לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8071
לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י
פארגאנגענעם שב"ק האב איך געהערט אינטערסאנטע נייעס אז לקראת שנת תשע"ו ווערט געפלאנט נייע מוסדות התורה והחינוך בגלילות קרית יואל מיטן נאמן "מוסדות תולדות רבינו יואל מסאטמאר"
עס גייען ארום עטלעכע פארביטערטע יונגעלייטלעך און פרובירן צו שאפן א גרעס-רוט קאמפעין אויפצובויען א נייטראלע סאטמארע מוסד על טהרת הקודש בכל פרטיה ודוקדוקיה, די חברה ארבעטן אריין, זיי ארבעטן אויף שטיצע פון חשובע רבנים תלמידי רביה"ק, זיי שפאנען איין ערפארענע מחנכים מיט ברייטע עקספיריענס בשדה החינוך, אויך ארבעטן זיי אויף נגידים, איך הער אז זיי האבן עפעס שטיצע פון ערענסטע נגידים יונגעלייט וואס פארשטייען דאס נחוצות הענין, זיי האבן געלייגט א יד אויף עפעס א בנין בגלילות קרית יואל וואס זיי האפן אפצוקויפן און גרייט מאכן צום נייעם יאר, זיי ארבעטן מיט איינעם וואס ארלעדיגט פראגראמ'ס פאר מוסדות, בקיצור די חברה זענען עפעס מוראדיג אנטשלאסן פארצוזעצן זייערע פלענער.
וואס גייט פאר? וואס פעלט אויס נאך א מוסד, ווער איך שאקירט פון די תשובה אז כעת דרייען זיך ארום עטליכע קינדער-געבענטשטע משפחות אין קרית יואל וואס מען האט סוכות-צייט איינגעמאלדן דעם טאטען אז זיין פלאץ איז מער נישט אין קרית יואל. טראגט אייך אפ פון דא. איי ווי זאל איך גיין. איז דער ענטפער, ציט אייך קיין מאנסי, קיין קאנארסי, איבעראל אבער נישט דא, דיינע קינדער ווערן נישט צוריקגענומען און אונזערע מוסדות. די עלטערן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן אבער גארנישט, ס'נישטא מיט וועם צו רעדן. חוץ פון דעם זענען דא אן א שעור היימישע סאטמערע יונגעלייטלעך שומרי תורה ומצות, שומרי שבת וקוראי עונג, ערליכע סאטמערע תלמידים פון אונזער סיסטעם וואס מען מאכט זיי דעם טויט ווען זיי ווילן איינשרייבן די קינדער אין די מוסדות. בקיצור זאגן זיי גענוג איז גענוג נמנו וגמרו, עת לעשות לה' מען גייט מאכן מוסדות פאר אונזערע קינדערלעך.
פרעג איך זיי פארוואס שיקן זיי נישט אין איינע פון די אנדערע מוסדות, איז די תשובה אז בשו"א וועט די צווייטע מוסד אנעמען א משפחה מיט קינדער אויב איז ער אנטזאגט געווארן פון איין מוסד, מיטן סלאגען אז עפעס אמת מוז דאך זיין אין די עבירות וואס מען זאגט אויפן "טאטען" טא באלאנגט ער נישט אין אונזער מוסד. (נאך אלעם איז דאך דער טאטע נישט קיין ספרדישער אדער תימנ'ער נאר מבשרינו ממילא איז ער גאר פארפוילט). נאך מער גייט די רשעות, די מוסד פון ווי ער קומט וועט נאך צוזאמרעדן כל דבר אסור זיכער צו מאכן אז דער טאטע פאלט אויף די קניען און כאפט זיין הארץ אטאקע ה"י. למען ישמעו ויראו. והשנית איז עס זייער שווער פאר א גרעסערע קינד צו טוישן קלאס אין א שפעטערע עלטער, והשלישית באלאנגט ער דאך נישט פונקטלעך דארטן ווי ער איז יעצט געצווינגען צו שיקן.
