☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8059

אשכול אן א טיטל #8059

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8059
בלאט: 1 2 3

— » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 7:35 pm

· #245508

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 8:01 pm

· #245516
אנאנים: איך זעה, ביי דעם ערשטן בילד, אז די מערסטע פלעשלעך אויפ'ן באר זענען ליידיג. איז משמע אז זיי זענען נישט געווען דארט סתם פאר דעקארעישן...נאר דער עולם האט געשאשקעט בגדול...לחיים... 😂

קאסטנער » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 8:55 pm

· #245531
ביים ערשטן בילד האט דער איד ענדערש אויסגעקליבן צי מאכן קידוש מיט א פלאש וואסער ווי איידער אויף די משקה אין קישקע...

לויט די קלארע הוראה פין @פליקער <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8007">viewtopic.php?f=4&t=8007</a><!-- l -->

פליקער » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 9:03 pm

· #245536
אויך זעיט מיר אויס אויף איין בילד אז סליפי'ס האט געמאכט א אויספארקויפ

petergrifin » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:48 pm

· #245579
װאס פארשטײען זײ? אונז האמיר אלע מאל זיך באגנוגנט מיט אביסל לקח און בראנפן כגון אלד װיליאמסבורג אדער װאדקע.
אמאל אמאל אלד גרענד דעד אבער הײנט מאן דכר שמיה... חחחח

BAL TSHIVA » זונטאג יאנואר 4, 2015 9:53 am

· #245635
אויב זע איך גיט איז דער איד אין די ערשטע בילד דער בעל הבית פון wine cave Myrtle by Bedford.
די קידוש איז צבי הירש בן בנימין הירש

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:05 pm

· #247013
וואך נאכט
📎 IMG_20150108_220002.jpg

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:07 pm

· #247015
.
📎 IMG_20150108_220014.jpg

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:08 pm

· #247016
.
📎 IMG_20150108_220804.jpg

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:09 pm

· #247017
.
📎 IMG_20150108_220026.jpg

קאסטנער » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:20 pm

· #247021
BAL TSHIVA
אויב זע איך גיט איז דער איד אין די ערשטע בילד דער בעל הבית פון wine cave Myrtle by Bedford.
די קידוש איז צבי הירש בן בנימין הירש


האב איך נישט געוויסט אז ר' משה איז נאר א ארבעטער

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 11:04 pm

· #247026
זיי זענען שותפים.

BAL TSHIVA » פרייטאג יאנואר 9, 2015 12:24 am

· #247037
יא ר' שמערל איר זייט גירעכט

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:16 pm

· #250732
ס'דערמאנט די ווערטער פון תוס' עד שתתפלל שיכנסו דברי תורה לתוך מעיך - תתפלל שלא יכנסו מעדנים למעיך...

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 12:41 am

· #250757
נו האסטו א היכי תמצא אז ביידע גייען אריין לתוך מעיו at once..

Yossy » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:39 am

· #252419
א גרויסע יישר כח פאר די אלע אידען וואס לאזן זיך וואויל גיין בעת שמחתם אין נעמען ארויס די אויגען פאר א צווייטען.
ביז יעצט אויב האב איך געמאכט א שיינע בר מצווה אין א זאל אין גענומען א שפילער אין א photographer אין אביסעל שיינע קעיקס מיט בלימען , אין פארשטייט זיך אפגרעידעד די מעניו האב איך אביסעל מורא געהאט פאר א שלעכט אויג ( עין הרע בלעז) , למעשה יעצט פיל איך אז נישט קיין חילוק וואס כוועל טין בין איך סך הכל נישט ווערט מזאל רעדען אדער קוקען אויף מיין זייט ..סא נאכאמאל א דאנק

ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:53 am

· #252520
אז מ'נענט נישט קיין PHOTOGRAPHER פאר די שמחה דארף מען שוין נישט האלב פון די לוקסוס, ווייל סייווי גייט קיינער נישט געדענקן ווי אזוי ס'האט אויסגעזען.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:56 am

· #252521
עס פעהלט דער מסכת נדה גמרא... (יתכן נוסח אכשרדרא, קען דאך אבער נישט זיין...)

