעלד
עס קומט זיך טאקע א שקויעך פאר מר סמארט.


אבער ער נעמט זאכען פין אנדערע אהן געבען שקויעך פאר יענעם, סא פארוואס דארף מען אים געבען א שקויעך?


לאמיר זאגן ער האט עס באקומען פון זיין שוואגער, ווילסטי ער זאל אים דא געבן א שכוח ברבים?

א איד » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:19 pm

· #247020
ווי שאפט מען נאך אזעלכע ATM מאשינען
ווי אויך ווי שטייט אין פסוק אז זיין טאטע מאמע זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל?

העלא » פרייטאג יאנואר 9, 2015 4:20 pm

· #247158
האסט פארפעלט א וויכטיגע פוינט, נישט די מיידלעך האבן געבעטן נאר זייער טאטע

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 8:57 pm

· #247179
smart



בחור: זי האט מיר געבעטען צו חתונה האבן מיר איר!
מאמע: האלב פארחלשט: אין?? וואס האסטו געטוהן??
בחור: איך האב חתונה געהאט מיט איר!!!

איר טאטע איז גראדע אמאל געווען א גלח אבער ער איז שוין היינט אסאך בעסער געווארן, און ליתר שאת האב איך איהר מגייר געווען

געפילטע פיש » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 11:53 pm

· #247233
shem-tov
יעצט בנוגע לענין. שטייט שוין אין ספרים אז דא ליגט זייער טיפע ענינים. משה רבינו איז אנטלאפן פון די טומאה ויברח משה... וישב על הבאר ער איז אנגעקומען צום בארה של תורה ווי ער האט אויפגעפיקט אלע סודות התורה דא רעדט מען נישט פון קיין פראסטע זאכן. און די 7 מיידלעך זענען געווען גאר פרומע מען האט זיי דערווייטערט פון די געזעלשאפט און דעריבער זאגט דער ילקוט האט ער בלית ברירה גענומען איינעם א פיודשיטיוו וואס איז אנטלאפן פון א קעניג. בקיצור סנישט גלאטיג

מיינסט עס ערענסט? ס'שטייט אויך אין פסוק ויבא עמלק, ווערט שוין געברענגט ללמוד תורה בא, וילחם עם ישראל מיינט מען במלחמתה של תורה, ברפידים אלו ת"ח שרודפים זא"ז בהלכה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה.

בחינות מיט צינורות איז שיין פאר שלש סעודות, דער פסוק אבער זאגט וואס ער זאגט, צו ס'געפעלט דיר צו נישט.

shem-tov » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:13 pm

· #247321
נאו פראבלעם. אויב ווילסטו רעדן פשוט וואס סשטייט אין פסוק האט זיין פורים פשעטל זיכער נישט קיין הענט און קיין פוס

א איד » זונטאג יאנואר 11, 2015 2:23 pm

· #247336
געפילטע פיש
shem-tov
יעצט בנוגע לענין. שטייט שוין אין ספרים אז דא ליגט זייער טיפע ענינים. משה רבינו איז אנטלאפן פון די טומאה ויברח משה... וישב על הבאר ער איז אנגעקומען צום בארה של תורה ווי ער האט אויפגעפיקט אלע סודות התורה דא רעדט מען נישט פון קיין פראסטע זאכן. און די 7 מיידלעך זענען געווען גאר פרומע מען האט זיי דערווייטערט פון די געזעלשאפט און דעריבער זאגט דער ילקוט האט ער בלית ברירה גענומען איינעם א פיודשיטיוו וואס איז אנטלאפן פון א קעניג. בקיצור סנישט גלאטיג

מיינסט עס ערענסט? ס'שטייט אויך אין פסוק ויבא עמלק, ווערט שוין געברענגט ללמוד תורה בא, וילחם עם ישראל מיינט מען במלחמתה של תורה, ברפידים אלו ת"ח שרודפים זא"ז בהלכה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה.

בחינות מיט צינורות איז שיין פאר שלש סעודות, דער פסוק אבער זאגט וואס ער זאגט, צו ס'געפעלט דיר צו נישט.


@געפילטע דיין כח הליצנות איז געוואלדיג, זאגסט זייער שיינע פשעטלעך, איך מיין אז איך גיי דיר באשטעלן, פאר מיינע דרשות.