גיי איך אזוי שטילערהייט און איך פרעג די חכמים אפאר קשיות, קודם פארוואס ווייס מען נישט פון די ארויסגעווארפענע משפחות? צווייטענס וויל איך וויסן ווער וועט אנפירן אזא מוסד, וועלעכע סארט סאטמאר גייט עס זיין, און וואס וועלן זיין די גדרים וסייגים. בקיצור אויף אלעם האבן זיי אנגעגרייטע תשובות. קודם זאגן זיי אז די משפחות זענען אונטער געפערליכע בושות און צער אז די קינדער זיצן אינדערהיים א גאנצן טאג, ממילא איז עס א גרויסער סוד זיי עסען זיך אויף שטילערהייט, און לגבי די עצם מוסד טענהן זיי דאס ווועט באשטיין פון יעדען חסידי מהר"א, מהרז"ל, בני יואל, אבער בעיקר פון אזעלעכע וואס האבן די גאנצע מעשה אין בוידעם, זייער איינציגע זארג איז אז זייערע טייערע קינדערלעך זאלן לערנען תורה און יראה פונקט ווי זיי און זייערע עלטערן האבן געלערנט. און כבר היה בעולמו זעלבסשטענדיגע מוסדות אין מאנסי און בארא פארק, סוועט זיין א וועד ההורים מיט א באורד, און סוועט געפירט ווערן אזוי ווי א מוסד דארף געפירט ווערן מיט די אינטערעסן פונעם אייבערשטען און מיט זיינע תשב"ר אלץ טאפ פרייאריטי. דערנאך קומט ערפארענע מחנחים מיט קרעדענשאלס און א נארמאלער סיסטעם און די פסולת וועט בלייבן דארטן ווי סבאלאנגט.
און לגבי די רולס זאגן זיי אזוי. יש לנו אב זקן, תרתי משמע. ס'דא א באשעפער און א תורה און דאס איז דער וועגווייזער. והשנית. ווער ס'וואוינט אין מאנרא מיינט אז ער איז א סאטמערער חסיד תוכו כברו. א אמתדיגער סאטמארער חסיד איז א בעל חסד א בעל צדקה און א בר שכל. יעדער סאטמאר חסיד האט אן אהבת נפש צו רביה"ק והטהור זי"ע דער מוסד וועט זיין א סאטמארער מוסד מיר ווילן זיין ערליך, מיר ווילן האבן ערליכע נארמאלע קינדער, מיר ווילן זיין נוטראל, מיר ווילן נישט אנפילן די קעפ זייערע מיט ליידיגע שטותים והבלים. מיר ווייסן זייער קלאר וואס אונז ווילמער. בקיצור ער רעדט און רעדט...
גיב איך נאך אזא פרעג דאן פארוואס בגלילות. פארוואס נישט אין קרית יואל זאגט ער אז נאר בגלילות וועט אזא זאך קענען פאסירן בדרך הטבע, און ווייזן אן אויף די פרעכטיגע ויואל משה בנין און אויף בני יואל אין וואדבערי . בדרך אגב זענען די חברה זייער א קעגן אנעקסעישאן. איך ווייס נאכנישט פונקטלעך פארוואס.
ע"כ איז דער באריכט וואס כ'האב אזוי אויפגעכאפט דעם שבת. יעצט וויל איך דא פרעגן דעם עולם קודם איז טאקע אמת אז ס'דא משפחות וואס זענען ממש אויפן וואסער אן א מוסדות בעיר קרית יואל. אויב יא איז דאך עס א הימל געשריי שאין כמוהו. והשנית וואס זאגט איר צו דעם פלאן פון מוסדות תולדות יואל. איז עס בכלל א מעגליכקייט דורכצופירן נייטראלע מוסדות וועט זיך דער סיסטעם טוישן.
כ'גלייב נישט ס'וועט זיך טוישען.
מען מוז עס טון, אפגעזעהן ווי שווער. עס איז א געוואלדיגע זכות, און זענען ריכטיג מקיים תקנת ר"י בן גמלא.