עכ"פ מ'דערקענט וועלעכע גמרא'ס ער לערנט מער אין וועלעכע ווייניגער, אין וועלעכע מ'זעהט שוין דער שימעל פון אויבן.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:02 am

· #252527
וואס איז דער געדאנק פון דער אשכול?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 9, 2015 3:41 pm

· #252644
דער ארימע בחור'ל, היינט קוים א 40 יעריגע מולטי מיליאנער, אייזנרייך פון פלעטבוש מאכט יעצט א מיליאן דאללער חתונה ערגעץ אין די נארט וויליאמסבורג געגענט.
איך בין נישט געלאדענט

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:20 pm

· #252731
קאווע טרינקער
דער ארימע בחור'ל, היינט קוים א 40 יעריגע מולטי מיליאנער, אייזנרייך פון פלעטבוש מאכט יעצט א מיליאן דאללער חתונה ערגעץ אין די נארט וויליאמסבורג געגענט.
איך בין נישט געלאדענט

אפשר קענסטו געבן מער דעטאלן ווער שער ארימע רייכע פלעטבושער בחור איז

גראף » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:11 am

· #253949
איך האב באקומען בילדער און קליפס, אבער אפילו איך פארגין עם, כל הכבוד, ס'איז זײן געלט, פארעקלט
עס מיר. נישט נאר די חתונה, נאר בכלל די אלע שמחות װאס מען קטנ'ט אויס אסטראנאמישע סכומים אלץ
כדי יענער זאל עפענען אפאר גרויסע אויגן.

נאכאמאל, איך רעד נישט װעגן עם. איך הער ער איז א גרויסע בעל צדקה, אבער די אשכול בכלליות סאם
טײמס גײט ארײן אין "זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!"

קאסטנער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:40 pm

· #254031
[ציטאט אראפגענומען]


געזען (ביי יענעם נישט אויף ארויפצילייגן) אין איך טראכט אז עס איז שוין לכו"ע אריבער אלע גרעינצן,

סשיינט ווי ער האט פארלאנגט פין די פלעינערס זאלן אים צישטעלען אפאר אפשענס אין ער האט אויסגעקליבן די וועלכע האט געקאסט די מערסטע, איך גלייס מען רעד פין א אינטערסאנטע אידל סא האט מען זיך ניט אויף וואס צו עסן.

פליקער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:09 pm

· #254043
דולה ומשקה
עס פעהלט דער מסכת נדה גמרא... (יתכן נוסח אכשרדרא, קען דאך אבער נישט זיין...)

עכ"פ מ'דערקענט וועלעכע גמרא'ס ער לערנט מער אין וועלעכע ווייניגער, אין וועלעכע מ'זעהט שוין דער שימעל פון אויבן.


איינער איז געוועין ביטער הינגעריג און ער האט זיך א ווארף געטיען אויפן נדה גמרא און איר איינגענימען

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:49 pm

· #254084
this is from the million $ wedding
📎 IMG_1147.JPG 📎 IMG_1148.JPG 📎 IMG_1149.JPG 📎 IMG_1150.JPG 📎 IMG_1151.JPG

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:50 pm

· #254086
more from the wedding
📎 IMG_1152.JPG 📎 IMG_1153.JPG 📎 IMG_1154.JPG 📎 IMG_1155.JPG

לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:54 pm

· #254087
איך מעג וויסן פארוואס מען רעדט דא מיט קאוד"ס (מיליאן דולר חתונה)?
דער מענטש וואס האט געמאכט די חתונה בייסט אויב מען שרייבט זיין נאמען?
פליז שרייבטס א נאמען! יא איך ווייס נישט ווער עס האט נעכטן חתונה געמאכט פאר מיליאן דולר!

