☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים: יישר כח כוכב!

שושנים: יישר כח כוכב!

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8081

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:05 pm

· #246357
שושנים: יישר כח כוכב!
שטייענדיג נאך די געלונגענעם פאעזיע פארמעסט, איז ענדליך צייט צו געבן קרעדיט פאר דעם וואס פארדינט עס ערליך.

בעת ביי אונז אין דארמיטארי (קרעדיט: כוכב) איז מען געשלאפן, קוים קוים אריינגעקומען עפעס ארטיקלען, קוים עפעס געשמאקע תגובות, און מיר האבן כסדר פארלוירן פיינע ניקס מסלתה ומשמנה פונעם שטיבל, איז אנגעקומען כוכב ווי די חשמונאים בשעתם, ערב חנוכה, און פשוט אויפגעלויכטן און אויפגעראכטן דעם שטיבל, מיט די פראכטיגע שושנים פאעזיע'ס! עס האט אויפגעוועקט אסאך לייבן פון שלאף, דער גאנצער עולם האט זיך אפגעריבן די פארשלאפענע אויגן, אנגעטון די ברילן, און אריינגעשטעקט דעם פינגער אויפן נאז צו רוקן די גלעזער נאנטער צום אויג, און געוואלט זיכער מאכן אז מען זעהט ריכטיג? עס קומט טאקע צו פליסן יעדן טאג הערליכע פאעזיעס איינס נאכן צווייטן, איינס שענער פון צווייטן? דער עולם איז געווארן עקסייטעד און היסטעריש, עס האט אריינגעבלאזן א מין ענטוזיאזם אין שטיבל אשר לא נראה כבושם הזה שוין לאנגע חדשים (איף עווער).

רבותי, מען וואלט געדארפט דעם כוכב'ן באלייקן עד אשר יצא מאפו! קויפן אינאיינעם אן עמעזאן קארטל פון פינף טויזענט דאלער!

טייערע זיסע כוכב! אילו פינו מלא שירה כים וכו', קענען מיר נישט גענוג באדאנקען פאר דעם רוח החיים וואס דו האסט אריינגבלאזן אין דעם פארשלאפענעם דארמעטארי! וכמאמר העולם, ומורגל בפי הבריות: "וואס כוכב קען, קען קיינער"!

יישר כח כוכב! א דאנק! ממך ילמדו וכן יעשו!

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:13 pm

· #246362
מער פון 1500 טעגליכע באזוכער האבן נהנה געוועהן פון די איבערמידליכע און זעלבסטלאזע יגיעה פון איין איינציגע בן בלי שם, המסתתר מאחורי הניק הידוע לתפארת "@כוכב".

א חסד של אמת שאינו מצפה לתשלום גמול!

בלויז מיט די כוונה אז ערליכע אידן זאלן האבן וואס צו לייענען על טהרת הקודש.

וככובים לעולם ועד!

א ריזיגע יישר כח, אלף פעמים ככה.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:14 pm

· #246364
און מ'טאר נישט פארגעסן אונזער באליבטע @אנאנים, העומד הכן לשרת בקודש יעדע מינוט און יעדע שעה, און געשמירט די אויל אויף די רעדער אז ס'זאל פארן ווי ס'ברויך.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:21 pm

· #246366
און די גרעסטע זאך איז אז כוכב איז נישט פארנומען יעצט לויפן אויבן-אן און אפנעמען תעודות און אנערקענונגען, נאר זיצט ווייטער אין בית כבוד און אנטלויפט פארן לעבן פון דעם כבוד וואס איז בורח אחריו. ניטאמאל וועט ער רעאגירן אין דעם אשכול. וואויל איז אונז אז מיר האבן אזא איינעם, אשרינו! יהי רצון שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך, כוכב!

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:25 pm

· #246369
אמת טאקע, קעלנער איז געשטאנען גרייט מיט די לייצעס מן הבוקר ועד הערב, עס קומט אים א באזונדערן דאנק!
און פישעלע, דיר אליין איז אויך נישט אזוי אוועקצומאכן, דו האסט אריינגעארבעט שעות רצופות ווי עס ברויך צו זיין לכבוד שובבי"ם... נישט געוואוסט ביסט אזא מבין אין פאעזיע!

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:28 pm

· #246372
איך וויל זיך אויך באדאנקען פאר כוכב וכת דיליה פארן זיך אזוי איבערגעבן און אויפלעבן דאס שטיבל. איך האב באמת זייער הנאה געהאט פון אלע פאעזיעס, כאטש די אויסגאנג פון די וואלן איז נישט געווען אזוי ווי איך האב געקלערט.
דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן בכל מילי דמיטב!

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:29 pm

· #246373
שוין, אבי איינער האט געקלערט אז איך וועל געווינען...

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:30 pm

· #246375
לאמיר ספאנסערען א גיפט קארד פאר כוכב. איך בין אין. קעלנער, סארי פאר נאך ארבייט, קענסט עס אפשר מסדר זיין?

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:33 pm

· #246379
רבותי עס איז נישט די גיפט קארד עס איז די געלע שטערן אונטער די נאמען!!!
מען דארף שוין לייגן אונטער כוכב 5 געלע שטערענעס ווער עס האט פראטעקציע ביי די שישקעס זאל זיך פליז אריינלייגן

הערשי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 5:01 pm

· #246392
יישר כח כוכב.
ס'שטייט די וואך אין רשי, להודיע חיבתן שנמשלו לכוכבים שהוא מוציאן ומביאן בשמות ובמספר. קען מען טאקע טייטשן חיבה אויף כוכב, ער האט געהאלטן אלע שמות המחברים און מסדר געווען די מניינים וואלן. כה לחי!

הערשי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 5:02 pm

· #246394
געלער שטערן קלונגט עפעס מאדנע.

יאיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:13 pm

· #246497
גם אני מצטרף. יישר כח כוכב פאר'ן העלפן ארויסברענגען די באהאלטענע טאלאנטן פון אונז אלע.

פלאוויוס » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:35 am

· #246545
כוכב טייערער, דאנק ווערטער זענען בעצם נישט גענוג, ווייל דיין ארבעט האט אריינגענומען אסאך צייט און מוח.
איך קלער שוין א צען מינוט וואס א דאנק נוסח צו שרייבן אבער אן ערפאלג. הייסט דאס אז איך האב באמת נישט קיין ווערטער... ובכן זאל דאס זיין במקום ווערטער.

א הארציגן דאנק דיר! באמת!

נח געציל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:07 am

· #246864
יישר כח כוכב פארן אוועקגעבן דיין צייט לטובת הציבור. ווי אויך די ״קאסטומער סערוויס״ איז געווען אויסערגעווענליך.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:11 am

· #246867
כוכב...!! מיין נפש גייט נישט איינרוען ביז איך וועל דיר דערלאנגן א ווארימן האג.

פלאוויוס » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 2:35 pm

· #246909
דארף מען רעדן מיט די אחראים אז זיי זאלן צולייגן א "האג" קנעפל, נעבן דעם "לייק" קנעפל.

כוכב » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 3:23 pm

· #246918
ישר כוח אלע מגיבים ובראשם שמעקעדיג. איך שרייב יעצט אן אשכול צום שלוס פון שושנים, דארף מאכן צייט עס צו ענדיגן האפנטליך בקרוב.