פון איין זייט טראכט איך צו מיר איז עס דאך א געוואלדיגע זאך, א מוסדות ווי מ'וועט יעדעם ארייננעמען, ס'וועט נישט זיין קיין אויסנאמען.
פון די אנדערע זייט זענען די אויסזיכטען עס זאל מצליח זיין, בעיני, נענטער צו נול.
It's a fact, it's happening, and sooner then you think.
קען זיין עס גייט געשעהן, כ'בין נישט מחולק דערמיט.
אבער קוקנדיג אביעקטיוו זעה איך נישט וויאזוי א מוסדות פון די וואס מ'נעמט נישט אן ערגעץ אנדערש, קען האבן א זכות קיום.
שמן זיתפון איין זייט טראכט איך צו מיר איז עס דאך א געוואלדיגע זאך, א מוסדות ווי מ'וועט יעדעם ארייננעמען, ס'וועט נישט זיין קיין אויסנאמען.
פון די אנדערע זייט זענען די אויסזיכטען עס זאל מצליח זיין, בעיני, נענטער צו נול.
סתם פאר אינטערסאנטקייט ווער האט דיר געזאגט אז דארט גייט מען אנעמן יעדעם.
ווי איך פארשטיי, איז די ציל פון די מוסדות אנצונעמען די וואס ווערן נישט אנגענומען דורך די אנדערע מוסדות.
עכ"פ אזוי האסטו געשריבן אינעם ערשטען תגובה פונעם אשכול.
און דעס איז וואס איך זאג: אויב נעמסטו אן יעדעם, איז דא שוואכע אויסזיכטען עס זאל האבן א קיום,
ווידעראום, אויב נישט, מה הועילו חכמים בתקנתם?
שמן זיתקען זיין עס גייט געשעהן, כ'בין נישט מחולק דערמיט.
אבער קוקנדיג אביעקטיוו זעה איך נישט וויאזוי א מוסדות פון די וואס מ'נעמט נישט אן ערגעץ אנדערש, קען האבן א זכות קיום.
די חברה האלטן אז די יעצטיגע סיסטעם איז קוראפטירט און זיי ווילן נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די מוסדות.
שמן זיתאון דעס איז וואס איך זאג: אויב נעמסטו אן יעדעם, איז דא שוואכע אויסזיכטען עס זאל האבן א קיום,
ווידעראום, אויב נישט, מה הועילו חכמים בתקנתם?
לייען עס איבער אביסל מער בעיון און אויב ספעלט אויס לייען עס איבער דריי מאל וועסטו פארשטיין וואס זיי זאגן.
ס'איז דא איין פראבלעם, האסט מיר נישט אנגעהויבן צו ענטפערן....
וואס פונקטליך איז א נפק"מ וואס זיי האלטן וועגן די מוסדות??
אויב נעמען זיי אריין יעדעם, גייען זיי זיך מסתם צומאכן גלייך פארן עפענען.. (בעיני)
און אויב נישט, זענען זיי דאך פונקט אזוי קארופטירט??
shem-tovפארגאנגענעם שב"ק האב איך געהערט אינטערסאנטע נייעס אז לקראת שנת תשע"ו ווערט געפלאנט נייע מוסדות התורה והחינוך בגלילות קרית יואל מיטן נאמן "מוסדות תולדות רבינו יואל מסאטמאר"
וואס גייט פאר? וואס פעלט אויס נאך א מוסד, ווער איך שאקירט פון די תשובה אז כעת דרייען זיך ארום עטליכע קינדער-געבענטשטע משפחות אין קרית יואל וואס מען האט סוכות-צייט איינגעמאלדן דעם טאטען אז זיין פלאץ איז מער נישט אין קרית יואל. טראגט אייך אפ פון דא. איי ווי זאל איך גיין. איז דער ענטפער, ציט אייך קיין מאנסי, קיין קאנארסי, איבעראל אבער נישט דא, דיינע קינדער ווערן נישט צוריקגענומען און אונזערע מוסדות. די עלטערן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן אבער גארנישט, ס'נישטא מיט וועם צו רעדן. חוץ פון דעם זענען דא אן א שעור היימישע סאטמערע יונגעלייטלעך שומרי תורה ומצות, שומרי שבת וקוראי עונג, ערליכע סאטמערע תלמידים פון אונזער סיסטעם וואס מען מאכט זיי דעם טויט ווען זיי ווילן איינשרייבן די קינדער אין די מוסדות. בקיצור זאגן זיי גענוג איז גענוג נמנו וגמרו, עת לעשות לה' מען גייט מאכן מוסדות פאר אונזערע קינדערלעך.