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:58 pm

· #254101
אייזנרייך [פלעטבוש]

לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:04 pm

· #254102
שוין איז דען א ווינדער?
ער הייסט אייזן רייך און איך הייס לית דין

Big Boy » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:33 pm

· #254112
In my opinion, a simcha that’s “too nice” takes away from the simcha. People are just busy looking at decoration/singers/music/dresses/suits and they don’t focus on the simcha. If someone has money, they should make nice simchas. But when it’s overdone it loses the “chein”.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:43 pm

· #254115
עס קען זיין אדער כבוד, ד"V ער איז מער אינטרעסירט אין כבוד ווי אז מען זאל זיך פריען מיט זיין שמחה, אדער קען עס זיין א גוטער רצון צו מהנה זיין זיינע געסט די שענסטע וואס ער קען זיך ערלויבן, ער האט דאך געלט, און ער איז ערלויבט צו שפענדן כפי ראות עיניו, וויל ער זעהן אלע באטייליגטע אויפגעלייגט, עקסייטעד מיט א שמייכל.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:14 pm

· #254122
אנדערע מאל קומט עס כדי צו פארדעקן אויפן קרן וד''ל.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:05 pm

· #254169
שמעקעדיג
עס קען זיין אדער כבוד, ד"V ער איז מער אינטרעסירט אין כבוד ווי אז מען זאל זיך פריען מיט זיין שמחה, אדער קען עס זיין א גוטער רצון צו מהנה זיין זיינע געסט די שענסטע וואס ער קען זיך ערלויבן, ער האט דאך געלט, און ער איז ערלויבט צו שפענדן כפי ראות עיניו, וויל ער זעהן אלע באטייליגטע אויפגעלייגט, עקסייטעד מיט א שמייכל.

זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער אזא איבערגעטריבענע עקסטעוועגאנטע שחצנות ווייזט אויף מחלות הנפש. דאס גייט נישט אריין אין גדר פון נארמאל.

chusid » דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:00 am

· #254189

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:20 am

· #254200
געפילטע פיש

זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער אזא איבערגעטריבענע עקסטעוועגאנטע שחצנות ווייזט אויף מחלות הנפש. דאס גייט נישט אריין אין גדר פון נארמאל.

שוין אז דו האלטסט אזוי, מי יבא אחרי המלך... זאגסטו אז דו ווילסט נישט געפריווט ווערן מיטן נסיון העושר..?

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:19 am

· #254217
איך בין גערן מסכים געפריווט צו ווערן, ווייל כ'ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט טוהן אזעלכע זאכן. מאך דיך נישט נאריש, דו קענסט אין איין מינוט אנווייזן וועלכע יונגעלייט אין בעסמעדרעש וועלן מאכן אזעלכע שמחות אויב ווערן זיי רייך, און וועלכע וועלן נישט. ס'האט מער מיטן פסיכא פונעם מענטש ווי מיט וויפיל געלט מ'האט.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 12:28 am

· #276161
ווער איז דער עושר דארט?

שבת אחים » מאנטאג מאי 18, 2015 12:53 am

· #276166
שמעקעדיג
ווער איז דער עושר דארט?


רבישע קינדער ,בנן של קדושים, וואס איז בכלל די שאלה ?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2015 1:43 am

· #276174
שמעקעדיג
ווער איז דער עושר דארט?

ניין. דארט איז דא אן אנדער כלל...."ווילאנג יענער האט געלט, קען ער מאכן איבערגעטריבענע שמחות"...!

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 4:29 am

· #276187
[ציטאט אראפגענומען]

כקען איהם פין יארן צוריק. וואס טוט ער פאר פרנסה ? אויב איינער ווייסט ? אויב ממעג עס דא פרעגן ?
אין אישי איז אויך גוט אן ענפער

BAL TSHIVA » דינסטאג יוני 9, 2015 7:22 pm

· #281676
איך האב videos אבער ער זאגט אז mp4 קען מען נישט ארויפלייגן קען איינער ארויסהעלפן?

