☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אלטע קאמפיוטער געימס

אלטע קאמפיוטער געימס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8083

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 5:50 pm

· #246419
אלטע קאמפיוטער געימס
נישט יעדער דא איז שוין גענוג אלט צו געדענקען די אמאליגע, נאסטאלאגישע, צוריקגעבליבענע, פשוט'ע אבער מעכטיגע געימס, פון די MS-DOS עפאכע. וואלפענשטיין 3D איימיצער? דוק נוקעם? קאממענדער קיען?
די אלע געימס קענען שוין היינט נישט געשפילט ווערן אויף די נייערע קאמפיוטערס, און נייע ווינדאוס מאשינען.

טאמער אבער בענקט איר דאך צו די אלטע גוטע צייטן, איז דא גוטע נייעס.
דא וועט איר טרעפן א קאלעקציע פון קרוב צו צוויי-א-האלב טויזענט אלטע געימס, וואס קען ווערן געשפילט דירעקט פון אייער בראוזער!

<a class="postlink" href="https://archive.org/details/softwarelibrary_msdos_games/v2">https://archive.org/details/softwarelib ... s_games/v2</a>

ויאכלו ענוים וישבעו, שפילט און האט הנאה!
(געאייגענט פאר ניטל)

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 5:54 pm

· #246420
בשעתו האט א חבר מיינער געהאט א געים וואו מען פיהרט א מערכה מיט היטלער ימ"ש, דו ווייסט אפשר ווי אזוי עס האט געהייסן?

יואליש » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:12 pm

· #246472
ונבנתה העיר
בשעתו האט א חבר מיינער געהאט א געים וואו מען פיהרט א מערכה מיט היטלער ימ"ש, דו ווייסט אפשר ווי אזוי עס האט געהייסן?


כ'מיין כ'ווייס וואס דו מיינסט. כ'דענק א געים ווי מ'האט גע'הרג'ט נישט ממש היטלער אבער נאציס אין מונדירן. דאס גייט צוריק צו די ניינציגער יארן.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:45 pm

· #246520
דאס איז וואלפענשטיין, הזכרתיו למעלה.

מאיר שפיטצער » זונטאג יאנואר 22, 2017 10:03 am

· #360299
עס איז דא א פראגראם וואס מאכט סיי וועלכע DOS Game ארבעטן אויף סיי וועלכע Windows קאמפיוטער, עס הייסט D-Fend, עס איז ממש אמחי', עס ווערט גרייט אין סעקונדעס, אויב מאכט זיך אייך פראבלעמען מיט דעם קענט איר מיך רופן 8459774442

חכימא » מאנטאג פעברואר 6, 2017 11:23 am

· #362071
אוי, קאממענדע"ר קיע"ן!!!

די זכרונות וועקן זיך אויף....

ווי נעמט מען די אינגע יארן!!!

ייש"כ, שמעקעדיג!


נ.ב. געווען נאך פארשידענע ווערסיעס פון די געים, איינס פון זיי א גארטן, די צווייטע א ספעי"ס שאט"ל.
כ'קען זיי נישט געפונען.

ענדע צדיק » מאנטאג יוני 26, 2017 5:13 pm

· #376864
טעסט דרייוו איז געווען מיין פעיווערד....
אוי מי יתן לנו תמורתו