די ציל דא איז אז די קינדער וואס מ'נעמט נישט אן מאיזה סיבה שהוא אין די עקזיסטירנדע מוסדות, זאלן האבן וואו צו לערנען, יא?
כ'האב עפעס שלעכט פארשטאנען??
יא זייער שלעכט פארשטאנען. די קינדער ווערען גערן אנגענומען אין יעדן מוסד ( ווען וועלט וואלט געווען וועלט ) אבער דא ווערן די טאטעס' נישט אנגענומען. אבער ווי איך פארשטיי איז דאס נישט' די עיקר סיבה פארוואס די יונגעלייט גרייטן זיך מייסד צו זיין דעם נייעם מוסד דאס איז בלויז נאך א רינגעלע
ווען מ'בעט מיר ווען איבערצוטייטשען דיינע ווערטער אויף מאמע לשון, וואלט ארויסגעקומען: קינדער וואס מ'נעמט נישט אן. מאיזה סיבה שהוא.
אויב דעס וואס דו שרייבסט איז נישט די סיבה פון גרינדן פרישע מוסדות, אפשר ביזטו מיר מגלה די ריכטיגע סיבה?
האם יש דברים בגו?
📎 IMG-20150722-WA0006.jpg
איך הער אז זיי האבן שוין עשרה ראשונים.
בני יואל חדר האט אנגעהויבן מיט ששה מתפללים.
Re: לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י
מ'רעדט בסך הכל פון איין כיתה א' קלאס לויטן צעטל, סאו מיט 10 קינדער קען מען שוין האבן א קלאס בדוחק (אדער בריוח גדול... ווענדט זיך ווי גרויס די קלאס צימער איז).
איך פארשטיי אז אלעס איז "קאנפידענשאל", אבער אנע דערציילן ווער ס'איז די מנהל/רבי/הנהלה וואס שטייט אונטער דעם, וועט ער אינערגעץ נישט אנקומן, ס'איז דא א ריזיגע ציבור וואס וואלט גרייט געווען, אבער אז יענער באהאלט זיך באהאלט איך מיך אויך.
שם טוב: פון דעם תמצית פון דיינע רייד נעם איך ארויס אז ס'איז הא בהא תליא. די שאלה איז נאר וועלכעס איז געקומען פריער. און וועלכעס איז א תוצאה פון די ערשטע.
דאס איז נאטורליך פארשטענדליך אז אויב מ'האט באזייטיגט זייערע קינדער פון די מוסדות וועלן זיי נישט שטיצן א פאליטישע אגענדא פון די עסטאבלישמענט פונ'ם שטעטל. די שאלה איז נאר צו זייער התנגדות צו די פאליסיס און פאליטיק פונ'ם שטעטל האט עפעס געהאט צו טון מיט די באזייטיגונג פון זייערע קינדער.
איך וואוין נישט אין קר"י און איך ווייס נישט די אלע שטרעמונגען וועלכע זענען דער מציאות דארט. אבער איך ווייס פאר א פאקט אז מהר"א שליט"א איז פערזענליך נוטה צו העלפן אין א סאך משפחה עניינים וואו ס'מאכט זיך אמאל פארשידענע פראבלעמען. נאר אז מ'זאלל איהם שפייען אין פנים און מורד זיין אין זיין הנהגה דארט אין שטעטל, דאס איז שוין צו א סאך צו פארלאנגען.