BAL TSHIVA » מיטוואך יוני 10, 2015 12:26 am

· #281705
📎 IMG-20150609-WA0005.jpg📎 IMG-20150609-WA0004.jpg📎 IMG-20150609-WA0004.jpgבן הרב החסיד משה פריעדמאן משב"ק אדמו"ר מסאטמר בתגלחת בנו בירושלים.

BAL TSHIVA » מיטוואך יוני 10, 2015 12:29 am

· #281708
איך האב video אויך קען מיר איינער זאגן ווי אזוי עס ארויפצולייגן?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יוני 10, 2015 11:28 am

· #281805
שבע ברכות בהמ"ד קראלי 📎 uploadfromtaptalk1433950107020.jpg📎 uploadfromtaptalk1433950095850.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 10, 2015 3:51 pm

· #281875
שיין!
ווי קען איך זיך איינשרייבן צו ווערן א קראלי מעמבער? זייערע מלוה מלכה'ס און שמחות זענען זייער צו מיין טעיסט, עס גיסט זיך עשירות אינעם הויף!

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 10, 2015 4:04 pm

· #281878
שמעקעדיג
שיין!
ווי קען איך זיך איינשרייבן צו ווערן א קראלי מעמבער? זייערע מלוה מלכה'ס און שמחות זענען זייער צו מיין טעיסט, עס גיסט זיך עשירות אינעם הויף!


דער קראלער הויף האט זיך לעצטענס איינגעהאנדעלט א פראפאגאנדע מיניסטער עמיצער מיטן נאמען טויב, זיין שורש נשמה איז פון די ספינקא שפיטצערס, און די קרעשניפע שטויבער'ס
לופטיגע פראפאגאנדע, דעמעגאגיע און אויגן פארבלענדעניש, און שטותים מיט הייסע בארשט וואס פאראורזכט אז דער אלגעמיינער מענטשהייט זאל קייכען פאר געלעכטער.....

דעם ציבור איז זיך משמח מיטצוהאלטען ווי ראצערליך ווילן זיך דערזעהן אלס מעכטיגע משבקי''ם וואס פירן די וועלט, דעריבער פירן זיי אן מיט פאמפע דראמפעס צו פארטושען די מוחות אז ספינקא אדער קראלי איז עפעס א זאכליכע סעקעטע... שפארט איין אידיש געלט... דער עולם קויפט עס נישט....

BAL TSHIVA » מיטוואך יוני 10, 2015 7:36 pm

· #281935
זייט ווען גייט טיט מען אן די שטריימל ביים אפשערן א קינד? Am I missing something?

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 7:45 pm

· #281936
BAL TSHIVA
זייט ווען גייט טיט מען אן די שטריימל ביים אפשערן א קינד? Am I missing something?

מנהג ירושלים אז אויב מ'שערט אפ אין מירון ל"ג בעומר גייט מען א שטריימל. ועכשיו נהגו כל העולם כן, וכן אני נוהג.

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 10, 2015 8:18 pm

· #281938
עס קאסט אסאך געלט צו זיין א מעמבער דארט

קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:45 am

· #282011
גיוואלדיג! קול חוצב להבות אש! דער מוח בלייבט פשוט שטיין פון די עמקות פון די הייליגע תורה וואס דער ווייסער קאפטען זאגט. מר. טויב איך מיר דיר זאגן דא האסטו מיך געפאקט, איצט זעה איך טאקע שוין אז דער סבא קדישא, ושרף אלקי מקארלע איז טאקע דער צדיק הדור... יחי אדונינו מורנו ורבינו... ובדין הוא שיטול את שכרו זיין מאטערקאדע, ווינטשען ביי די חופה פארן גאנצן כלל ישראל מיט די נילווים אליו, און די שיינע רעבישע סקיט שישן פורים פון הרה'ח ר' אבא ווינקלער שליט''א מיט הרה''ח ר מרדכי צבי הערשאקאוויטש שליט''א, און דעם פראכטפולע טשאשקעס ביים שבע ברכות, עס קומט זיך אים, אין פולען זין און ווארט...
בלאט: 1 2 3