☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #8043

אשכול אן א טיטל #8043

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8043

— » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:55 am

· #244494

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:17 am

· #244498
אדער קען מען טייטשען, דער צרה איז אז לא נודע, מען ווייסט נישט.. דאס איז די גרעסטע צרה.

שמערל » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:36 am

· #244538
עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן דער ערשטער מקור צו דעם תענית ביום ט' טבת, אויב איז עס נאר דער בה"ג וואס דער מחבר צוטירט, דאן איז טאקע אלעס בלויז לעגענדעס, ווייל ביז איבער טויזענט יאר נאכדעם וואס פטר איז געשטארבן איז נאך בכלל נישט געווען דער תענית.
משא"כ אויב האט דער תענית א פריערדיגע מקור מזמן המשנה, איז די עצם התענית א שטארקע מקור צו די לעגענדע, אויף אזויפיל אז די אידן בימי פטר האבן געהאלטן אז ער איז א זייעריגער.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 7:05 am

· #244940
[ציטאט אראפגענומען]

די שאלה איז אפילו אויפ'ן צד עס איז נישט אמת, וואס האט דער וואס האט עס אויסגעטראכט/דערציילט/געגלייבט געטראכט? און איז טאקע אפשר מער אן אינטרעסאנטע שאלה צו קלערן ווי די היסטארישע חקירה אויב איז אזוי געשעהן. ווייל דאס קען אונז געבן צו פארשטיין וויאזוי די אידען האבען געטראכט ביחס צו טוהן אזוי אן עבירה לשמה (כמובן אסתר ויעל וכו' זענען גוטע דוגמאות דערצו, זיי האבען געטוהן עבירות און זענען נישט סתם מפארענטפערט זיי נאר זיי זענען נאך הירו'ס אויך), און וויאזוי זיי האבען געטראכט ביחס צו נצרות און דער ביטול המצוות ופירוד מכלל ישראל זייערע.

נאה דורש » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:43 am

· #244977
איך פארשטיי נישט די בית יוסף האט דאך געזעהן די גמרא?
IMG_2483.PNG

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:21 am

· #245005
מען רעדט דא פונעם ניינטן, נישט עשרה בטבת.