נאכאמאל. איך בין נישט דארט און איך ווייס נישט ספעציפיש אין דעם ענין. אבער איך קען זאגן בכלליות. אז ס'איז דא א סאך קרומע קעפ דארט אין קרית יואל וואס ווילן סיי נהנה זיין פון די עסטאבליש'ד הנהגה און פון די אנדערע זייט שטיצן זיי גארנישט וואס ס'קומט ארויס פון די אנפירערשאפט. אדרבה. זיי גייען נאך אקעיגן. פונקט אזוי ווי די (פארדר--) בני יואל. זיי גייען אקעיגן א יעדע זאך מקטון ועד גדול. נאכמער זיי הענגען אלעס אן אין אידישקייט און אין דרך הסלולה לנו מרביה"ק. זיי מאכן אן חורבנות. און נאכדעם וויינען זיי ווי דער קאזאק הנגזל...!
Re: לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י
berlbalaguleh. אבער איך ווייס פאר א פאקט אז מהר"א שליט"א איז פערזענליך נוטה צו העלפן אין א סאך משפחה עניינים וואו ס'מאכט זיך אמאל פארשידענע פראבלעמען. !
צינט אין לעשט
קאסטנער: דו מעגסט אויסדרוקן דיין אייגענע מיינונג. אבער, א שאד אז ס'איז נאכנישט דא א דיסלייק באטן. איך וואלט עס געדרוקט לכה"פ פיהר מאל... 😂
berlbalagulehקאסטנער: דו מעגסט אויסדרוקן דיין אייגענע מיינונג. אבער, א שאד אז ס'איז נאכנישט דא א דיסלייק באטן. איך וואלט עס געדרוקט לכה"פ פיהר מאל... 😂
ר' בערל, נישט יעדער האט א קראש אויף מהר"א
@שמעקעדיג אממ 😉 ס'האט עכט צו טון מיט יא קראש נישט קראש איך מיין
@קאסטנער האט דא געשריבען זייער אדורכגעטראכטע שכלדיגע נארמאלע סטעיטמענט ניין ? און דו ביסט נאך דער וואס פארשטייט נישט דעם צימעס איד 😂
גאנצלאון דו ביסט נאך דער וואס פארשטייט נישט דעם צימעס איד 😂
ביסט זיך אפשר טועה מיט וואנצעס? 😢
שמעקעדיגberlbalagulehקאסטנער: דו מעגסט אויסדרוקן דיין אייגענע מיינונג. אבער, א שאד אז ס'איז נאכנישט דא א דיסלייק באטן. איך וואלט עס געדרוקט לכה"פ פיהר מאל... 😂
ר' בערל, נישט יעדער האט א קראש אויף מהר"א
שמעקעדיג:... 😂 👍 🙄 😛 😮 😐 😃 🙂 😉 ...: די מנהלים... 😮 איך האב יעצט (איינמאל) עובר געווען אויף א פערזענליכע בקשה בקשה פון
כחלום יעוף.
ואתה הוא מלך קל חי וקים!
Ben-ShishimIt's a fact, it's happening, and sooner then you think.
קום אריין מיט דעטאלן, ביטע.
איך מיין אז זיי זאלן ארבעטן קודם אויף א סושי באר אין די שכנות פון קרית יואל... וד"ל
לויט ווי איך הער גייען אן די פלענער פול פארס מייסד צו זיין די ערשטע נארמאלע סאטמארע מוסד בעיר קרית יואל אזאנס וואס וועט אפשפיגלן אונזער רבין על דרך האמת. די רשעים ארורים ימ"ש שפילן זיך מיט יודישע קינדער גאנצעטע משפחות האט מען נישט צוריקגענומען זייערע קינדער מען האט זיי מודיע געווען דיין פלאץ איז נישט דא גייט אייך קיין מאנסי, רובא פון די משפחות שעמען זיך ביטערלעך אוועק זיי האלטן נישט ביים פארציילן פאר קיינעם וואס זיי גייען דורך, זיי האבן זיך נישט מיט וועם מחזק צו זיין, אנדערע מופן טאקע, אנדערע טוען שתדלנות אונטערן טיש אבער קיינער טוט נאך נישט צו דער זאך. דאס איז טאקע דער עיקר פראבלעם פארוואס די מוסד איז נאכנישט צושטאנד געקומען ווייל סאיז שווער געוואר צו ווערן ווער סאיז אלץ אינדערהיים און סאיז שווער צו טרעפן די ריכטיגע אנשי אמת וואס זאלן מסכים זיין זיך אריינצולאזן אין אזא שווערע אונטערנעמונג. די געטרייע עסקנים געבן נישט אויף ובזכותו של אותו זקן ובעזהשי"ת וועט נאך גליקס וועד ווייטער סטרייקן, זיי האפן אז זייער דארשט פאר פריש בלוט וועט זיך נישט שטילן ביז יונגעלייט וועלן אנהייבן ארויסצוקומען און אזוי וועט מען מייסד זיין דע הייליגע מוסדות תולדות יואל גענוי ווי רבינו הקדוש והטהור און אנדערע צדיקים מוצלים מאש האבן מייסד געווען זייערע מוסדות טאקע מיט אזעלעכע טאטעס וואס דארפן אליינס חיזוק. מען דארף אפאר וויקטימס, אסאך סייעתא דשמיא, אפאר טולער און ווער סווייסט די מצב אין קרית יואל ווייסט אז סאיז בלויז א קוועשען אוו טיים. ע"כ וואס כהאב מיך אונטערגעהערט
מיט א אומגעפעהר 20 יאהר צוריק ווען מ'יז אריין צום ישועות משה מויזניץ בהטען א ברכה פאר די נייע צמח צדיק ויזניץ שוהל וואס מ'וויל גרינדען אין מאנסי, האט דער בני ברק'ער רבי זיך אויסגעדרוקט: איך מיין ס'שוין העכסטע צייט אז מאנסי זאל האבען א ויזניצע ביהמ"ד..
נו, לענינינו, כ'מיין שוין צייט ס'זאל זיין א סאטמארע חדר אין מאנרא..
סיריעסלי, כ'קען נישט אזוי די קרית יואל מענטעליטיס, אבער נארמאל אין די וועלט קען אזא מוסד מצליח זיין נאר אויב זיי האבען א ערענסטע דיין / ת"ח / אדער ערענסטער עסקן וואס האט מיט זיך א דעת תורה, אדערווייז מיין איך ס'יז שוואכע טשאנצען ס'זאל געלונגען.
איז אזוי, לכבוד דעם נייעם לערן יאר האט מען 15 משפחות משלח געווען פון מוסדות מהר"א, די משפחות האבן זיך צוזאמען גענומען און גייען אפיציעל שיקן קיין מאנסי.
מיין שאלה צו די פופצן משפחות, פארוואס? למה? פארוואס נישט אעפענן אומאפיליאירטע מוסדות? שוין העכסטע צייט געהעריג צו צושמעטערן די חומת הברזל פון די רעזשים.
נורמאלי: אויב זיי קענען. א יעדער אומצופרידענער מענטש וועט זיך עפענען א מוסד. עמיר שיין אויסזעהן...! צו פארשאפן די בניינים. אדער אפשר וועט די ישישבה'קעלע עקזיסטירן אין בעיסמענט פון איינעם פון די אומ-צופרידענע עלטערן. און די רעבעצין שליט"א וועט זיין די קעכערין. און מ'וועט פיהרן די קינדערלעך אין חדר אריין מיט טאטי'ס אלטע סטעישן וועגאן...! און ווען ס'וועט אויספעהלן געלט צו באצאלן די עלעקטריק בילל אדער די געז בילל פאר הייצונג, וועט מען גיין אין ביהמ"ד הגדול מאכן א שנאריזאציע קאמפיין פאר א וויכטיגן צוועק...!
נורמאליאיז אזוי, לכבוד דעם נייעם לערן יאר האט מען 15 משפחות משלח געווען פון מוסדות מהר"א, די משפחות האבן זיך צוזאמען גענומען און גייען אפיציעל שיקן קיין מאנסי.
אין מאנסי איז דען פאראן איבריג פלאץ אין די מוסדות? אפילו די דארטיגע איינוואוינער מוטשען זיך מיט מוסדות.
איז בערל טאקע א טיפישע טראלל? וואס רעדסטו פון "אומצופרידענע" עלטערן? ליין איבער! מהאט זייי געווארפן, בעליוו מי די נומערן גייען וואקסן, פשוט, די עולם ציעט זיך ארויס אינדרויסן מיט שיינע הרחווהדיגע פאלאצן, און קיינער האלט נישט ביים זיך ציען צו די נארישע עקזאסטע געגנט און ארום, סאיז דא אסאך בעסערע אפציעס אין די מאנראע געגנטער פאר ביליגער, נו שוין, מהאף מיר איינער וועט זיך מרחם זיין , וועט עס זיין יואל ראטה ברסלב אדער אמרי שפר ממומבאך, איינער גייט דא שיין צופיקסן די רעזשים.
נורמאלי: אני חושב שאתה לא נורמלי...! איך מיין אז דו ביסט א טראלל...! האחד בא לגור וישפוט שפוט...! וואס קומסטו מיט פערזענליכע אטאקעס. לא זו הדרך. דא אין קאווע שטיבל. ביטע רעד נישט אזוי גרויס...! ווייל מ'וועט דיך קלענער מאכן. אז דו האסט עפעס צו זאגן, זאג עס אויף א נארמאללן, מענטשליכן וועג. אנישט שווייג שטילל...! דו האסט א רעכט אויסצודריקן דיין מיינונג. און אי אויך. און א יעדער איינער. פארשטאנטאא? (בהמה)...!
אזא מוסד וועט נישט אזוי שנעל פאסירן אין ק"י, פינטל
נומער איינס, געלט! די חברה וואס מ'ווארפט האבן געווענטליך נישט די טיפע טאשן, וואס ס'פארלאנגט זיך צו עפענען און אוועקשטעלן א מוסד, פארוואס?! ווייל די וואס האבן געלט, ווארפט מען נישט!
נומער צוויי, אויף אנצופאננגן ברויך מען עפענען פון אלף ביז תיו, מ'קען נישט עפענען איין קלאס אויפאמאל, ווייל די אנדערע קינדער וועלן פליען בשן ועין
נומער דריי, איינער וואס האט פארבלעמען מיט מאנדרא, וועט זיך שנעלער הייבן און מופן קיין מאנסי, ווי צו גיין און סטראגלען מיט'ן עפענען מוסדות (נישט אז דארט איז בעסער מיט מוסדות, אבער ס'איז דאך גרינגער ווי עפענען א אייגענען מוסד)
כ'האב געהערט אז איינע פון די ק(נ)אקערס ביי די ארונים האט מען נישט אנגענומען זיין אייניקל ווייל די מאמע גייט מיט א סנאד ר"ל און מהר"א האט דאך געפסק'נט אז דאס איז א בגד לשם פריצות, און אויך ווייל די דריי יעריג מיידעלע גייט מיט ני-הייס.
איך האלט אז א מאמע וואס שטעלט זיך נישט צו איינצוהאלטן די תקנות איז אן אויבער חכם און מ'דארף טאקע נישט אננעמען זייערע קינדער. נאר מ'זעהט אז די וואס ווערן נישט אנגענומען זענען לאו דוקה אויסווארפן, נאר אויך אזעלכע וואס פירן זיך ווי 75% חרד'ישע אידן.
איינע פון די צוויי וועט מוזן געשעהן. אדער וועלן די מוסדות נאכלאזן פון די עקסטרימיזם, און אז נישט וועט זיך עפענען נייע מוסדות
berlbalagulehנורמאלי: אויב זיי קענען. א יעדער אומצופרידענער מענטש וועט זיך עפענען א מוסד. עמיר שיין אויסזעהן...! צו פארשאפן די בניינים. אדער אפשר וועט די ישישבה'קעלע עקזיסטירן אין בעיסמענט פון איינעם פון די אומ-צופרידענע עלטערן. און די רעבעצין שליט"א וועט זיין די קעכערין. און מ'וועט פיהרן די קינדערלעך אין חדר אריין מיט טאטי'ס אלטע סטעישן וועגאן...! און ווען ס'וועט אויספעהלן געלט צו באצאלן די עלעקטריק בילל אדער די געז בילל פאר הייצונג, וועט מען גיין אין ביהמ"ד הגדול מאכן א שנאריזאציע קאמפיין פאר א וויכטיגן צוועק...!
די זעלבע חוזק האט מען געמאכט ווען בני יואל האט געעפענט מיט זעקס קינדער און היינט האבן זיי הערליכע מוסדות מיט צוויי טויזענט קינדער. קיינער וואס עפענט היינט מוסדות וועט נישט מיטמאכן די שווערעקייטן וואס זיי זענען דורך. דאס ווייזט אז ווען ס'איז דא א רצון קען מען דורכפירן
שמעון וואלףberlbalagulehנורמאלי: אויב זיי קענען. א יעדער אומצופרידענער מענטש וועט זיך עפענען א מוסד. עמיר שיין אויסזעהן...! צו פארשאפן די בניינים. אדער אפשר וועט די ישישבה'קעלע עקזיסטירן אין בעיסמענט פון איינעם פון די אומ-צופרידענע עלטערן. און די רעבעצין שליט"א וועט זיין די קעכערין. און מ'וועט פיהרן די קינדערלעך אין חדר אריין מיט טאטי'ס אלטע סטעישן וועגאן...! און ווען ס'וועט אויספעהלן געלט צו באצאלן די עלעקטריק בילל אדער די געז בילל פאר הייצונג, וועט מען גיין אין ביהמ"ד הגדול מאכן א שנאריזאציע קאמפיין פאר א וויכטיגן צוועק...!
די זעלבע חוזק האט מען געמאכט ווען בני יואל האט געעפענט מיט זעקס קינדער און היינט האבן זיי הערליכע מוסדות מיט צוויי טויזענט קינדער. קיינער וואס עפענט היינט מוסדות וועט נישט מיטמאכן די שווערעקייטן וואס זיי זענען דורך. דאס ווייזט אז ווען ס'איז דא א רצון קען מען דורכפירן
דארט איז דעכאס געווען לשן שניים... ווען ס'קומט צו די שיטה הקדושה איז נישטא קיין אפהאלט
קאוריג: דו מיינסט זיכער צו זאגו..."לשם שמיים"...ווייל לשון שניים האט נישט קיין פשט...!
*Breaking News in KJ!!**
י"ח אלול תשע"ח. August 29, 2018
Remember the Voice Notes few weeks ago Regarding the KJ Grocery Pricing???
Here is the Rest of this Shocking and Developing Story.
*Everything around Power & Money;*
The new Grocery in KJ "Refresh" opened up their Doors this week with Blood. As thay opened their Doors, UTA "Expelled" R' Yoel Roth's (peppermint) Kids from Chider and School!
Expelled Means, kids were ""Thrown Out"" ""Sent Home"" from School, Because thair Father doesn't want to Steal Money from Innocent People.
Less then 2 Weeks Before ימים נוראים.
KJ is Unfortunately FILLED with, Wealthy Disgusting Man, Seeking *POWER* and *MORE MONEY!* They're ready to do anything in the world that can get them those 2 thinks. Even, Hiking Prices on a already Very Expensive Market, and Poor Community and Expelling Kids from the Mosdes, of Those who are not participate in their רשעות.
They also control the "וועד"
HOW LOW CAN YOU GO???
*_This needs to STOP Right away!!_*
ווייסט איינער מער אינפארמאציע? ווי מען שמועסט, פארן 2 ווענס קיין מאנסי יעדן טאג יעצט.